בלאט 1 פון 1

מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:48 pm
דורך אהבה רבה
לכבוד פורים תשפ"ד לפ"ק
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
ויהי בימי אחשורוש
די מגילה מיטן פירוש
זאל צוהערן דער גאנצער עולם
געווען איז אמאל א קייזער
א גרויסער שלאק א בייזער
א טיפוש און גאר א גרויסער גולם
(ב)
ער האט געמאכט א סעודה פון 180 טעג
און געטוהן וואס נישט מ'מעג
פון בית המקדש נעבעך די כלים
אלע תאוות נאכגעגאנגען
וויאזוי סיי ווער האט געטוהן פארלאנגען
ווי עס פאסט פאר שיכורע ערלים
(ג)
א צווייטע סעודה א פרישער פלאג
נאך אויף גאנצע זיבן טאג
דא מוז קומען יעדער איינער
א געזעץ עס טאר נישט פעלן קיינער
יודן אראבער
מענער און ווייבער
כינעזער, רוסן און מיסטן קלייבער
שניידער און אקסן טרייבער
(ד)
האט פאסירט ביום השביעי
בכלל נישט קיין מלתא דתמי'
אלע אינאיינעם אנגעזאפענע שיכורים
אחשורוש בלייבט אנע דעת
רופט אריין ושתי די מרשעת
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
א שטראף פאר ושתי א גערעכטער
ווייל זי האט געפייניגט יודישע טעכטער
אזוי זיך געפירט אלעמאל
א שיקסע א מגונה
מיט א מורא'דיגע שנאה
צו גאנץ כלל ישראל
(ב)
אחשורוש האט א משוגעת באקומען
אז ושתי זאל ברבים אריינקומען
אזוי מיאוס גאר נישט איידל
זי האט אבער נישט געקענט מיטגיין
צום קעניג האט זי געענטפערט ניין
זי האט באקומען קרעץ און א וויידל
(ג)
אחשורוש איז נישט צופרידן
ער פרעגט אן עצה פון קלוגע יודן
זיי ווילן נישט ענטפערן וואס צו טוהן
ער וואקלט זיך אהער און אהין
עס טוהט זיך אפירזוכן
דער ממוכן
פון אינטערוויילעכטס געקומען צו קריכן
מ'מוז נעמען שריט אינגיכן
(ד)
אזא התנהגות קומט זיך דער טויט
שיקן ושתי לעלמא דקשוט
דעם מלך'ס צער איך שפיר אים
אויך מה נאמר מה נדבר
וויאזוי קוקן אונז אן אונזערע ווייבער
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
אן עצה טוהט ער פרואוון
שיקן צו אלע פעלקער בריוון
נאר איין מציאות איז פארהאן
אן פארווען און אן פארוואס
אין שטוב נאר איין באלעבאס
נאר רעדן די שפראך פונעם מאן
(ב)
די בריוון געשיקט איבער די וועלט
יעדער איינער האט געקוועלט
וואס האט דער קעניג דא אנגעמאכט
א געזעץ מיט אזויפיל גאונות
אזעלכע קוריאזע שגיונות
די גאנצע וועלט האט פון אים געלאכט
(ג)
אבער דער מלך מיט'ן רוח שטות
אנגעזאפן מיט וויין ער איז
קוים וואס ער קען זיך רירן
זיין החלטה טוהט ער אויספירן
דער גוי דער טמא
פון ושתי א נקמה
זי האט דאך אנגעהויבן די מלחמה
יעדער פארשטייט מסתמא
(ד)
הקדים מכה לרפואה
כדי די יודן זאלן האבן א ישועה
בברכה והצלחה מיט אלע שיעורים
דער מלך זוכט א כלה
נעמט צוזאם מיידלעך אלע
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
בארואיגט פונעם כעס
א פרישע באפעל אין גאס
אלע מיידלעך מוזן קומען צו פארן
יעדן געבן א באטראכט
א פרישע פראבע יעדע נאכט
באהאלטן וועט זיך קיינער נישט טארן
(ב)
אסתר די צדיקת
צום באשעפער פיל מיט דביקות
