וואס טו איך מיט מיין זונ'ס מלמד?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2376

וואס טו איך מיט מיין זונ'ס מלמד?

פאוסט דורך מירון »

אינעם קאלענדער פונעם אידישן חדר יאר האלט מען שוין טיף אינמיטן "חדר יאר" און איך האב אן ערענסטע דילעמא מיט מיין זון'ס מלמד.

מיין זון האט א פיינעם קאפ, א לעבעדיגער, פלעגט קענען גוט אין חדר, אבער היי יאר קען ער שוואך. איך האב פרובירט מיט גוטן און מיט בייזן ס'האט אביסל געהאלפן אבער נאר פאר א וואך צוויי און דערנאך איז ער צוריקגעפאלן. איך האב פרובירט צו פארשטיין וואס פאר א שנוי ס'איז געשען די יאר מער פון אנדערע יארן אז קען שוואך, מאי שני?

אזויווי ער איז שוין נישט מיין ערשטע קינד ווייס איך פון עקספיריענס אז דו לעצטע זאך וואס מען טוט איז צו בלעימן דעם מלמד, ווייל א קינד וואס האט א גוטן קאפ דארף אין נארמאלע אומשטענדן קענען די שיעור השבוע עכ"פ גאנץ גוט, בכלל איז אייביג גוט צו זוכן דעם לאך ביי זוך ווי איידער ביי יענעם, ס'איז אסאך מער אפעקטיוו.

איך האב גערעדט עטליכע מאל מיטן מלמד איך האב געזען אז ער איז נישט דו בעסטע מלמד, אבער איך האב אים געגעבן די "בענעפיט אוף די דאוט" ווייל ער איז בלויז די צווייטע יאר א מלמד, מ'דארף אים געבן א טשענס ווי מ'זאגט.

עטליכע וואכן צוריק האט זיך א חברותא אראפגעזעט נעבן מיר אין ביהמ"ד נעבן מיין מקום קבוע וואו איך לערן מיין שיעור יעדן טאג. מיין חברותא האט יענעם טאג געשפעטיגט מיט עטליכע מינוט און פון די אנדערע חברותא איז איינער געגאנגען זוכן א ספר, דער צווייטער גיט מיר א פרעג צו זיין זון איז אין מיין אינגל'ס קלאס? איךבאשטעטיג איך אים אז יא. הייבט ער אן פארפירן א שמועס מיט מיר וועגן די קינדער'ס מלמד. בתוך הדברים זאגט ער מיר עפעס אויף זיין קינד עפעס וואס פלאגט מיר שוין פאר די לעצטע עטליכע חדשים. ער זאגט מיר: מיין זון קען נישט די לימודים פון חדר, דיין זון קען יא? לעצטע יאר האט ער פיין געקענט. ער איז ממשיך איך האב גערעדט צו נאך א טאטע און ער האט אויך קאמפלעינט.

איך ווייס אים נישט וואס צו זאגן, וועל איך מיטשטימען, קען גאר זיין אז דאס וועט גורם זיין אז דער מלמד וועט פארלירן זיין פרנסה. אבער פון די אנדערע זייט, קענען נישט די קינדער די לימודים. אוי כלך לדרך זו, פון די אנדרע זייט אויב די קינדער קענען נישט די לימודים איז סך הכל פאר נאך א האלבע יאר, נעקסטע יאר וועלן זיי האבן א פרישן מלמד און נאכאמאל פיין קענען. קאליע מאכט ער נישט - דער מלמד, ער איז א פיינע אינגערמאן. אפשר אין דעם זכות וואס מיר זענען חס אויף זיין כבוד און עגמת נפש וועלן די קינדער אויפוואקסן בעסער צוליב וואס מ'האט זיך צוריק געהאלטן פון מבזה זיין א איד.

פורים בין איך געגאנגען מיט מיין זון טראגן משלוח מנות מיט א מתנת יד... וואס זאל איך אייך זאגן, ממש דער אינגערמאן [דער מלמד] ער האט עס פשוט נישט, ער ווייסט נישט ווי מ'רעדט צו קינד.

כ'האב אנגעהויבן טראכטן אז אפשר איז א גרעסערע טובה אז ער ווייסט יעצט נאך אלץ אינגע אינגערמאן אז מלומדות איז נישט פאר אים, אזוי ארום קען ער גיין זוכן א פאסטן וואס איז גוט פאר אים אנשטאט ער זאל זיצן 20 יאר אין א פאסטן וואס ער טויז נישט. איינמאל קען קומען א שטרענגע מנהל און אים דעמאלס משלח זיין און דאן וועט אים זיין אסאך שווערער צו זוכן א גוטע פאסטן. אוי כלך לדרך זו, ער איז בלויז די צווייטע יאר א מלמד, מ'דארף אים געבן א טשענס.

