בלאט 1 פון 3
ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:26 am
דורך רואה חשבונות
די 'פרענסיס סקאט קי' (FSK) איז בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, נאכדעם וואס א גרויס קאנטעינער שיף האט אריינגעקראכט אין די סאופארט ביעמס. דערווייל איז דא צוויי פאטאליטעטן ר"ל.
די בריק
Re: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:30 am
דורך רואה חשבונות
פון דער נאנט, מ'זעט האט העליקאפטער פון דער הייעך
Re: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:31 am
דורך רואה חשבונות
צושמעטערט
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:59 am
דורך רואה חשבונות
צוויי מענשטן זענען דערווייל ארויסגעראטוועט געווארן, נאך זיבן מענטשן פעלן, א סירטש און רעסקיאו אפראציע קומט דאר פאר עז ווי ספיעק.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 9:28 am
דורך נאר א יוד
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 9:33 am
דורך פופציגער
שרעקעדיג.
פלעין, נאמאר.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 9:50 am
דורך יש ענין
כוויל נישט טראכטן אויב דאס וואלט געשען אינמיטן טאג ה"י
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:32 am
דורך רואה חשבונות
די גאוואנאר זאגט אז די קראו האט געשיקט א דיסטרעס קאל פאר ס'געשען דער אומגליק.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:45 am
דורך יש ענין
לויט באריכטן האט פאסירט א מעכאנישע פראבלעם מיטן שיף וואס אלץ רעזולטאט האט די שיף פארלוירן קאנטראל
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:57 am
דורך יש ענין
די בריק פלעגט טראגן אן עווערעזש פון 34.000 קארס טעגליך דאס מיינט עס קומט אן ערנסטע טראפיק דיזעסטער פארן גאנצן אומגעגנט
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטמאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 11:13 am
דורך יש ענין
די גאווערנער פון מערילענד זאגט אז מינוטן בעפאר די שיף האט אריין געקראכט אין די בריק האבן די פירער פון די שיף ארויס געשיקט אן אמערדזשענסי רוף, וואס דאס האט ערמעגליכט באאמטע צו באגרעניצן די צאל טראפיק אויפ'ן בריק איידער די קאנטעינער שיף האט אריין געקראכט.
די שיף האט אריין געקראכט אין איינס פון די זוילן וועלכע האבן אינטערגעהאלטן די בריק, פירענדיג צו דעם אז די בריק זאל צוזאמפאלן ווי א שפילצייג אין וואסער אין בלויז געציילטע סקונדעס. די שיף זעלבסט איז פארכאפט געווארן אין פייער, אבער אלע מאטראזן פונ'ם שיף זענען ארויס אן קיין וואונדן.
רעטונג לייט באנוצן זיך מיט ספעציעלע סאנער געצייג צו אידענטיפיצירן קארס אין די וואסער וואס איז ארום 50 פיס טיף, און האבן באוויזן צו אידענטיציפירן עטליכע קארס. ווי לאקאלא באאמטע זאגן זענען געווען עטליכע קארס אויפ'ן בריק אין צייט פון די צוזאמפאל, אריין גערעכענט איינס די גרויס ווי א טרעקטער טרעילער טראק.
'סינערדזשי מארין גרופ', פאר וועם די שיף באלאנגט, זאגט אז די שיף האט אריין געקראכט אין א זויל פון די בריק אין צייט וואס די שיף איז געווען אין קאנטראל פון א לאקאלא ספעציעלאיסט וועלכע העלפט קאנטראלירן שיפן אריין און ארויס פון פארטן. באאמטע זאגן אז די שיף איז געווען אינטערוועגענס פון באלטימאר קיין סרי לאנקע אין צייט וואס די עקסידענט האט פאסירט.
מערילענד סענעטאר דזשאני רעי סעילינג זאגט אז פארלירן אזא וויכטיגע בריק, וואס שפילט א וויכטיגע ראלע סיי אין טראנספארטאציע און סיי אין קאמערס, וועט אפעקטירן די גאנצע איסט קאוסט ראיאן. אין ניו יארק האט גאווערנער פרוי האוקול געמאלדן אז זי האט זיך פארבינדן מיט די גאווערנער פון מערילענד אנצוטראגן איר גרייטקייט ארויס צו העלפן מיט סיי וועלכע הילף עס פעלט זיך אויס, איבערהויפט זיכער צו מאכן אז די פלוס פון סחורה ווערט נישט אפגעשטעלט.
די שיף מיט'ן נאמען 'דעלי' איז געבויט געוארן אין יאר 2015 למס', און איז כמעט די גאנצע צייט געמענעדזשד געווארן דורך 'סינערדזשי מארין', א סינגאפור-באזירטע קאמפאני וועלכע מענעדזשד א פלאטע פון מער ווי 600 קאנטעיער שיפן, קאר שיפן, אויל טאנקערס און אנדערע סארט שיפן.
