בלאט 1 פון 1
שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 8:13 am
דורך לא ימושו מפיך
מ'שטייט אין א שווערע אינפלאציע תקופה.. אין יעדע אינדעסטרי זענען פרייזן ארויפגעגאנגען מיט באדייטענדע פראצענטן ואין הקומץ משביע.
די צווייט גרעסטע הוצאה אין א אידישע שטוב איינס נאך האוזינג, איז עסן, אז מ'מאכט א חשבון וויפיל עס קאסט א חודש עסן, וואס רעכענט אריין גראסערי, פיש, פלייש, בעקעריי רעסטוראנט'ס וכו' איז עס א ריזיגע
הוצאה וואס אסאך אידן האבן ליידער נישט.
ס'זענען דא מענטשן וואס זענען צולאזט ווען ס'קומט צי עסן, און זיי באצאלן משוגענע נומבערס וואס זיין חלומ'ן ניטאמאל, די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף ווען ס'קומט צי די ס''ה וויפיל זיי ספענדן א יאר אויף עסן, אסטראנאמישע נומבערס.
אבער די גוטע נייעס איז אז מ'קען שניידן די הוצאות מיט ערענסטע פראצענטן מיטן זיך אביסל איינציען די פאסיק, און עס אפעקטירט בכלל נישט דאס האבן עסן אין שטוב בהרחבה גדולה, (עס איז א וויכטיגע זאך, קינדער טארן נישט שפירן אז ס'איז דא לימידיט עסן)
1) פעסט פוד
שטיין ווייט פון רעדי פוד, פעסט פוד אויף וואס די געשעפטן לייגן ארויף געשוואלענע מארק אפ'ס
רעסטוראנטן, טעיק אוט'ס, סענדוויטש, דיפ'ס, בעקעריי אייטעמס, סושי, גרייטע סאלאטן, געשניטענע פרוכט, פיצא וכו' וכו'. פרוכט קען מען אליינס שניידן און קאקאש קעיק קען מען אליינס אהערשטעלן, אפילו אויב דיפ'ס שבת איז א עסענטשעל קען מען אויך עס אליינס מאכן. ועל הכלל כלו יצא.
2) פענסי פוד / מותרות
טשאקאלאדן, ניסלעך, מיעט באורדס, טייערע וויינען און ברויפענס, וכו', צופיל נאש, סנעקס
3) ביליגע ברענדס, קאמפערן ברענדס
קויפן די ביליגסטע ברענדס וואס ס'איז דא
4) קויפן אין ביליגערע געשעפטן
עס לוינט זיך אפילו געווענטליך איז די סערוויס דארט נישט אזוי גוט ווי אין די טייערע..
5) נאכלויפן דיעלס
האלטן א אויג אויף ספעשעלס אין פארשידענע געשפעטן. ווען ס'איז דא א א גרויסע סעיל אויף א שטארק באנוצטע אייטעם קען מען זיך אנסטאקן פאר א תקופה
נישט יעדער איז מסוגל צי טון אלעס, די גרעסטע פאקטאר אויפן ביל איז אז מ'כאפט מכל הבא ליד, ווען מ'בויקאטירט פעסט פוד, פענסי פוד, גייט די ביל שרינקן מיט ריזיגע פראצענטן, בעז''ה. אפילו אויב מ'איז נישט מסוגל צי נאכלויפן סעילס.
פארשטייט זיך מ'רעדט נישט פון הוצאות שבת ויו''ט.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 12:56 am
דורך פופציגער
גוט געשריבן. מען חלומט נישט וויפיל געלט מען קען שפארן.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 5:27 pm
דורך דער תהלים איד
נומער 1 (פעסד פוד) איז זיכער אמת, אבער אויך זיכער אז רוב מענטשן האבן נישט די יכולת צו מאכן אליינס. די ווירטשאפט איז איבערגעשטרענגט וכו'.
נומער 3 (ביליגע ברענדס) איז אויך אמת, אבער וואס זאל איך טון אז די גפן שמן זית ברענט הערליך און (---) ממש נישט? און די זעלבע מיט די טעם פון די טונא, די טעקסשטור פון די מאיאנעיס, און אזוי ווייטער עד הסוף.
