בלאט 1 פון 1

הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע - כ"א אדר תקמ"ז

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 11:39 am
דורך מירון
בן רבי אליעזר ליפמאן. חתן: א) רבי אהרן רוקח, ב) רבי יעקב מרגליות. נולד: שנת תע"ז. רבו: המגיד ממעזריטש. מחבר ספר: נועם אלימלך.

דער הייליגער רבי רבי אלימלך איז געווען און ער איז דער רבי פון אלע רבי'ס פון די פוילישע, גאליציאנע רבי'ס. אלע פון זיי זענען אדער תלמידים אדער תלמידי תלמידים פון דעם קדוש אלקי.

ציונו הקדוש: דער הייליגער תפארת שלמה האט איינגעפירט דאס פארן צום יארצייט כ"א אדר קיין ליזענסק. מען האט אמאל געפרעגט דעם תפארת שלמה וואס עפעס ער מאכט מער עסק פון דעם ציון פון רבי רבי אלימלך, מער ווי אלע אנדערע צדיקים? האט ער געענפערט, ווער עס ווייסט דעם סוד פארוואס מ'מאכט אן הילולא נאר פאר רבי שמעון בר יוחאי, כאטשיג עס ליגן אין ארץ ישראל אבות, נביאים, און תנאים און פאר קיינעם מאכט מען נישט קיין הילולא, דער ווייסט דעם סוד פארוואס מען פארט קיין ליזענסק מער ווי אלע אנדערע צדיקים אין אייראפע! (אנדערע זאגן נאך ענליכס בשם דעם אבני נזר).

מעשה: איינמאל האט רבי רבי אלימלך נישט געלייגט תפילין דר"ת פאר עטליכע טעג און דענאך האט ער צוריק אנגעהויבן, זיינע תלמידים האבן זיך זייער געוואונדערט דערויף, האט ער זיי דערציילט אז עטליכע טעג צוריק האט ער געהאט זייער א שווערן לאנגן טאג, אידן האבן נישט אויפגעהערט זיך צוקומען מזכיר זיין פאר ישועות. כידוע איז פועל'ן ישועות פאר א צדיק געווען פארבינדן מיט א שווערע עבודה און מסירת נפש ממש. ביינאכט נאך חצות האט ער זיך אראפגעלייגט זיך אפצורוען. נאך עטליכע מינוט הערט זיך שטארקע קלאפן אויפן פענסטער, א איד איז געוקמען מזכיר זיין טאכטער א מקשה לילד. רבי רבי אלימלך האט פאר איין מינט געטראכט, וואס שטערט מען מיר שוין ווייטער? דערנאך האט געטראכט ווען עס וואלט געווען מיין טאכטער וואלט איך דאך נישט אזוי געטראכט, אויב אזוי בין איך נישט קיין חסיד. אין שו"ע גע'פסק'ט (או"ח סי' לד סי"ג) אז נאר א חסיד זאל לייגן תפילין דר"ת. נאכן זיך אויסארבעטן אויף די מדה די לעצטע טעג, קען איך שוין צוריק לייגן תפילין דר"ת, (פרדס הצדיקים).

מדבריו הקדושים: לשון קדשו: ויהי בימים כו' וימת מלך מצרים (שמות ב, כג). נ"ל ד"מלך מצרים" נקרא היצר הרע, ואמר הכתוב שמדרך בני אדם ברוב הימים אשר יגיעו ויתעורר לבבם בקרבם ויהרהרו בתשובה ויתחרטו על מעשיהם ורוצים להמית היצה"ר, ויש שאינו משכיל לעשות תשובה כהוגן ולתקן העיקר הם המידות רעות ולטהר מחשבותיו שיתפלל בלי מחשבות זרות, רק אחר שיהרהר בתשובה אמר יאמר בלבו שבזה הוא מתוקן כראוי, ומרפה עצמו מן התורה ומן התפילה שהיא עיקר עבודה שהיא בלב זו תפילה.

וז"ש "ויאנחו בני ישראל מן העבודה", כאדם המתייגע ועומד לפוש אזי הוא מתאנח מיגיעתו ואינו עושה כלום, "ויזעקו", ר"ל רק ביום כנופיא ותענית שאומרים סליחות אז זועקים ובוכים, אבל בשאר הימים אין מתאמצים כלל בתפילה ואין זו תשובה נכונה, אעפ"כ השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו מקבל צעקתם כאילו הם מתפללים בכוונה שלימה, וזהו "ותעל שועתם אל האלקים מן העבודה", פירוש כאילו היתה עבודה בלב זו תפילה שלימה, "וישמע אלקים כו' ויזכור את בריתו", פירוש אם יש לו לאדם איזה זכות אזי זוכר לו, ואם לאו "את אברהם כו'", פירוש אעפ"כ הוא מזכיר לו זכות אבות, "וירא אלקים את בני ישראל וידע אלהים", ר"ל וגם מי שתמה זכות אבותיו, אעפ"כ השי"ת ברוב רחמיו הוא היודע עתידות ורואה מה שעתיד האדם הזה לעשות תשובה שלימה, ומקבל צעקתו עתה עבור העתיד להיות. וק"ל.

שטייט דא אין די הייליגע ווערטער: אז ווען איד טוט תשובה, אפילו נאר מיט א הרהור. אפילו ער טוט נישט ווי די סדרי התשובה פארלאנגט, ער זאל דאווענען אן אויפהער, מטהר זיין זיינע מחשבות, מחמת דעם וואס ער ווייסט נישט, אדער ער איז סתם מתרשל, דאך אבער טאמער האט ער צייטן לדוגמא א יום תענית וכיוצא בו וואס ער דאווענט מיט גאנצקייט איז כאילו ער דאווענט "בכוונה שלימה" און דער באשעפער איז מקבל זיין תשובה בזכות אבות.

