בלאט 1 פון 1

הרה"ק רבי מיכל מלעכאוויטש זי"ע - י"ח אדר תקפ"ז

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 2:08 pm
דורך דער ידען
ח"י אדר פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מיכל מלעכאוויטש זי"ע, פון די גרעסטע תלמידים ביי הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זי"ע.

ער איז געווען מוחזק פאר א בעל רוח הקודש נפלא, און ער האט זוכה געווען צו גילו אליהו, הרה"ק ר"ב ממעזבוז האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז ער איז א בן עולם הבא.

נאך די פטירה פון די סב"ק מלעאוויטש, האט די סב"ק זהון רבי נח, מיט ר' מיכל איבערגענומען די רביסטעווע אין לעכאוויטש

ער איז נסתלק געווארן י"ח אדר תקפ"ז ומנו"כ בלעכאוויטש

זי"ע

Re: הרה"ק רבי מיכל מלעכאוויטש זי"ע - י"ח אדר

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 2:12 pm
דורך דער ידען
רבי מרדכי חיים מסלונים זי"ע ברענגט אין "מאמר מרדכי" אז די הייליגער מגיד פון טשערנאביל האט אמאל געזאגט: רבי נח לעכאוויטשער ווערט פארברענט פון אהבת ה' - רבי מיכל'ע לעכאוויטשער ווייסט ער נישט אויב ער ווערט פארברענט פון אהבה אדער פון יראה.