בלאט 1 פון 5

דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 4:57 pm
דורך דער תהלים איד
אין אלע זייטן זעט מען די סיינס, קוקט אויס א געוואלדיגע ארבעט.

זאל עס נאר עפעס אויפטון...

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 4:59 pm
דורך דער תהלים איד
קוקט אויס אז ס'דא ב"ה נאך ווער עס האט הנאה דערפון...

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:00 pm

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:14 pm
דורך מי שברך
IMG-20240318-WA0052.jpg
IMG-20240318-WA0052.jpg (475.84 KiB) געזען געווארן 796 מאל

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:05 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:00 pm
ווער איז דער חכם?

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:38 pm
דורך דער תהלים איד
@צווייזייטיג כהאב קיין מושג נישט.

ס'איז א בחינה פון קבל את האמת ממי שאמרו...

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:03 pm
דורך פרייליך
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 4:57 pm אין אלע זייטן זעט מען די סיינס, קוקט אויס א געוואלדיגע ארבעט.

זאל עס נאר עפעס אויפטון...
ביז אהער קוקט אויס ווי זיי האבן עפעס געריקט פאראויס די זאך
לעצטענס איז דא היבש מער א אויפוואכונג.

זיי דארפן ווען קאמפיינען פאר פאנד'ס צו קענען מער נויז מאכן איבער די וויכטיגע טעמע.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:19 pm
דורך רואה חשבונות
האב איך שטארק הנאה פון דעם קאמפיין

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:22 am
דורך וואוילער
שיינע און רואיגע קאמפיין.

אגב, די קאמפיין לויפט פונקט אזוי אין מאנסי.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:12 am
דורך פשוטער איד
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 8:38 pm @צווייזייטיג כהאב קיין מושג נישט.

ס'איז א בחינה פון קבל את האמת ממי שאמרו...
גוט, אבער דארט ווי ער האקט אויף א עיר ואם בישראל דארף מען אראפנעמען לענ"ד

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:05 pm
דורך שטייפע קוגל
מי שברך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:14 pm IMG-20240318-WA0052.jpg
האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י האט אויך גערעדט פאר די בחורים מוצ"ש איבער נאר אנצינדן ערליכע מוזיק.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:18 pm
דורך פופציגער
מיין מיינונג: ס'גייט גארנישט אויפטון.

פערזענליך האלט איך אז מ'דארף סטאפן די גאנצע זאך פון ארומגיין פורים. זאלן די ישיבות מאכן גרויסן פורים סעודות אין ישיבה אויב דער פראבלעם איז אז בחורים דרייען זיך ליידיג.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:18 pm
דורך יום טוב
די נומבער דארף מען לעני"ד צושפרייטן אז יעדער זאל דאס האבן, און קענען אריינרופן ווען מען זעהט אז עס איז נישט כהוגן , גענוג אידן וועלן זיך צוכאפן דערצו, און איך האף אז די הנהלת הישיבה איז ערענסט דערביי ווייל עס טוט וויי פאר אסאך אידן און עס פארשעמט די ישיבה
מתיבתא פורים.jpg
מתיבתא פורים.jpg (206.23 KiB) געזען געווארן 586 מאל

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:24 pm
דורך יום טוב
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:18 pm מיין מיינונג: ס'גייט גארנישט אויפטון.

די הנהלת הישיבה קען עס מסדר זיין אויב ווילן זיי עכט

פערזענליך האלט איך אז מ'דארף סטאפן די גאנצע זאך פון ארומגיין פורים. זאלן די ישיבות מאכן גרויסן פורים סעודות אין ישיבה אויב דער פראבלעם איז אז בחורים דרייען זיך ליידיג.

מען קען עס נישט סטאפן סיי די ארגענעזאציעס דארפן די געלט און סיי די בחורים דארפן עס און סיי די נגידים , איך מיין אז מהר"יי האט שוין פראבירט צו סטאפן און עס האט נישט געארבעט

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:36 pm
דורך שטייפע קוגל
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:24 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:18 pm מען קען עס נישט סטאפן סיי די ארגענעזאציעס דארפן די געלט און סיי די בחורים דארפן עס און סיי די נגידים , איך מיין אז מהר"יי האט שוין פראבירט צו סטאפן און עס האט נישט געארבעט
וועלכע חלק האט זיך נישט אויסגעארבעט? די נגידים, ישיבה אדער בחורים?