ווען אידן פארן ארום צו קברי צדיקים האבן אלע בלי שום יוצא מן הכלל כאטש איינמאל וואס מ'דאווענט מיט ריכטיגע הרהורי תשובה. זאגט אויף דעם דער הייליגער 'נועם אלימלך' אז אפילו ווען מ'קומט אהיים גייט אוועק די געהויבענע געפילן, דאך נעמט דער רבוש"ע יענע מינוטן און באטראכט דאס ווי א תשובה עילאה.

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:17 pm
דורך מירון
גליון מגנזי המלך

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 1:38 am
דורך ניקל
די הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע איז געבוירן געווארן אין שטאט טיקטין, בשנת תע"ז, צו זיין הייליגען טאטן הרה"ק רבי אלעזר ליפמאן זי"ע. און צו זיין מאמע הצדקת מרת מיריש ע"ה.

אמאל איז געקומען א גרופע ארימעלייט צו די שטאט ווי די טאטע רבי אליעזר ליפמאן האט געוואוינט און קיינער האט די אידן נישט געוואלט אריינעמען ווייל זיי זענען געווען זייער שמיציג, אבער די צדקת די מאמע פונעם רבין האט זיי אריין גענומען מיט מסירות נפש,

האט איין ארימאן אנגעווינטשען "יהי רצון שתלדי בנים כמוני" אין נאך פאר די מאמע האט געקענט ענטפערן אמן זענען די ארימעלייט נעלם געווארן, און פון די ברכה זענען געבוירן געווארן די צוויי הייליגע ברידער, הרה"ק רבי זושא מאניפולי זי"ע, און הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.

הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע, האט געזאגט אז ער האט געקענט א איד וואס האט נאך געזעהן די מאמע פונעם הייליגען רבי אלימלך, און ווען נישט דאס וואלט ער נישט געקענט גלייבן אז רבי אלימלך איז געווען א יליד אשה, אזוי גרויס איז געווען די קדושה פונעם הייליגען רבי אלימלך זי"ע.

ער איז געווען א איש אלקים קדוש, זיין חסידות און פרישות איז געווען עד אין לשער, זיין עבודת השם איז געווען מיט א מסירת נפש ממש, ער האט זיך זיין גאנצע לעבן מסגף געווען מיט יסורים קשים ומרים, א גרויס חלק פין זיין לעבן האט ער עוסק געווען אין תעניתים און סגופים, ער פלעגט זיך טובל'ן אין גאר קאלטע וואסער, און געמאכט טעגליך גלגול שלג. עס איז באקאנט אז ער האט אלעס אין זיין לעבן נאר געטון בלתי לד' לבדו, אפילו ווען ער האט גע'פועל'ט ישועות פאר כלל ישראל פלעגט ער זאגן אז ער טוט דאס נאר צו מקדש זיין שם שמים בעולם, און זיין גאנצע עבודה איז געווען נאר פארן אייבערשטן'ס כבוד, נאך פון אלס יונג קינד האט ער שוין עוסק געווען בהתמדה גדולה בנגלה ובנסתר, ער איז כמעט נישט געשלאפן ביינאכט נאר זיך מסגף געווען און מקדש ומטהר געווען מיט די תורה.

פאר ער איז נתגלה געווארן איז ער פאר 8 יאר געגאנגען גלות ליידען צוזאמען מיט זיין הייליגע ברידער הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע, און די 8 יאר האבן זיי צוזאמען עוסק געווען צו מחזיר בתשובה זיין פארקראכענע נשמות, די 8 יאר האבן זיי ביידע געליטען אסאך יסורים קשים און ממתיק געווען אסאך דינים און צרות פון אידישע קינדער, אויך פארציילט מען אז דורך די יארן פון גלות ליידען האבן זיי מקדש ומטהר געווען אסאך פלעצער און מתקן געווען פארווארפענע נשמות.

נאך די פטירה פון זיין טאטן איז ער געגאנגען וואוינען אין שטאט שינובה אין פולין,

ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי אהרן רוקח זי"ע,
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב מרגליות זי"ע, און דאן איז ער אריבער וואוינען אין שטאט רובנו אין אוקריינא.

זיין ברודער רבי ר' זושא זי"ע האט אים מקרב געווען צו זיין רבו מובהק הרה"ק רבי דוב בער המגיד ממעזריטש זי"ע.

נאך די פטירה פונעם הייליגען מגיד ממזריטש זי"ע, האט ער אן געהויבען מיט די תנועת החסידות אין שטאט ליזענסק, מען האט אים גערופען "די רבי פון אלע רבי'ס", דארט אין ליזענסק איז ער געווארן מפורסם אלס א געוואלדיגע קדוש און בעל רוח הקודש, אויך איז ער געווען א גרויסע פועל ישועות און א בעל מופת עצום, עס איז דא מעשיות אין די הונדערטער ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן מיט זיינע עצות און הדרכה למעלה מדרך הטבע.

עס איז באקאנט אז פאר די פטירה האט ער סומך געווען זיינע הייליגע הענט אויף זיינע תלמידים, און פאר די פיר גרויסע תלמידים האט ער איבער געגעבן זיינע כוחות,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, האט באקומען זיינע הייליגע אויגן,
הרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע, האט באקומען זיין הייליגע הארץ,
הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע, האט באקומען זיין כוח הנשמה שבמוחו,
הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, האט באקומען זיין גרויסע כח פון זיין הייליגע מויל.

ער האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט אנטון א זאך וואס קען זיין חוקות הגוי,

הונדערטער און טויזענטער אידן האבן זיך מדבק געווען אין אים זעענדיג זיין גדלות און קדושה און דורך דעם נענטער געווארן צום גרויסן באשעפער, ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צדקה וחסד, און געהאט א געוואלדיגע הערצה פאר הכנסת כלה.