טוהט זיינע מצוות ערליך און גערן
אין שטוב פון מרדכי אויפגעצויגן
פארשטאנען אז צו פאלגן וועט נישט טויגן
פון דעם באפעל וויל זי נישט הערן
(ג)
אבער צוליב די גזירה
האט זי מער נישט געהאט קיין ברירה
פון שטוב האט מען איר גענומען
צום פאלאץ אנגעקומען
מיט חסד באגלייט
ווי זי גייט און זי שטייט
בשמים און מתנות איר אנגעגרייט
יחוס נישט געזאגט צו דעם געלעגנהייט
(ד)
און טאקע בחודש העשירי
איז געקומען די בשורה
פון באשעפער בדברים ברורים
אלס מלכה געווארן אויסגעקליבן
מיט'ן קרוין אויפן קאפ איז זי געבליבן
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
מרדכי טוהט באזוכן
ישועה קומט אינגיכן
פון בגתן ותרש טוהט מרדכי הערן
פאר אסתר געבט ער איבער
און אזוי דעריבער
טוהט מען זייערע פלענער צושטערן
(ב)
אבער יעצט קומט המן
עס ווערט גרויס זיין נאמען
צו שררה באקומט ער די תאוה
עס טוהט אים באגליקן
יעדער צו אים ביקן
א שטאלצע און גרויסע בעל גאוה
(ג)
מרדכי ווייזט המנ'ן די שיך
און ער פארשטייט זייער גיך
ער איז דאך באמת גערעכט
ווי נישט ווי איז ער זיין קנעכט
אזא איינער
קריצט ער מיט די ציינער
אזוי צו אים פירט זיך קיינער
וועט זיך נעמען צו כלל ישראל'ס ביינער
(ד)
המן ברענגט עשרת אלפים ככר
פיינע הערליכע זילבער שטיקער
אויסגעארבעט מיט הערליכע יצורים
יודן ווערן אונטערגעדריקט
לויפערס מיט בריוון ווערן געשיקט
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
מרדכי מיט א זאק אוי וויי
לויפט מיט א ביטער געשריי
וואס וועט זיין מיט כלל ישראל
ווי גרויס די צער איז
צו אסתר קומען אירע נערות
וואס האט פאסירט מיט מרדכי אויף אמאל
(ב)
אסתר פרעגט זיך נאך
זי שיקט צו מרדכי התך
מרדכי טוהט אלעס ערקלערן
המן טוהט אלעס אנווענדן
התך געטוהן פארלענדן
אבער אסתר האט שוין אלס געטוהן הערן
(ג)
מרדכי בלייבט אבער נישט שטיין
צום קעניג מוז אסתר גיין
זי איז נישט זיכער אויב זי מעג
שוין נישט געוען פאר דרייסיג טעג
ס'קען קאסטן דאס לעבן
דער מלך וועט נישט פארגעבן
אסתר טוהט א פלאן וועבן
צו ראטעווען טוהט זי שטרעבן
(ד)
זי איז צופרידן
מרדכי צונויפרופן די יודן
עסן און טרינקען אסור באיסורים
מעגליך זי איז פארלוירן
אפשר אלעס אנגעוואוירן
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
דריי טעג טוען דורך גיין
אסתר טוהט זיך אן שיין
טייערע קעניגליכע קליידער
סייעתא דשמיא טוהט זי בעטן
צום קעניגליכן הויף צוטרעטן
מיט המנ'ן גייט מען מאכן סדר
(ב)
דער מלך פון שושן הבירה
ווי ער זעהט אסתר'ס צורה
דעם שרביט הזהב ער ווייזט איר
אסתר טוהט פרובירן
דעם שטעקן אנצורירן
דער קעניג פרעגט וואס איז דאס מיט דיר
(ג)
ער זאגט פאר אסתר מיט ווערטער גיכע
איך געב דיר אוועק א האלבע מלוכה
אסתר טוהט זיך ארויסדרייען
איך וויל נאר לאדענען צו משתה היין
איך לאדן דיך איין
און דער רצון איז מיין
אויך המן זאל דארט זיין
מ'גייט טרינקען אביסעלע וויין
(ד)
די באדינער טוען זיך יאגן
המן טוען זיי צום פאלאץ טראגן
פיינע וויין אנגעגרייט מיט גרויסע שיעורים