וואס טוט מען?
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1332
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3671

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך רואה חשבונות »

איך וואלט גערעדט צו די הנהלה און זיי מייעץ געווען אז מ'זאל דעם מלמד שיקן אויף טרעינינג סעשאנס. ס'דא היינט צוטאגס גוטע שיעורים וואס קענען אויסרייבן די פרישע אומערפארנע מלמדים.
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 587
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 808

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אז ער מאכט נישט קאליע מיין איך אז עס לוינט זיך איבערצושוויצן די פאר חדשים, געווענליך ווייסט די הנהלה, און נאך נישט אזא ערפארענע מלמד גיבט מען די קינדער צו א גוטע מלמד, און אלעס פאלט אין פלאץ בעז"ה

ארויסנעמען א קינד אינמיטן יאר אדער אנהייבן איבערדרייען ביי די מוסדות איז אסאך שווערער און מער ריזיקאליש

וויאזוי צו האנדלן מיטן מלמד גופא צי ער האט א עתיד זיך אויסצורייבן, צי ער טויג נישט בכלל, דאס דארף דער מנהל צו וויסן
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 584

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך בן מלך »

איך האב די זעלבע שאלה. איך ווייס באמת נישט וואס צו טוהן. די מלמד איז גראדע שוין יא לאנגע יארן א מלמד אבער עפעס לעצטנס קלאפט דאס נישט. אנפאנג האב איך געהאלטן אז מיין קינד האט א פראבלעם אבער נאכן רעדן צו עטליכע עלטערן וואס שיקן אין די זעלבע כיתה רעדן זיי זיך אפ אויף די זעלבע זאך.

וואס טוט מען טאקע?

@שמייכלדיג די מנהל ווייסט דערפון. ער האט שוין באקומען עטליכע רופן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3467
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11231

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך פופציגער »

רואה חשבונות האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 11:36 am איך וואלט גערעדט צו די הנהלה און זיי מייעץ געווען אז מ'זאל דעם מלמד שיקן אויף טרעינינג סעשאנס. ס'דא היינט צוטאגס גוטע שיעורים וואס קענען אויסרייבן די פרישע אומערפארנע מלמדים.
לכאורה די בעסטע עצה.

די סארט תירוצים אז מטוט דערצו אדער אז די הנהלה ווייסט און ס’איז אויפן טיש, זענען גוט ווען דער קעכער מאכט נישט גוטע אייער שפייז. נישט ביי א מלמד
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך Yankel »

אזוי סהאנדעלט זיך פון דיני נפשות (אויף ביידע זייטען) איז עס גוט דורך צושמיעסן מיט א דעת תורה און טון וויאזוי ער פסקנט אן קיין געפילען
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3629
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4472

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך אנדערער »

איך גיי אריינווארפן נאך א נקודה למחשבה. איז די טאטעס אחריות אז קומענדיגע יאר קינדער זאלן האבן א גוטע מלמד?

און אויב נישט אחריות איז עס פשוט א גוטע עצה?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1332
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3671

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך רואה חשבונות »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 pm איך גיי אריינווארפן נאך א נקודה למחשבה. איז די טאטעס אחריות אז קומענדיגע יאר קינדער זאלן האבן א גוטע מלמד?

און אויב נישט אחריות איז עס פשוט א גוטע עצה?
איר רעדט דוקא אין אזא פאל ווי זיי האבן היי יאר געהאט א שוואכן מלמד ווי @מירון האט דא געשילדערט, אדער אפילו א יאר ווען זיי האבן געהאט א גוטן מלמד?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21929

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

1) זיכער ווי @רואה חשבונות זאגט שוין, רעדן מיט'ן מנהל. הגם דער מנהל גייט ענטפערן אז דער מלמד איז זייער גוט, ווייל אזוי דארף ער טון, אבער ער גייט גוט הערן וואס דו זאגסט, און ס'גייט ערגעץ וואו נוגע זיין, בעיקר בנוגע סעיף 2.

2) איך האב דאס שוין געהאט, און ס'האט מיר זייער ווייגעטון. כ'האב געלערנט אביסל מיט מיין אינגל בעפאר חדר יעדן טאג כדי ער זאל אביסל מער קענען. אבער, נאכ'ן אריבערגיין די יאר, האט דער מנהל געגעבן א גאר גוטע מלמד ב"ה פאר די נעקסטע יאר, טאקע ווייל ער האט געהערט פון אסאך טאטעס דעם קאמפלעינט.

ארויסגעשטעלט האט זיך, אז כאטש ער קען לכאורה נישט די גמרות פון יענעם יאר, האט אבער גארנישט פאסירט. דער נעקסטער יאר איז ב"ה געווען קנאקעדיג כאילו לא הי'.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 315

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך כרוספדין »

א טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז אריין צום רעבין פרעגן צו ער מעג האבן א קומפיוטער אינדערהיים יעדע צווייטע יאר? פרעגט איהם דער רבי וואס איז? האט ער גענטפערט מיין זוהן האט א מלמד יעדע צווייטע יאר, איז די יארן וואס ער האט נישט, פאלט ער אפשר נישט אונטער די תקנות המוסד....
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3467
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11231

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך פופציגער »

כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:56 pm א טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז אריין צום רעבין פרעגן צו ער מעג האבן א קומפיוטער אינדערהיים יעדע צווייטע יאר? פרעגט איהם דער רבי וואס איז? האט ער גענטפערט מיין זוהן האט א מלמד יעדע צווייטע יאר, איז די יארן וואס ער האט נישט, פאלט ער אפשר נישט אונטער די תקנות המוסד....
גוט גוט... געוואלט פרעגן די זעלבע וועגן שכר לימוד
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3629
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4472

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך אנדערער »

רואה חשבונות האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:05 pm
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 pm איך גיי אריינווארפן נאך א נקודה למחשבה. איז די טאטעס אחריות אז קומענדיגע יאר קינדער זאלן האבן א גוטע מלמד?