ער האט יעדן טאג פארטיילט זיין גאנצע געלט פאר צדקה אן איבער לאזען ביי זיך אפילו איין מטבע, און אויב האט ער נישט געקענט איינשלאפן האט ער געבעטן אז מען זאל ארום זיכען אויב עס איז נישט געבליבען קיין געלט אין שטוב ווייל דאס האלט אים אפ פון קענען איינשלאפן.

די צוויי אחים הקדושים האבן געהאט חילוקי דעות לגבי די אייניקלעך, דער הייליגער רבי אלימלך האט געבעטן אז די אייניקלעך זאלן זיין עניים, און דער הייליגער רבי זושא האט געבעטן אז זיינע אייניקלעך זאלן האבן געלט און פרנסה ברווח, און דער הייליגער רבי אלימלך האט צו געזאגט אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.

ער פלעגט זאגן אז פון אנפאנג נאכט ביז חצות איז נישט דא קיין עליה פאר די תורה און תפילה און דערפאר האט ער גלייך נאך מעריב נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט נאר זיך געגאנגען לייגן, אבער ווען ער פלעגט אויפשטיין ביי חצות פלעגט ער זאגן "אוי עס איז א שאד אז איך האב פארברענגט די טייערע צייט מיט שלאפן",

דאן האט ער אפגעראכטן תיקון חצות, און דאן האט ער זיך מסגף געווען מיט גרויסע יסורים און תעניתים, ער פלעגט אבער זאגן פאר די תלמידים זיך נישט צו מסגף זיין אדער מאכן תעניתים, ווייל די היינטיגע דורות זענען שוואכער און עס וועט שטערן פאר עבודת השם.


מען פארציילט אז איינמאל האט דער גרויסער צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע געזען ווי א אייניקל שלאגט די מאמע, האט ער געשריגן אויפן קינד "מען טאר נישט שלאגן א מאמע", האט זיך די מאמע די צדקת מירש זיך אנגעריפן, מיילעך ווען די בוסט נאך געווען א קליין קינד האסטו מיך אויך איינמאל געשלאגן,

אזוי ווי דער צדיק האט דאס געהערט, איז ער צו געגאנגען צו אויווען און האט פארברענט יענעם האנט וואס האט געשלאגן די מאמע, און ער האט געזאגט פאר די מאמע, דאס האנט וואס האט דיך געשלאגן איז שוין מער נישט דא, אבער דעם קומענדיגן טאג ווען ער האט געוואלט לייגן תפילין, האט דער הייליגער צדיק געזאגט, רבוש"ע איך ברויך דאך מקיים זיין דיין מצווה פון לייגן תפילין, איז דאן די האנט געווארן אויס געהיילט, אבער דער צדיק האט געזאגט, אז די האנט איז א נייע האנט, און נישט די האנט וואס האט ל"ע געשלאגן די מאמע,

ער האט אסאך גזירות און צרות פארמיטן פאר כלל ישראל דאן אין אויך ביז היינט דורך זיין עבודת התפילה.

דער צדיק האט מחבר געווען זיינע הייליגע חיבורים,

ספר נועם אלימלך על התורה,
ליקוטי שושנה,
צעטיל קטן, און הנהגות האדם.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

בנו, הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע
בנו, הרה"ק רבי אליעזר ליפא בעל אורח לצדיק מחמלניק זי"ע,
בנו, הרה"ק רבי יעקב ממוגלניצא זי"ע,
בתו, מרת אסתר עטיל ע"ה, אשת הרה"ק רבי ישראל לייב אלבוים זי"ע,
בתו, מרת מיריש ע"ה, אשת הרה"ק רבי משה אליה אלוויץ זי"ע,

מען פארציילט אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען די דייטשן ימ"ש זענען אריין געקומען אין ליזענסק האבן די גוים פונעם שטאט געזאגט אז די אידן האבן זיכער באהאלטן גרויסע אוצרות דארט ביים ציון פון דעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, ווייל זיי פלעגן זעהן טויזענטער אידן קומען יעדעס יאר ביים יארצייט און אויך בכלל אין מיטן יאר,

די דייטשן ימ"ש האבן ליידער געצווינגען אפאר אידן זאלן אויף גראבען דעם קבר כדי ארויס צו נעמען די אוצרות, ווי באוואונדערט זענען די אידן געווארן ווען מען האט געטראפן דעם הייליגען גוף גאנץ כאילו מען האט אים יעצט באערדיגט, און די בארד איז נאך געווען אזוי ווי בחייו וואס כידוע האט דער צדיק וקדוש קיינמאל נישט צו גערירט צו דיקנא קדישא.

עס איז נאך געווען אידן נאך די מלחמה וואס האבן געוויסט צו דערציילן פון עדות וואס זענען דארט געווען בשעת מעשה און געזען די מחזה נורא פונעם צדיק זי"ע.

נסתלק לגנזי מרומים כ"א אדר בשנת תקמ"ז, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט ליזענסק אין פולין,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 2:03 am
דורך ניקל
הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע, האט אסאך עוסק געווען צו פארעכטן די ציון פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און ער האט גאר שטארק מפרסם געווען דאס גדלות פונעם הייליגען רבי ר׳ אלימלך, ער פלעגט יעדעס יאר פארן צום יארצייט און אפילו ער איז געווען א כהן איז ער געווען סמוך ונראה צום ציון,

איין יאר ווען די תפארת שלמה זי"ע, איז געפארן צום יארצייט איז ער דורך געפארן די שטאט קראקא און ער איז אריין צו הגה"ק רבי שמעון סופר זי"ע, האט אים רבי שמעון געפרעגט דא אין קראקא ליגען דאך אזוי פיל גרויסע צדיקים, פארוואס ברויכסטו פארן צום רבי אלימלך ביז ליזענסק.