דער קעניג פרעגט איידל און ווייעך
מיין טייערע אסתר מה שאלתך
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
אסתר האט א בקשה
א פרישע טרינק מיט'ן רשע
וויל איך דיר אנטראגן
אז די וועסט מיר נאכגעבן
זאג איך צו ביי דיין לעבן
מיין יחוס וועל איך דיר אויסזאגן
(ב)
המן זעהט זיין גדולה אזוי קלאר
ער איז פרייליך ביז גאר
ער לויפט אהיים בשמחה יתירה
ווען ער זעהט מרדכי ביים טיר
פארלירט ער די שמחה פון פריער
אוי ווען ער האט נאר א ברירה
(ג)
המן ווערט אין כעס
זיין פנים ווערט בלאס
ער רופט צוזאמען זיינע פריינט
א וויכטיגע אסיפה מאך איך היינט
איך בין אזוי רייך
מיט קינדער אסאך
אבער דאס איז נישט די זאך
מרדכי'ס קבר דארף מען גראבן גלייך
(ד)
גארנישט איז עס מיר נישט ווערט
ביז מרדכי איז נישט אין דער ערד
ער דערמאנט דאך מיינע חטאת נעורים
זרש טוהט א עצה מיטטיילן
צו בויען א תלי' פון פופציג איילן
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
בלילה ההוא יענע נאכט
דער קעניג ליגט און טראכט
ער דרייט זיך פון איין זייט צום צווייטן
עפעס גייט דא פאר
המן און אסתר א מאדנע פאר
עפעס טוהט דאס באדייטן
(ב)
דעם ספר הזכרונות פון מלך שושן
הייסט ער זאל מען אים אויפמישן
ווער האט אים א טובה געטוהן אמאל
עס פרובירן המנ'ס קינדער
אוועק צו מישן דעם ביכל אצינדער
אבער עס קומט שוין ישועת ישראל
(ג)
די מעשה פון מרדכי טוהט דארט שטיין
ער האט געראטעוועט דעם מלך אליין
צו האט מען אים שוין שכר געגעבן
פאר'ן ראטעווען דעם קעניג'ס לעבן
דער ענטפער איז ניין
המן קומט צו גיין
דער מלך פרעגט ווער אין הויף טוהט זיין
מען זאגט אז דאס איז המן אליין
(ד)
דער מלך טוהט אים פרעגן
וויאזוי צו באצאלן מיט די ריכטיגע וועגן
מיינע גוטע פריינט איך פארליר-אים
המן פארשטייט אז מען מיינט דא אים
ער ענטפערט תיכף קיין פראבלעם
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
כדי ער זאל ווערן באערט
נעמט מען דעם קעניג'ס פערד
און אנטוהן די קעניגליכע קליידער
מיט די זאכן אויסצירן
אויפ'ן פערד ארומפירן
און הויך אויסרופן כסדר
(ב)
ככה יעשה לאיש שרייען
איבער די שטאט ארומדרייען
יעדער זאל עס זעהן מיט די אויגן
המן איז אנטוישט געווארן
ער זעהט דעם קעניג'ס צארן
אוי וויי עס גייט נישט טויגן
(ג)
דער קעניג זאגט פאר המן האלט
דיין עצה אויספירן גיך און באלד
אלעס זאל פאסירן שוין
אויף מרדכי לייגן דעם גאלדענעם קרוין
דאס הייס איך דיר
ארומפירן ברחוב העיר
דיין געוואלדיגע עצה פון פריער
פאסט דיר צו טוהן אן א שיעור
(ד)
קיין עצה נישט געבליבן
המן די קליידער האט אויסגעקליבן
אויסגערופן הויך די דיבורים
זיינע חכמים זאגן אים דערויף
נפול תפול לפניו
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
אזוי גייענדיג שפאצירן
און מרדכי ארומפירן
אויפ'ן פערד אין גאס
ער ברענט ווי א נר של שעוה
פלוצלינג פון שווארצע קאווע
המן ווערט אינגאנצן נאס
(ב)
ער קוקט ארויף מיט צארן
פארוואונדערט איז ער געווארן
ער זעהט ס'איז זיין טאכטער אליין