און אויב נישט אחריות איז עס פשוט א גוטע עצה?
איר רעדט דוקא אין אזא פאל ווי זיי האבן היי יאר געהאט א שוואכן מלמד ווי @מירון האט דא געשילדערט, אדער אפילו א יאר ווען זיי האבן געהאט א גוטן מלמד?
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. איך וועל איבערזאגן אין אנדערע ווערטער

אויב גייט דער מנהל סייווי גארנישט טון די יאר פארוואס זאל א טאטע גיין רעדן? איין סיבה וואלט געווען, אחריות פאר אנדערע קינדער. די צווייטע סיבה איז שמור לי ואשמור לך, יעדער ארבעט אז עס זאל זיין גוטע מלמדים
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4114
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7149

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך וואוילער »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:58 pm
כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:56 pm א טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז אריין צום רעבין פרעגן צו ער מעג האבן א קומפיוטער אינדערהיים יעדע צווייטע יאר? פרעגט איהם דער רבי וואס איז? האט ער גענטפערט מיין זוהן האט א מלמד יעדע צווייטע יאר, איז די יארן וואס ער האט נישט, פאלט ער אפשר נישט אונטער די תקנות המוסד....
גוט גוט... געוואלט פרעגן די זעלבע וועגן שכר לימוד
גוט גוט
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21929

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:58 pm
כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:56 pm א טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז אריין צום רעבין פרעגן צו ער מעג האבן א קומפיוטער אינדערהיים יעדע צווייטע יאר? פרעגט איהם דער רבי וואס איז? האט ער גענטפערט מיין זוהן האט א מלמד יעדע צווייטע יאר, איז די יארן וואס ער האט נישט, פאלט ער אפשר נישט אונטער די תקנות המוסד....
גוט גוט... געוואלט פרעגן די זעלבע וועגן שכר לימוד
דער ענטפער וואלט געווען אז קענסט עס אויסדרוקליך טון.

אבער, יענע צווייטע יאר שיק אים בכלל נישט אין חדר, האלט אים אינדערהיים...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 587
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 808

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:02 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:58 pm
כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:56 pm א טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז אריין צום רעבין פרעגן צו ער מעג האבן א קומפיוטער אינדערהיים יעדע צווייטע יאר? פרעגט איהם דער רבי וואס איז? האט ער גענטפערט מיין זוהן האט א מלמד יעדע צווייטע יאר, איז די יארן וואס ער האט נישט, פאלט ער אפשר נישט אונטער די תקנות המוסד....
גוט גוט... געוואלט פרעגן די זעלבע וועגן שכר לימוד
דער ענטפער וואלט געווען אז קענסט עס אויסדרוקליך טון.

אבער, יענע צווייטע יאר שיק אים בכלל נישט אין חדר, האלט אים אינדערהיים...
גערעכט

די גאנצע שכר לימוד צאלט מען דאך נאר פאר שכר שימור, די לערנען איז דאך בחנם... סאו מאכט נישט אויס צי מ'לערנט יא אדער נישט, די שכר לימוד/שימור דארף מען צאלן די זעלבע...
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 300

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך dev »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:02 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:58 pm
כרוספדין האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:56 pm א טאטע האט מיר געזאגט אז ער איז אריין צום רעבין פרעגן צו ער מעג האבן א קומפיוטער אינדערהיים יעדע צווייטע יאר? פרעגט איהם דער רבי וואס איז? האט ער גענטפערט מיין זוהן האט א מלמד יעדע צווייטע יאר, איז די יארן וואס ער האט נישט, פאלט ער אפשר נישט אונטער די תקנות המוסד....
גוט גוט... געוואלט פרעגן די זעלבע וועגן שכר לימוד
דער ענטפער וואלט געווען אז קענסט עס אויסדרוקליך טון.

אבער, יענע צווייטע יאר שיק אים בכלל נישט אין חדר, האלט אים אינדערהיים...
עם עקש תתפתל.....
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4114
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7149

Re: וואס טו איך מיט מיין זון'ס מלמד?

פאוסט דורך וואוילער »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 2:12 pm
די גאנצע שכר לימוד צאלט מען דאך נאר פאר שכר שימור, די לערנען איז דאך בחנם... סאו מאכט נישט אויס צי מ'לערנט יא אדער נישט, די שכר לימוד/שימור דארף מען צאלן די זעלבע...
כ'ווארט אז די הנהלה זאל דעס אויסרופן ביים דינער...

רבותי! מיר היטן אייערע קינדער פאר אזויפיל שעה יעדן טאג!
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
שרייב פאוסט