האט דער תפארת שלמה געזאגט אז די אלע צדיקים האבן נישט אזוי ווייט קיין שייכות מיט אונז אויפן עולם הזה, אבער רבי אלימלך מליז'נסק זי"ע, זיצט איינגעהילט אין טלית און תפילין און הערט זיך צו צי יעדן בקשה אויף די וועלט און פוילט פאר אונז אלע, אוך איז באוויסט וואס צדיקים האבן געזאגט, אז אלע צדיקים זענען ביים ציון ביום היארצייט, אבער דער הייליגער צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איז דארט דער גאנצע יאר,

דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע פלעגט יעדעס יאר מאכן א סעודה ביים יארצייט, איין יאר האט ער געמאכט א גרויסע סעודה און געזאגט אז די רבי ר' אלימלך איז דא מיט אונז און ער האט געבענטשט דעם גאנצן עולם אינעם זכות פונעם רבי ר' אלימלך, און מען פארציילט אז יעדער וואס איז דארט געווען איז געהאלפן געווארן מיט ישועות און רפואת.

הרה"ק מאפטא זי"ע, וואס איז געווען פון די הייליגע תלמידים פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט געזאגט אז די ליפט אין ליזענסק איז געווארן אויסגעלאטערט פון די הייליגע תפילות פון הרה"ק רבי אלימלך, אפילו פאר יארן נאכדעם.

הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע, איז איינמאל דורך אינעם שטאט דעברעצין אויף א גאס, און געזאגט אז ער שפירט א געוואלדיגע קדושה אויף דעם גאס ווייל די צוויי הייליגע ברודער'ס רבי אלימלך און רבי זושא זי"ע זענען דא דורך בשעת'ן גלות ליידען.

דער זון הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע איז אמאל געווען ביים צדיק הרה"ק מרוזין זי"ע, און מען האט דארט גערעדט פין די גדלות פונעם טאטן דער צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט דער רוזשינער זי"ע געזאגט, די צוויי הענט פונעם טאטן איז געווען "די צוויי לוחות הברית", די צען פינגער פון טאטן זענען געווען "די עשרת הדיברות", און 500 יאר פאר דער הייליגער רבי אלימלך איז אראפ געקומען אויף די וועלט איז שוין אראפ געקומען השפעות אויף די וועלט אין זיין זכות און פאר דורו דורות נאך דעם אויך.

איינמאל זענען די צוויי ברידער געגאנגען גלות ליידן און זיי זענען אנגעקומען אין א שענק הויז און זיי האבן זיך געלייגט ביים אויווען זיך צו ווארעמען, זענען אנגעקומען א באנדע גוים און זיך אנגעטרינקען און ווען זיי זענען געווען שיכור האבן זיי געכאפט דעם ר' זושא און אנגעהויבן טאנצען מיט אים,

נאך אפאר מינוט האבן זיי אים אפ געלאזט, אבער נאך א שטיק צייט האבן זיי אים נאכאמאל גענומען און ווייטער געטאנצען, און נאכאמאל אפ געלאזט, האט ר' זושא געזאגט פארן ברידער לאמיר זיך טוישן פלאץ אזוי ווען זיי קומען נאכאמאל זאלן זיי דיך נעמען ווייל איך האב שוין נישט קיין כח, די ברידער האט מסכים געווען.

אבער ווען די חברה זענען נאכאמאל געקומען האט איינע פון זיי געזאגט מען האט שוין גענוג געטאנצען מיט דעם לאמיר נעמען דעם אנדערן, האבן זיי נאכאמאל גענומען ר' זושא, האט רבי אלימלך געזאגט זושא מיין ברודער "אין חכמה ואין תבונה נגד ד'" אויב דער באשעפער וויל, קען מען גארנישט טון.

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 2:55 am
דורך ניקל
הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט אז הרה"ק רבי אלימלך זי"ע איז געשטאנען מוצאי יו"כ ביי מעריב ביי סלח לנו כי חטאני און געטראכט, ער האלט דאך יעצט נאך די תפילות פון יום הקדוש ווי אזוי קען זיין אז ער האט שוין חטאים, אבער נאכן דורך טראכטן האט ער געזעהן אז ער האט 300 עבירות, האט רבי יענקעלע געזאגט אז די שווער רבי איציקל זי"ע, האט געזאגט הלוואי זאל איך האבן די 300 עבירות פון רבי אלימלך זי"ע.

ווי באקאנט האט זיך דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע, מוראדיג מסגף געווען ער פלעגט זיך אריין לייגען צווישן די ווערים אז זיי זאלן אים בייסן, און אויך פלעגט ער זיך פארברענען די הענט, איז געווען איינמאל וואס ער האט אריינגעלייגט די הענט אין פייער און עס האט אים נישט אפגעבריעט, האט ער געשריגען "מיילעך די ביסט אזא גרויסע בעל עבירה אז אפילו די פייער אנטלויפט פון דיר".

דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע, איז איינמאל פאר געזונט געגאנגען אין מרחץ, איז דארט געווען א איד וואס איז געקומען פון א ווייטע שטאט אין אונגארין, און איז אויך געווען אונעם מרחץ און דער איד האט נישט געקענט דעם רבין, האט אים די רבי געפרעגט פאר וואס ער איז יעצט דא, האט דער איד געזאגט אז ער איז געקומען צום הייליגען רבי ר' אלימלך,

האט די רבי אים געפרעגט אפילו דארט אין אונגארין איז א עולם השקר אז מען זאגט אויף דעם רבין אז ער איז א צדיק וקדוש, האט דער איד אים אן געהויבען באזידלען און געשריגען אזוי רעדט איר אויפן צדיק הדור די שעמסט דיך נישט, שפעטער איז דער איד אריין צום רבין און געזעהן וועמען ער האט אזוי באזידעלט אונעם מרחץ האט ער נישט געוויסט וואס צו טון מיט זיך, האט אים די רבי געזאגט דארפסט דיך נישט זארגען אונז האבן ביידע גערעדט דעם אמת.

הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האט געהאט חשק ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, נאר וויבאלד מען האט אים געזאגט אז מען קען נאר גיין דורכן וואסער, האט ער געזאגט עס שטייט און די גמרא אז "יורדי הים כיחידים דמו" און ער וויל נישט זיין אליינס אפילו אויף א רגע.

הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע איז געווען ביי רבי אלימלך זי"ע, און ער האט געשפירט א מוראדיגע חלישות הלב,
האט ער געזיכט עפעס צו עסן און ער האט געטראפן א געבראטען קאטשקע, אבער נאכן עסן האט ער זיך געשעמט אז ער האט געגעסן דאס קאטשקעלע, האט ער זיך באהאלטן אז די רבי זאל אים נישט טרעפן,

אבער דער הייליגער צדיק האט אים גלייך געטראפן צופרי און אים צו געשיקט צום עמוד, און משום זיין חלישות הדעת האט ער געדאווענט מיט א געוואלדיגע התלהבות, נאכן דאווענען האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט "אוי האט דער קאטשקעלע געשריגען ביים דאווענען".

פארציילט מען א איד א תלמיד חכם איז נסתלק געווארן בימיו פונעם הייליגע רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און שבת קודש האט ער געהאט מנוחה, אבער ווען עס איז געקומען מוצאי שבת האט מען אים געוואלט צוריק טראגען אין גיהנום, האט ער געטאנעט אז דער הייליגער רבי אלימלך פירט נאך שלש סעודות פארוואס יאגט מען זיך אזוי,

האט מען אים געפרעגט וואס האסטו מיט רבי אלימלך, האט דער איד געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט גערעדט אויפן צדיק, און מען האט אים טאקע געלאזט מנוחה ביז ווען דער הייליגער צדיק האט גענדיגט שלש סעודות.

ווען דער הייליגע רבי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איז געגאנגען גלות ליידן און ער איז דורך א שטוב וואס איז ארויס געקומען דערפון א ליכטיקייט, אין דעם שטוב האט געוואוינט הרה"ק רבי משה בעל אור פני משה מפשעווארסק זי"ע, עס איז געווען נאך חצות ביינאכט, האט ער אריין געקלאפט און געפרעגט אויב ער האט עפעס צו עסן, האט רבי משה מפשעווארסק זי"ע אים געגעבן צו עסן, האט ער געפרעגט אויב ער האט ווי ער קען שלאפן, האט ער אים געגעבן זיין בעט.

און רבי רבי אלימלך האט זיך געלייגט שלאפן, ווען רבי משה האט געטראכט אז די גאסט שלאפט שוין האט ער זיך געשטעלט זאגן תהילים, און די הייליגע רבי אלימלך איז געקומען און זיך געשטעלט נעבן רבי משה, האט אים רבי משה געבעטן רבי אלימלך אז ער זאל צוריק גיין שלאפן און אזוי איז געשען דריי מאל, ביז רבי משה האט אים אנגעשריגן פארוואס ער גייט נישט שלאפן,

האט זיך רבי ר׳ אלימלך זי"ע אנגערופן "ווי אזוי קען איך גיין שלאפן, ווען איר הייבט אן זאגן תהילים זעה איך ווי דוד המלך ע"ה שטייט נעבן אייך". האט זיך רבי משה זי"ע אנגערופען "די ביסט מיילעך?״, און פון דארט זענען די צוויי צדיקים געווארן זייער בידידות.

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:11 am
דורך ניקל
ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך אסאך געליטן פון די מתנגדים, איז איינמאל געווען אז א מתנגד האט אים אראפ געלאזט א פאטש, גלייך האט זיך די רבי געשטעלט דאווענען אז דאס זאל ח"ו נישט שאטן פארן איד, ווייל דאס איז געווען דעם גרויסע אהבת ישראל פון דעם צדיק, אז ער האט מורא געהאט אז ח"ו א איד וועט באשטראפט ווערן וועגן אים,

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט אז נאכן פטירה פונעם רבין רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט זיך דער הייליגער קאשניצער מגיד זי"ע צעשמייכעלט, און ער האט געזאגט אז רבי ר׳ אלימלך איז ארויף געקומען אויפן עולם האמת האט מען אים געפרעגט אויב ער האט געדאווענט אדער געלערנט אדער געדינט דעם באשעפער האט ער אויף אלעם גענטפערט ניין, ווייל ער האט באמת נישט געהאלטן אז ער האט געדינט דעם באשעפער פון גרויס ענווה,

און ער האט זיך אנגערופען אז ער ברויך גיין אין גיהנום, אבער פארשטייט זיך אז מען האט אים אריין געטראגען אין גן עדן, האט זיך די רבי אלימלך זי"ע, אנגערופען קוקט ווי גוט דער הייליגער באשעפער איז, אפילו אין גיהנום איז אזוי געשמאק, און דערפאר האט ער זיך דער קאשניצער מגיד צעשמייכעלט.

איינמאל ביי שלש סעודות האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט, אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין חבלי משיח וואס וועט שפירען ווי א שטריק איז אויסגעצויגן און עס ווארפט זיך אין עס וועט זיין זייער שווער זיך צו האלטן ביי די אמונה, אבער די סגולה וועט זיין, אז מען זאל פארציילן מעשיות פון צדיקים.

איז געווען א פרוי וואס איז געווען יארן לאנג א עגונה וואס די מאן איז נעלם געווארן, האט זי געהאט א משרת וואס האט אויך געארבעט ביים הייליגען רבי אלימלך זי"ע, האט די משרת געזאגט פאר די פרוי אז ביים רבין קען מען געהאלפן ווערן, איז די פרוי אריבער צום רבין און געבעטן אז ער זאל איר העלפן, האט די רבי געשריבען א בריוו און געהייסן אז זי זאל גיין אין וואלד ביי א הייזקע און איבער געבן דעם בריוו און זי וועט געהאלפן ווערן.