ער ווערט אזוי צושטערט
אבל וחפוי ראש ער ווערט
און פארשטינקען קומט ער אהיים צו גיין
(ג)
די צווייטע משתה קומט שוין אן
המן ווייסט נישט וואס צו טאן
די מלך'ס באדינער טוען יאגן
ס'העלפט נישט קיין וויינען און קיין קלאגן
ער פארשטייט פיין
ער מוז שוין גיין
אזוי פארשמעקט דארטן שטיין
און אינאיינעם טרינקען וויין
(ד)
דער קעניג פרעגט מה שאלתך
אסתר זאג מיר מה בקשתך
דאס נישט וויסן מאכט מיר אן יסורים
זי טוהט ענטפערן דערצו
נפשי בשאלתי תנתן לי
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
אסתר טוהט אים זאגן
ווי קענסטו דאס פארטראגן
מען וויל אוועקנעמען אונזער חיות
אחשורוש זאגט דערצו
מי הוא זה ואיזה הוא
דאס איז דאך מיר גרויס נייעס
(ב)
ער געפונט זיך דא אין הויף
איש צר ואויב
ער וויל אויסמעקן אונזער נאמען
ווען ער מיינט דעם קעניג עכט
וואלט ער אונז געמאכט פאר קנעכט
דאס איז דיין שר המן
(ג)
מיט כעס אויפ'ן פנים ער האלט נישט אויס
דער קעניג לויפט אין הויף ארויס
זיך אויסלופטערן אביסל יעצט גיימיר
ער טרעפט המנ'ס קינדער שניידן ביימער
פאר א גוט יאר
צו איז דאס וואר
צו בין איך ביים זינען קלאר
איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר
(ד)
אויפן בעט פאלט המן ארויף
דער קעניג קומט צוריק דערויף
אוועק פון מיין שטוב פיר-אים
חרבונה פארציילט פון דעם תלי'
און אט קומט שוין די ישועה
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
המן איז שוין אויס
אסתר באקומט זיין הויז
מרדכי הצדיק באקומט דעם טבעת
אסתר טוהט נישט אפטרעטן
ביים קעניג טוהט זי בעטן
ער זאל נישט צולאזן דעם משוגעת
(ב)
אן עצה טוה איך ברענגן
המן טוהט שוין הענגן
שרייבט בריוון וויאזוי איר ווילט
די שרייבער'ס קומען צו גיין
געחתמ'ט מיט'ן רינגל אליין
די שונאי ישראל ווערן אויסגעשפילט
(ג)
נעמט אייך צוזאם אלע יודן
הרגעט זיי אויס און זייט צופרידן
אשר בכל עיר ועיר
זיי אויסהרגענען אן א שיעור
א נייע צורה
פאר שושן הבירה
פטור פון אלע שונאים אירע
אלע עמלקים פון די שורה
(ד)
אט קומט ער צוגיין פאמעליך
ומרדכי יצא מלפני המלך
הערליכע קליידער מיט גאלדענע ציורים
אורה ושמחה וששון ויקר
פאר אלע יודן מדור לדור
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
בשמחתינו לא יתערב זר
בשנים עשר לחודש אדר
יודן נעמען זיך די מי
אשר ישלטו המה
אויף די גויים א פחד ואימה
מקוים געווארן ונהפוך הוא
(ב)
פינף הונדערט אין שושן הבירה
און אויך געזאגט דעם כל חמירא
אויף בני המן צעהן
יודן זיך געווען משמח
ווייל אויפ'ן בוים פונדערהייעך
האט יעדער זיי געזעהן
(ג)
אסתר טוהט נישט לאנג זארגן
זי בעט אחשורוש אויך אויף מארגן
און טאקע געשאפן פרישע נייעס
געהארגעט נאך שלש מאות
אבער דאקעגן
זייער פארמעגן
איז דארט ווייטער געלעגן
געבליבן אויף די וועגן
(ד)
די גויים טוען זיפצן
אבער אום פערצן און פופצן
האלטן מיר יום טוב מיט אלע הידורים
אין אלע מדינות פון נאענט און ווייט
זענען יודן בשמחה אין די צייט
שישו ושמחו בשמחת פורים

