בלאט 1 פון 1

געזונהייט נאטיצן און נייעס

געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:58 am
דורך רואה חשבונות
מעסעטשוסעס - די מעסעטשוסעס דזשנערעל האספיטעל מעלדט אז זיי האבן שבת דורכגעפירט דעם ערשטן ניר טרענספלענט, וואס דער ניר קומט פון א חזיר.

דאקטוירם זענען געווען זייער צופרידן פון די פראגרעס פונעם פאציענט, זיי רעדן שוין ווען מ'קען אהיים שיקן דעם פאציענט פון האספיטעל.

די זעלבע האספיטעל האט מיט בערך 65 יאר צוריק דורכגעפירט די ערשטע נירן טרענספלענט גענומען פון אן אנדערן מענטש וואס האט געמעטשט די בלאוד טייפ.

אויב וועט די פאציענט און אנדערע טרייעל פאציענטן גוט געלונגען, וועט דאס זיין א געוואלדיג דורברוך אין געזונהייט וועלט.

געזונהייט נאטיצן און נייעס

געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 11:30 am
דורך מירון
רואה חשבונות האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:58 am מעסעטשוסעס - די מעסעטשוסעס דזשנערעל האספיטעל מעלדט אז זיי האבן שבת דורכגעפירט דעם ערשטן ניר טרענספלענט, וואס דער ניר קומט פון א חזיר.

דאקטוירם זענען געווען זייער צופרידן פון די פראגרעס פונעם פאציענט, זיי רעדן שוין ווען מ'קען אהיים שיקן דעם פאציענט פון האספיטעל.

די זעלבע האספיטעל האט מיט בערך 65 יאר צוריק דורכגעפירט די ערשטע נירן טרענספלענט גענומען פון אן אנדערן מענטש וואס האט געמעטשט די בלאוד טייפ.

אויב וועט די פאציענט און אנדערע טרייעל פאציענטן גוט געלונגען, וועט דאס זיין א געוואלדיג דורברוך אין געזונהייט וועלט.
גוטע נייעס דאס!

בלויז א דריטל פון די וואס ווארטן פאר/דארפן נירן טרענספלענט באקומען עס צו סוף. די איבריגע ליידער דארף בלייבן אויף דיאליסיס וואס איז ווייט פון בא'טעמ'ט, אבער נישט יעדער קען בלייבן צו לאנג אויף דיאליסיס.

ס'דארמאנט מיר ווארט/א מעשה פון סאטמאר רב ז"ל. אין ארץ ישראל ווען ער איז קראנק געווען מיט אן אינפעקשאן און די מצב האט נישט אויסגעזען גוט. דעמאלס איז בסייעתא דשמיא ארויסגעקומען די ניי מעדצין - אנטיביאיק. נאכן נעמען אנטיביאיק איז ער געזונט געווארן. נישט צום באשרייבן וואס פאר א מהפיכה אנטיביאיק האט געמאכט אין מדיצינישע וועלט.

האט ער דאמאלס געזאגט אז יעצט פארשטייט ער שוין פשט אין וואס מ'זאגט ביים דאווענען ביי יוצר אור - "בורא רפואות" און נישט "רופא חולים" ווי מ'זאגט ביי שמונה עשרה, ווייל ס'איז דא אמאל קרענק וואס האט נישט קיין רפואה, און דער רבוש"ע באשאפט א נייע רפואה.

לאמיר האפן אז ס'וועט העלפן חולי ישראל, בפרט די וואס פלאגן זיך מיט די כליות יועצות.