איז די פרוי אריבער צום הייזקע און דארט געטראפן א באנדע שלעכטע מזיקים, זי האט דעם בריוו איבער געגעבן און עס איז געווארן א ויכוח צווישן זיי אויב מען דארף אויספאלגען וואס דער רבי וויל, האט זיך אנגערופן די ראש פון די גרופע עס לוינט זיך נישט צו פארטשעפענען מיטן רבי ר׳ אלימלך, און גלייך האבן זיי ארויס געברענגט דעם מאן, און די פרוי איז געהאלפן געווארן.

הרה"ק רבי משה גרינוואלד בעל ערוגת הבושם מחוסט זי"ע, ווען ער איז ארויף צום ציון קדשו פונעם צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע מיט זיינע תלמידים, האט ער געזאגט פאר די תלמידים, אז זיי זאלן זאגן הלל, אז מען איז זוכה צום זיין אויף אזא הייליג פלאץ ווי דעם ציון קדשו פון רבי אלימלך זי"ע,

דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע שרייבט אין זיין ספר ליקוטי שושנה, אז טאמער ח"ו עס איז דא א קטרוג אויף אידישע קינדער און עס איז דא א מסך המבדיל און מקטריגים ומשטינים, זאל מען זאגן תהילים, ווייל דער הייליגער תהילים האט דוד המלך ע"ה אויס געארבעט אז אויף דעם איז נישט דא קיין עיכוב, און עס איז נישט דא אויף די וועלט גארנישט וואס קען מונע זיין א קאפיטל תהילים פון נתקבל ווערן,

הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדראהביטש זי"ע ביי די ניין יאר אלט איז ער ליידער גאר שווער קראנק געווארן און די מצב איז געווען גאר קריטיש, דער טאטע דער הייליגער ישמח משה איז פון דעם געווען גאר שטארק צובראכן זעענדיג זיין בן יחיד וואס ער האט אזוי מחבב געווען ליגענדיג צווישן לעבן און טויט ח"ו,

האט דער טאטע געשיקט צוויי חשובע אידן וואס זאלן ארויס גיין צום ציון הקדוש פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און דער הייליגער ישמח משה האט זיי אנגעזאגט אז ווען זיי שטייען ביים טויער זאלן זיי מנדב זיין א פרוטה פאר צדקה פאר די נשמה וואס וועט גיין פארציילן פאר הייליגען רבי אלימלך זי"ע אז מען איז געקומען מתפלל זיין אויף זיין ציון הקדוש,

און דער הייליגער ישמח משה האט דאס מסביר געווען, אז אויפן עולם האמת קען א נשמה שוין נישט טון קיין מצוות ומעשים טובים, און דערפאר לויפן אלע נשמות דערציילן פאר דעם צדיק אז מען איז געקומען אויף זיין ציון, ווייל אלע נשמות ווילן האבן דעם זכות בעולם העליון,

און דער ישמח משה זי"ע האט זיי געבעטן אז זיי זאלן דאן ארויף גיין צום ציון הקדוש פון רבי אלימלך מליזענסק און זאלן מתפלל זיין און איינרייסן פאר זיין זון, און ער האט זיי אן געזאגט אז זיי זאלן קוקען דעם פונקטליכן צייט ווען זיי זענען געווען ביים ציון,

נאך א שטיק צייט איז בחסדי השם בעסער געווארן פארן קינד, און דאן האט דער קינד גערופן דעם טאטן דער ישמח משה און זאגט פארן טאטן, פון יעצט און ווייטער וועל איך אי"ה זיין געזונט, ווען דער טאטע האט אים געפרעגט פון ווי ער ווייסט,

האט דער קינד דערציילט פארן טאטן, יעצט ממש איז געווען ביי מיר דא א איד און ער האט מיר אנגעווינטשן און מבטיח געווען אז איך וועל ווערן געזונט, און ווען דער קינד האט אויסגעמאלן דעם צורה פון דעם איד האט דער הייליגער ישמח משה געכאפט אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און דער טאטע האט געקוקט אויפן זייגער צו זען ווען דאס איז געשען, און ווען די שליחים זענען צוריק געקומען האט מען געזען אז דאס איז געווען ממש די זעלבע צייט ווען עס איז בעסער געווארן פארן קינד,

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:18 am
דורך ניקל
איין יאר הושענא רבה האט א איינע פון די יונגעלייט אין שטאט בראד געליינט משנה תורה, ווען דער איד איז אנגעקומען צום פסוק כִּי אִם לְיִרְאָה אֶת ד' אֱלֹקיךָ, האט זיך דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע געוואנדען צום יונגערמאן און געפרעגט, די ווייסט וואס מיינט יראה, יראה מיינט "פחד", דער יונגערמאן איז געפאלן אויף דער ערד און זיך געווארפן פאר גרויס פחד השם, אזוי איז דאס אן געגאנגען די גאנצע נאכט,

צופרי איז דער זון הרה"ק רבי אלעזר זי"ע צו געגאנגען צום הייליגען טאטן און געפרעגט, טאטע וואס וועט זיין מיט דעם יונגערמאן, איז רבי אלימלך מליזענסק זי"ע צו געגאנגען צום איד און א וויש געגעבן אויפן פנים, און דאן האט זיך דער יונגערמאן אויף געשטעלט כאחד אדם, און מוצאי יו"ט ווען דער איד איז זיך געגאנגען געזעגענען פונעם צדיק, האט דער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע געזאגט פארן יונגערמאן, ווען די פארסט אהיים דערצייל פאר די אידן פון שטאט וואס מיינט יראת השם,

איינמאל זענען א קבוצה מיט חסידים געפארן מיט א פשוטע בעל עגלה צו זייער רבין קיין ליזענסק, ווען עס איז געקומען די צייט אהיים צו פארן, איז דער בעל עגלה אריין אין ביהמ"ד מזרז צו זיין די חסידים אז ער וויל שוין אהיים פארן,