אגב, מענטשן פארגעסן אז בחורים מאביל'ס איז בשעתו געווען א מוראדיגע דורכברוך. שטעלט אייך פאר וואספארא עגמת נפש און מכשולות ס'איז געווען ווען די בחורים האבן זיך ארומגעדרייט אליין און פורים... דאס אז די רבנים און ראשי ישיבה קענען - אויף וויפיל ס'איז שייך - קאנטראלירן די בחורים איז טאקע ווייל די בחורים גייען אפיציעל אינאיינעם מטעם הישיבה.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:39 pm
דורך יום טוב
שטייפע קוגל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:36 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:24 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:18 pm מען קען עס נישט סטאפן סיי די ארגענעזאציעס דארפן די געלט און סיי די בחורים דארפן עס און סיי די נגידים , איך מיין אז מהר"יי האט שוין פראבירט צו סטאפן און עס האט נישט געארבעט
וועלכע חלק האט זיך נישט אויסגעארבעט? די נגידים, ישיבה אדער בחורים?

אגב, מענטשן פארגעסן אז בחורים מאביל'ס איז בשעתו געווען א מוראדיגע דורכברוך. שטעלט אייך פאר וואספארא עגמת נפש און מכשולות ס'איז געווען ווען די בחורים האבן זיך ארומגעדרייט אליין און פורים... דאס אז די רבנים און ראשי ישיבה קענען - אויף וויפיל ס'איז שייך - קאנטראלירן די בחורים איז טאקע ווייל די בחורים גייען אפיציעל אינאיינעם מטעם הישיבה.
איך ווייס נישט וועלכע חלק , אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט פראבירט דאס צו סטאפן

אמת דאס אז עס פעלט אויס פאר די בחורים אלס שמירה אין דרשה פון רבין (מהר"א ) האט דער רבי געזאגט אז דאס איז א מנהג מקדמת דנא, עס איז משמע אז דער רבי האלט אז עס איז זייער א גוטע זאך וואס מען דארף אנהאלטן

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:58 pm
דורך וואוילער
מען רעדט דא פון סטאפן גיין נאך געלט? דאכט זיך אז נישט.
די נושא איז אז די בחורים זאלן נישט מיינען אז נער'ישע קנאקעדיגע מוזיק איז די גליק.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:00 pm
דורך יום טוב
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:58 pm מען רעדט דא פון סטאפן גיין נאך געלט? דאכט זיך אז נישט.
די נושא איז אז די בחורים זאלן נישט מיינען אז נער'ישע קנאקעדיגע מוזיק איז די גליק.
וודאי אזוי
מען האט זיך דא באצויגען צו @פופציגער וואס האט געשריבן איבער מבטל זיין די גאנצע זאך

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:09 pm
דורך וואוילער
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:00 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:58 pm מען רעדט דא פון סטאפן גיין נאך געלט? דאכט זיך אז נישט.
די נושא איז אז די בחורים זאלן נישט מיינען אז נער'ישע קנאקעדיגע מוזיק איז די גליק.
וודאי אזוי
מען האט זיך דא באצויגען צו @פופציגער ו7אס האט געשריבן איבער מבטל זיין די גאנצע זאך
אה ריכטיג, כ'האב נישט אויפגעפאסט די פוינט.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:12 pm
דורך פופציגער
ריכטיג. די הנהלת הישיבה קען ווען.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:17 pm
דורך דער תהלים איד
א גרופע אינגע בחורים אן אויפזיכט קען קאסטן נפשות. קען קאסטן? האט שוין געקאסט.

ווידער בחורים זאלן זיך דרייען ליידיג פורים קען קאסטן אסאך טייערער.

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:19 pm
דורך יום טוב
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:12 pm ריכטיג. די הנהלת הישיבה קען ווען.
און מיין האפענונג איז אז די הנהלת הישיבה האט זיך אויפגעוועקט און זאל היי יאר טון צו די זאך אזוי ווי איך זעה די מעלדונג וואס איך האב דא פריער געלייגט

Re: דער "קולות" קאמפיין קעגן כוליגאנישע פורים מוזיק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:58 pm
דורך פופציגער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:17 pm א גרופע אינגע בחורים אן אויפזיכט קען קאסטן נפשות. קען קאסטן? האט שוין געקאסט.

ווידער בחורים זאלן זיך דרייען ליידיג פורים קען קאסטן אסאך טייערער.
זאל מען מאכן א סעודה אין ישיבה.

חול המועד מאכט מען אויך מאבילס ווייל די בחורים גייען ליידיג?