(א)
מזמור שיר ארוממך
יודן זענען מרבין בשמחה
מתנות לאביונים ומשלוח מנות
מיט דאנק צום בורא דעלמא כולא
ליינט מען די מגילה
השי"ת אויף אונז געהאט רחמנות
(ב)
ישוב מחשבתו הרעה
מקויים געווארן אין דעם שעה
קימו וקבלו היהודים עליהם
אפצייכענען די מתנה
בכל שנה ושנה
לבסומי בפוריא מיט א לחיים
(ג)
אזעלכע ניסים געוואלדיגע מעשים
והימים האלה נזכרים ונעשים
אלע משפחות מיט די קינדער
טוען זיך פרייען אצינדער
על שם הפור
ניסים אן א שיעור
אויך בזמן הזה קומען אפיר
בעזר הצור
(ד)
וכל מעשה תקפו וגבורתו
ופרשת גדולת מרדכי
מיט אלע דעטאלען און תיאורים
דורש טוב לעמו
ודבר שלום לכל זרעו
שישו ושמחו בשמחת פורים

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:58 pm
דורך פליט
WOW
הערליך הערליך מאסיוו!!!

עכטע טאלאנט ברידער.

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:10 pm
דורך פייל און בויגן
טענקס @אהבה רבה, קיפּ איט אָפּ.

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:13 pm
דורך דער תהלים איד
WOW איז נישט דאס ווארט.

נורא!

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:33 pm
דורך רואה חשבונות
שיין שיין!!

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:11 pm
דורך שמייכלדיג
הערליך הערליך דורכגענומען די גאנצע מגילה ס'קלאפט אזוי גוט צום גראם!

@אהבה רבה מיט וועלכע ניגון זינגט מען עס?

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:09 pm
דורך אהבה רבה
איך ווייס נישט וויאזוי צו שיקן א אודיא פייל. אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי, וועל איך ארויפלייגן דעם ניגון פאר דעם פאום.

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:21 pm
דורך פייל און בויגן
אהבה רבה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:09 pm איך ווייס נישט וויאזוי צו שיקן א אודיא פייל. אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי, וועל איך ארויפלייגן דעם ניגון פאר דעם פאום.
אָפלאוד עס צו א גוגעל דרייוו, און לייג ארויף די לינק.

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:36 pm
דורך אהבה רבה
איך פרוביר עס צו שיקן מיט Dropbox.
ביטע לאזט וויסן אויב עס ארבעט.
https://www.dropbox.com/scl/fi/yadeapt3 ... v2bxo&dl=0

אויב איינער איז אינטערעסירט, איך געמאכט עטליכע קליינע שינויים למען ירוץ בו הקורא און איך לייג דא א Dropbox לינק, איך אז איך לייג עס ריכטיג.
https://www.dropbox.com/scl/fi/wtfw4gu8 ... 7ghtb&dl=0

Re: מגילת אסתר אויפ'ן גראם

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 10:35 pm
דורך פופציגער
זייער שיין!!! מייסטערהאפטיג!