כפארשטיי, אז דו האסט נישט קיין געלט שפאר און קויף נישט דאס בעסטע. איך מאך נישט אוועק. אבער איך זאג נאר מ'זאל נישט מיינען אז מ'צאלט סתם געלט פאר די ברענד. פאר די נאמען. ניין, יו געט וואט יו פעי פאר.
נומער 4 און 5 (ביליגערע געשעפטן) זענען אין מיינע אויגן א סך הכל פון קליין געלט וואס צאלט זיך נישט אויס די טירחא. אדרבה, איך בין נייגעריג צו איינער קען מיר ווייזן א עכטע קאמפעריסאן פון א עכטע עוורידזש איינקויפער וויפיל ער שפארט זיך פון נאכלויפן ביליגערע דיעלס.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 11:38 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 5:27 pm

ס'דא א שמועס מיט ר' יואל יאראסלאוויטש פון ראקלענד קאושער, אויף שמואלי קעסט, וועגן די נושא פון ביליגע ברענדס.
אין קורצן, אויב מ'דארף שפארן אויף פורניטשור ביים חתונה מאכן, און מ'נעמט נישט קיין בענד ביי די חופה, דארף מען וויסן אז ס'פאנגט זיך אן ביי די קעטשאפ!
אונז לעב מיר ווי בני מלכים, מ'מוז האבן די שענסטע און די בעסטע, און די לאך בלייבט אין טאש.
אז מ'קען אדרבה, אבער רוב ציבור וואס שרייבט אויף אין גראסערי קויפט די טייערע ברענדס, אויף וועמענס חשבון?!?
וועגן ביליגערע געשעפטן, כ'ווייס נישט וועגן אנדערע שטעט, אבער אין מאנסי איז דא All Fresh אן אלטע נישט היינטיגע גראסערי, וואס מ'קען שפארן גאר גאר אסאך.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:14 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 11:38 pm
וועגן ביליגערע געשעפטן, כ'ווייס נישט וועגן אנדערע שטעט, אבער אין מאנסי איז דא All Fresh אן אלטע נישט היינטיגע גראסערי, וואס מ'קען שפארן גאר גאר אסאך.
אט אויף דעם איז מיין נייגעריגע שאלה, צו איינער האט שוין אמאל געמאכט אזא עפל-טו-עפל קאמפעריסאן פון איין וואך צום צווייטן, צו זען וויפיל אזא חילוק האט עקטשולי באטראפן בסך הכל.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:20 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:14 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 11:38 pm
וועגן ביליגערע געשעפטן, כ'ווייס נישט וועגן אנדערע שטעט, אבער אין מאנסי איז דא All Fresh אן אלטע נישט היינטיגע גראסערי, וואס מ'קען שפארן גאר גאר אסאך.
אט אויף דעם איז מיין נייגעריגע שאלה, צו איינער האט שוין אמאל געמאכט אזא עפל-טו-עפל קאמפעריסאן פון איין וואך צום צווייטן, צו זען וויפיל אזא חילוק האט עקטשולי באטראפן בסך הכל.
נישט איך, אבער כ'קען עטליכע אזעלכע מענטשן.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:23 pm
דורך שבת קודש

אין 'מיטב' אין ק''י שטייט אויפן רעסיט ביי יעדע אייטעם וויפיל מען שפארט זיך אזוי אויך א ס''ה וויפיל מ'האט זיך געשפארט,
די פראבלעם איז נאר אז דארט קען מען נאר קויפן א קליינע חלק פון די וועכענטליכע ארדער
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:29 pm
דורך ביסט גערעכט
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:23 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:14 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 11:38 pm
וועגן ביליגערע געשעפטן, כ'ווייס נישט וועגן אנדערע שטעט, אבער אין מאנסי איז דא All Fresh אן אלטע נישט היינטיגע גראסערי, וואס מ'קען שפארן גאר גאר אסאך.
אט אויף דעם איז מיין נייגעריגע שאלה, צו איינער האט שוין אמאל געמאכט אזא עפל-טו-עפל קאמפעריסאן פון איין וואך צום צווייטן, צו זען וויפיל אזא חילוק האט עקטשולי באטראפן בסך הכל.