קרעדיט: יודיש24
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 11:32 am
דורך רואה חשבונות
- די שיף האט פארלאזט די ניו יארקער האפן לעצטע וואך דאנערשטיג
- לויט די לעצטיגע באריכטען האט די שיף געליטן פון מעכאנישע פראבלעמען, די שיף האט פארלוירן עלעקטריצעטעיט צוויי מאל אין די לעצטע שעה פאר די קראך.
- די שיף האט פארלוירן קאנטראל ביים פארלאזן די האפן א שעה, די מאטראזן האבן גלייך איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן.
- ס'דא אויף די ווידעא ווי צוויי מאל נאכן צוריק באקומען פאוער פרובט ער מיט אלע כוחות זיך אפצושטעלן און אוועקדרייען פון דעם בריק.
- א נאו פליי זאון איז געמאכט געווארן העכער די ארט פון די קראך, כדי צו געבן פלאץ פאר סירטש ענד רעסקיו.
- עס איז ערווארטעט אז פרייזן פון פראדאקטען זאלן שטייגן, און א שארטידזש פון רועי פראדאקטען.
- די בריק פירט אריין צו די פארט פון באלטימאר, די פארט איז יעצט אוט אוו סערוויס און אלע שיפן ווערן רידירעקטיט צום ניו דזשערסי.
- דער ארטיגער גאווערנאר, וועס מור, זאגט אז די שיף האט ארויסגעשטעלט א 'מעידעי' רוף פארן אריינקלאפן אינעם פרענסיס סקאט קי בריק, און די ארטיגע אינסטאנצן האבן אנגעפאנגען אפצושטעלן פארקער צום בריק באצייטנס, פארמיידנדיג פאטאליטעטן.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:44 pm
דורך Spa 42
מ' האט שוין געטראפן אין וואסער פיר וויקעלס און א צעמענט טראק.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:52 pm
דורך Spa 42
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:07 pm
דורך ווער
מערילענד טראנספארטאציע סעקרעטערי: אויף וויפיל מען ווייסט יעצט זענען ווייניגסטענס 8 מענטשען געווען אויפ'ן בריק אין צייט פון די צוזאמפאל
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:24 pm
דורך Spa 42
מערילענד גאווערנאר האט דעקלערט א סטעיט אָף עמוירדזשענסי.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:47 pm
דורך Spa 42
ביידן זאגט אז ער ער האט באפוילן זיין שטאב צו ריקן שמים וארץ צוריק צו עפענען די בריק ווי אמשנעלסטן.
די פעדעראלע רעגירונג וועט דעקן אלע הוצאות, האט די פרעזידענט פארשפראכן.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:53 pm
דורך Spa 42
ביידן:
אלע ראיות צייגן אז די צוזאמשטויס איז געווען אן עקסידענט, און נישט קיין דירעקטע אטאקע.
די בריק אטאקע אוטאריטעטן האבן פארשפארט די בריק ממש פארן קראך, און דערמיט געראטעוועט לעבענ'ס.
די גאנצע טרעפיק פאר די שיפן איז פארשלאסן.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:16 pm
דורך רואה חשבונות
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 11:32 am
- לויט די לעצטיגע באריכטען האט די שיף געליטן פון מעכאנישע פראבלעמען, די שיף האט פארלוירן עלעקטריצעטעיט צוויי מאל אין די לעצטע שעה פאר די קראך.
- די שיף האט פארלוירן קאנטראל ביים פארלאזן די האפן א שעה, די מאטראזן האבן גלייך איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן.
NTSB יעצט ביי א פרעסע קאנפרענץ: צו פרי צו זאגן אז די אויבערמאנטע רעפארטס זענען אקאוראט.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:22 pm
דורך רואה חשבונות
NTSB: אונז וועלן אויך אדורך פירן אן אינוועסטיגעישאן אויפן די סטרוקטשער און געבוי פונעם בריק צו אלעס איז געווען מסודר פאר דעם קראך.
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:50 pm
דורך רואה חשבונות
דער בריק אין בעסערע צייטן, מיט הערליכע פאנעראמא
Re: ברעיקינג: בריק איינגעפאלן אין באלטימאר, מערילענד
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:56 pm
דורך רואה חשבונות
ס'קומט אויס אויף די מאפע נישט צו ווייט פון צענטער פון באלטימאר. (אין באלטימאר וואוינען טויזענטער אידישע משפחות).
די בריק איז א חלק פון די אינטערסטעיט #695. זייער א ביזי בריק.
דער בריק איז 1.6 מייל לאנג!
בריק אין באלטימאר איז איינגעפאלן נאך אן אנשטויס פון א פראכט-שיף
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
Re: בריק אין באלטימאר איז איינגעפאלן נאך אן אנשטויס פון א פראכט-שיף
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:19 pm
דורך מיילעך פריילעך
דאלי, א פראכט שיף אונטער די פאן פון סינגאפור, האט ארייגעקראכט אין איינע פון די טורעמעס.
Re: בריק אין באלטימאר איז איינגעפאלן נאך אן אנשטויס פון א פראכט-שיף
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:20 pm
דורך מיילעך פריילעך