אויפן וועג האט דער בעל עגלה געזאגט פאר די חסידים, וויסן זאלט איר אז אפילו איך וואס איך קען גאנץ גוט טרינקען ברוינפען, אבער אזוי פיל וויפיל ענקער רבי קען טרינקען דאס קען איך אויך נישט, ווייל ווען איך בין אריין געקומען אין ביהמ"ד ענק ארויס צו ריפן, האט זיך אראפ געגליטשט דעם טלית פונעם רבין, האב איך געזען דעם האלז פון ענקער רבין, און די האלז איז געווען רויט, אז איך קען שווערן אז דאס איז געקומען נאר פון טרינקען גאר א גרויסע סכום ברוינפען, דאס איז געווען די השערה פון א פראסטע בעל עגלה, און מיט אזא ברען און קדושה האט דער צדיק וקדוש געדינט דעם גרויסן באשעפער,

הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע איז נאך די פטירה פון זיין גרויסן רבין דער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע געפארן זיכן א נייעם רבין, ער האט געהאט א ספוק אויב ער זאל פארן קיין מעזיבוז צו רבי ברוך ממעזיבוז זי"ע, אדער זאל ער פארן צום צדיק וקדוש רבי משה חיים אפרים בעל דגל מחנה אפרים מסדילקוב זי"ע, אבער אויפן וועג איז דער בעל עגלה געפארן קיין סדיקלוב אנשטאט מעז'יבוז, האט דער צדיק רבי מענדל מרימנוב זי"ע פארשטאנען אז דאס איז זיכער די ריכטיגע פלאץ,

ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגען דגל מחנה אפרים זי"ע, האט אים דער צדיק געבעטן צו דערציילן עפעס פון זיין גרויסן רבין מליזענסק זי"ע, האט רבי מענדל מרימנוב זי"ע דערציילט, אז זיין רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט אים אמאל געוויזן, אז ביי יעדן מענטש איז דא א אדער אין די בעק פונעם אויער, וואס שאקעלט זיך פון גרויס פחד השם ביי יעדן איד בשעת די גסיסה, אבער ביים רבין דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט זיך דער אדער געשאקעלט יעדעס מאל ער האט געדאווענט צום באשעפער, ווייל ביים רבין איז געווען דער פחד השם ביים דאווענען, דאס זעלבע ווי ביי יעדן איד בשעת גסיסה ממש,

איין שבת קודש איז הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע געווען ביי זיין גרויסן רבין רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און בשעת די סעודת שבת קודש ווען די רבי האט געגעסן די זופ, האט זיך פלוצלונג אויס געגאסען אביסל זופ אויפן טיש, און דער תלמיד רבי מענדל מרימנוב זי"ע האט זיך צעשריגן בזה"ל, "רבי די וועלן נאך איינזעצן דעם רבין אין תפיסה אויף דעם", דער עולם וואס איז דארט געווען האט בכלל נישט פארשטאנען וואס דא איז פאר געקומען,

אבער שפעטער האט די רבי דערציילט וואס דא איז פאר געקומען, אז בשעת מען האט געגעסן די זופ שבת ביינאכט, האט מען ביים קיסר אין עסטרייך גוזר געווען א שרעקליכע גזירה אויף די אידן, און בשעת מעשה ווען עס האט זיך אויס געגאסען די זופ דא ביים טיש, האט זיך אויך אויס געגאסען טונט ביים קיסר אויף די גזירה, און מיט דעם האט מען מבטל געווען די גזירה, און רבי מענדל מרימנוב זי"ע האט מיט זיינע הייליגע אויגן געזען די גאנצע זאך, און עס האט זיך אים געדאכט כאילו די רבי גיסט ממש אויס די טונט, און דערפאר האט ער אויס געשריגן פארן רבין, אז די חברה וועלן נאך איינזעצן דעם רבין פארן אויסגיסן די טונט,

א איד איז אמאל געקומען צום צדיק וקדוש רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און זיך באקלאגט, אז זיין טאכטער וואס איז אין שידוכים יארן, איז א קלוגע מיידל און א גאר געראטענע, אבער זי איז ל"ע זייער נידעריג און עס גייט איר נישט קיין שידוכים, און ער האט געבעטן אז דער צדיק זאל אים העלפן,

דער צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האט ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט העכער די טאכטער, און ער האט אנגעהויבן ארויף צוען די הענט העכער און העכער, און לפלא האט די מיידל אנגעהויבן ווערן העכער און העכער, ביז ווען דער טאטע האט געזאגט אז זי איז שוין גענוג הויעך, דאן האט דער צדיק אוועק גענומען די האנט,

הרה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע איז געפארן אויף די חתונה פון זיין זון הרה"ק רבי משה בעל באר משה מקאזניץ זי"ע, וואס איז געווארן א איידעם ביי הרה"ק רבי יהודה לייב הכהן בעל אור הגנוז מאניפולי זי"ע, אויפן וועג איז דער קאזניצער מגיד זי"ע אריין קיין ליזענסק צו נעמען א ברכה פונעם צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע פארן חתן בעפאר די חתונה,

איז דארט אין שטוב פונעם צדיק געלעגען א קליין קינד א מיידל אין בעטל און זייער געוויינט, דאס איז געווען די טאכטער פון הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע, האט דער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע זיך אנגעריפן צום חתן דער באר משה בזה"ל, "גיי וויג דיר דיין כלה", עס איז געווען א פלא פארן עולם, אבער יארן שפעטער האט דער הייליגער באר משה זי"ע חתונה געהאט בזיווג שני מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע,

Re: רבי רבי אלימלך מליזענסק ז"ל - כ"א אדר תקמ"ו

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:29 am
דורך ניקל
אין די צייטן פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך האט אין שטאט ליזענסק געוואוינט א מלמד תשב"ר וואס האט אויך געהייסן אלימלך, ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן א טאכטער, האט איהם זיין ווייב געזאגט טו וואס אלע טוהן, פאר ארום נאך געלט, האט ער אנגעהויבן ארום פארן, אין די נאנטע שטעטלעך האט מען איהם נאך געקענט און מ'האט איהם געגעבן כפי ערכו.