אין 'מיטב' אין ק''י שטייט אויפן רעסיט ביי יעדע אייטעם וויפיל מען שפארט זיך אזוי אויך א ס''ה וויפיל מ'האט זיך געשפארט,
די פראבלעם איז נאר אז דארט קען מען נאר קויפן א קליינע חלק פון די וועכענטליכע ארדער
כהאב שוין אפאר מאל געמאכט די חשבונות איין אזא פאל געדענק איך האב איך געמאכט אן ארדער ביי "מטיב" די טאטעל איז געווען אונטער $90 און נאכן עס קאמפעירן צו א רעגולער גראסערי (איך טוה עס דורך צאמשטעלן א ארדער אנליין) איז אויסגעקומען די טאטעל $120
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:34 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:14 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 11:38 pm
וועגן ביליגערע געשעפטן, כ'ווייס נישט וועגן אנדערע שטעט, אבער אין מאנסי איז דא All Fresh אן אלטע נישט היינטיגע גראסערי, וואס מ'קען שפארן גאר גאר אסאך.
אט אויף דעם איז מיין נייגעריגע שאלה, צו איינער האט שוין אמאל געמאכט אזא עפל-טו-עפל קאמפעריסאן פון איין וואך צום צווייטן, צו זען וויפיל אזא חילוק האט עקטשולי באטראפן בסך הכל.
נישט איך, אבער כ'קען עטליכע אזעלכע מענטשן.
אפשר בעטסטו זיי א שטיקל ס"ה אין ציפערן?
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:44 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:34 pm
אפשר בעטסטו זיי א שטיקל ס"ה אין ציפערן?
בינעך נישט אין די גיסטע פון זיי אויספראקן
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:59 pm
דורך שבת קודש
יעצט פאר פסח לוינט זיך זיכער צו קויפן ביי 'מיטב', ס'וועט נאר לכאורה זיין איבערגעשטאפט
אגב ס'איז דא וואס זאגן אז פאר פסח צאלט מען נישט מער געלט פאר די גראסרי פון א גאנץ יאר
נאר פשוט מען קויפט אויפאיינמאל אלעס פאר צוויי וואכן אנדערשט ווי אייביג ווי מען קויפט כמעט יעדן טאג זאכן אין גראסרי
און אמת אז מ'קויפט אסאך זאכן וואס מ'קויפט נישט א גאנץ יאר אבער אין די זעלבע צייט קויפט מען נישט זייער אסאך חמץ זאכן וואס מען קויפט יא א גאנץ יאר
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 10:54 pm
דורך פופציגער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:59 pm
יעצט פאר פסח לוינט זיך זיכער צו קויפן ביי 'מיטב', ס'וועט נאר לכאורה זיין איבערגעשטאפט
אגב ס'איז דא וואס זאגן אז פאר פסח צאלט מען נישט מער געלט פאר די גראסרי פון א גאנץ יאר
נאר פשוט מען קויפט אויפאיינמאל אלעס פאר צוויי וואכן אנדערשט ווי אייביג ווי מען קויפט כמעט יעדן טאג זאכן אין גראסרי
און אמת אז מ'קויפט אסאך זאכן וואס מ'קויפט נישט א גאנץ יאר אבער אין די זעלבע צייט קויפט מען נישט זייער אסאך חמץ זאכן וואס מען קויפט יא א גאנץ יאר
א פוינט איז עס זיכער, ווייל א ציין בערשטל ברויך מען סייווי א נייע יעדע שטיק צייט, לייגט מען עס אין די פסח ארדער...
אבער גענוג און נאך זאכן נישט, פלעסטיק ליינערס פאר די פרידזשידער, הויפענעס זילבער פאפיר צו איבערדעקן א האלבן שטאט - און נאך מיט כשר לפסח טעיפ, פסח’דיגע זייף און שאמפו וואס שמעקט פון מים אחרונים וואס מנוצט (ווער סנוצט עס) מערסטנס נאר אום פסח און גייט אין גארבעדזש כמעט אנגעפולט, די איבערגעבליבענע האלבע שאכטל מאראנצן וואס גייען אין גארבעדזש נאך פסח, און נאך פילע פראדוקטן זענען פלעין פסח’דיגע פראדוקטן.
חוץ מזה וואס טראכט אריין וויפיל גרעיפ דזשוס גייט אויס, אוואקאדאו, און נאך א רייע טייערע פראדוקטן - שוין חוץ די מצות וואס יעדע קיי איז א קוואדער.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:42 pm
דורך שבת קודש
ס'איז לכאורה ענדרשט צו מאכן פאר פסח אסאך קליינע ארדערס און קויפן יעדעס מאל די זאכן וואס מען דארף יעצט ווי איידער מאכן אויפאיינמאל איין ריזיגע ארדער און קויפן אלעס וואס מען שטעלט זיך פאר אז מען גייט דארפן ווייל זייער אסאך זאכן גייט מען צום סוף נישט דארפן און גייט גיין אין גארבידזיש.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 2:29 pm
דורך שבת קודש
איך האב שוין אסאך מאל געהערט די וויכטיגקייט פון איבערקוקן די רעסיט נאכן איינקויפן נאכדעם וואס ס'איז זייער גרינג עס זאל געשעהן טעותים,
יעצט האב איך עס געשפירט, קוקנדיג אויף די רעסיט פון מיין ארדער בין איך שאקירט געווארן וואס פאר א ריזיגע ביל איך האב, בין איך אריבער צום גראסרי בעטן אלע רעסטיס פון די לעצטע פאר וואכן זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער אז א פארדוקט וואס איך האב געקויפט אפאר וואכן צוריק וואס קאסט 4 דאלער האט געקאסט גאנצע 920 דאלער.. אויב עס וואלט געווען נאר 200 דאלער וואלט איך עס לכאורה ניטאמאל געכאפט,
אזאלכע מעשות געשעהן כסדר, מענטשען צאלן שווערע געלטער צוליב טעותים, ממילא איז זייער וויכטיג איבערצוקוקן יעדע ביל.
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 1:45 pm
דורך אנדערער
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 2:29 pm
איך האב שוין אסאך מאל געהערט די וויכטיגקייט פון איבערקוקן די רעסיט נאכן איינקויפן נאכדעם וואס ס'איז זייער גרינג עס זאל געשעהן טעותים,
יעצט האב איך עס געשפירט, קוקנדיג אויף די רעסיט פון מיין ארדער בין איך שאקירט געווארן וואס פאר א ריזיגע ביל איך האב, בין איך אריבער צום גראסרי בעטן אלע רעסטיס פון די לעצטע פאר וואכן זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער אז א פארדוקט וואס איך האב געקויפט אפאר וואכן צוריק וואס קאסט 4 דאלער האט געקאסט גאנצע 920 דאלער.. אויב עס וואלט געווען נאר 200 דאלער וואלט איך עס לכאורה ניטאמאל געכאפט,
אזאלכע מעשות געשעהן כסדר, מענטשען צאלן שווערע געלטער צוליב טעותים, ממילא איז זייער וויכטיג איבערצוקוקן יעדע ביל.
עפעס א טעות האסטו דא געמאכט
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 4:00 pm
דורך וואלף
Re: שפארן געלט ביים קויפן עסן
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 4:16 pm
דורך אהרן
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 25, 2024 5:27 pm
נומער 3 (ביליגע ברענדס) , די טעקסשטור פון די מאיאנעיס, און אזוי ווייטער עד הסוף.
כפארשטיי, אז דו האסט נישט קיין געלט שפאר און קויף נישט דאס בעסטע. איך מאך נישט אוועק. אבער איך זאג נאר מ'זאל נישט מיינען אז מ'צאלט סתם געלט פאר די ברענד. פאר די נאמען. ניין, יו געט וואט יו פעי פאר.
.
ווי שוין אויסגעשמועסט עטליכע מאל און אויך קאנפירעמט מיט די פירמעס ''מאיאנעיס'' מאכן אלע ביי די זעלבע קאמפעני זעלבע רעסעפי יעדער לייגט נאר זיין לעבל ווען די טעקטשער איז נישט גוט איז עס אזוי ביי אלע... אלס אנדערש איז א בלויזע איינרעדעניש