אבער ווי ווייטער ער איז געפארן האט מען זיך טועה געווען אז דאס איז דער גרויסער רבי ר' אלימלך, און וויפיל ער האט פראובירט טענה'ען אז ער איז נאר א מלמד תשב"ר האט מען דאס אנגענומען ווי ענוה, און מ'איז געקומען אין די מאסן מיט גרויסע פדיונות און קוויטלעך.

דער איד זעהענדיג אז ער האט סייווי נישט קיין ברירה, ווייל דער עולם גלייבט נישט אז ער איז נישט רבי ר' אלימלך, האט ער זיך גענומען טיילן הבטחות אויף רעכטס און לינקס, און אין א קורצע תקופה איז ער אהיים געקומען מיט אסאך געלט, איז ער גלייך אריבער צום רבי'ן ר' אלימלך ווייל ער האט איהם געוואלט געבן האלב פון די פדיונות, נאכן מאכן די געלט אויף זיין נאמען.

ווי נאר ער טרעט אריין אין צימער, זאגט אים רבי ר' אלימלך, אויף ביז יעצט האב איך געדעקט כדי עס זאל נישט ארויס קומען קיין חילול ד', אז מ'וועט מיינען אז איך האב צוגעזאגט און ס'איז נישט מקויים געווארן, אבער פון יעצט אין ווייטער, זאלסט מער אזאנס נישט טוהן.

דאס ערשטע מאל וואס הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע איז געקומען קיין ליזענסק צום רבי אלימלך זי"ע, האט אים רבי אלימלך געפרעגט ווער איז דאס ערגסטע איד אין לעלוב, האט דער רבי דוד'ל געזאגט אז דער אפטייקער אין שטאט היט נישט קיין שבת. האט אים די רבי ארויס געשיקט און נישט געוואלט מקבל זיין אלס תלמיד,

ווען רבי דוד'ל האט זיך איבער געטראכט איז ער אריין געקומען צום רבין און געזאגט אז יעצט ווען איך בין ביים רבין איז דער אפטייקער די ערגסטע איד, אבער ווען איך בין דארט בין איך די נידעריגסטע איד, דאן האט אים די רבי אנגענומען אלס תלמיד.

דער הייליגער רבי אלימלך האט געזאגט אז פארוואס קומט מען צו מיילעך פאר ברכות און פאר ישועות, נאר מיילעך איז דאך א גרויסע בעל עבירה און ער האט מכריע געווען די גאנצע וועלט לכף חובה, און מען קומט צו אים מען זאל אים מעורר זיין צו תשובה, און דורך דעם וועט מען געהאלפן ווערן מיט ישועות.

מען פארציילט אז דער הייליגער רבי אלימלך האט 21 יאר געפאסט משבת לשבת, און געזאגט אז די ערשטע 7 יאר האט ער געפאסט זיך משלים צו זיין, די צווייטע 7 יאר איז געווען משלים צו זיין דאס גאנצע דור, און די לעצטע 7 יאר איז משלים צו זיין עד ביאת המשיח.

איינמאל איז א גוי אריין געקומען צום הייליגען רבי אלימלך זי"ע, און געפרעגט אויב ער דארף א פיש אויף שבת, דער הייליגער צדיק האט נישט געקוקט נאר געווינקען אז ער זאל אריינגיין צו די קאך צו די רעבעצין און פרעגן, האט די רעבעצין געזאגט איך ברויך נישט ווייל איך האב שוין פיש פאר שבת קודש,

ארויס גייענדיג האט דער גוי א פרעג געטאן דעם רבין און אויף מלוה מלכה האט שוין די רבי פיש, האט דער צדיק אויף געהויבען זיינע הייליגע אויגען און געזאגט אה די ביסט דאס, עס איז געווען דוד המלך ע"ה, האט די רבי געזאגט איך בין שוין עלטער און איך האב שוין נישט קיין כוח צו פראווענען גרויסע מלווה מלכה'ס, אבער איך בין מבטיח אז מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן פראווען גרויסע מלוה מלכה'ס, און דוד המלך ע"ה האט צו געזאגט אז מען וועט ביי די מלוה מלכה קענען פויעלען.

איינמאל איז הרה"ק מבאבוב זי"ע אריין זעהן ווי אזוי די תלמידים פירן מלוה מלכה, איז געווען יענע וואך די יארצייט כ"א אדר פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט א בחור זיך אנגערופען הלוואי זאל די רבי פארציילן א מעשה פונעם רבי אלימלך, האט הרה"ק מבאבוב זי"ע געזאגט "אויב מ'זעהט היינט א חסידישע יוד מיט בארד און פיאות, איז דאס א "מעשה" פונעם רבי ר' אלימלך זי"ע.

הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע, האט געזאגט אז גיין אויפן ציון פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, איז א סגולה צו נתעורר ווערן צו תשובה, און ווער עס גייט אויפן ציון וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה, און אויך הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע האט געזאגט אז ווער עס וויל האבן יראת שמים באמת, זאל גיין מתפלל זיין צום ציון פונעם רבי אלימלך זי"ע.

איינמאל האט מען געפרעגט די טאכטער הצדקת מרת מיריש ע"ה אויב מען קען נאך נאכן פטירה פינעם טאטן פויעלען ישועות ביים ציון, האט זי געזאגט "אז די טאטע האט געקענט אין די שיך, קען ער אין די זאקען אוודאי".

הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, האט יעדן שבת קודש מקפיד געווען צו לערנען די הייליגע ספר נועם אלימלך, און ער האט דאס געלערנט מיטן די לשון אן צולייגען קיין פירוש, און ער פלעגט זאגן אז די עצם לערנען דעם הייליגען ספר איז מזכך די נשמה.