בלאט 1 פון 1

וויפיל און מיט וואס העלפט איר אינדערהיים פסח'דיג מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 2:55 pm
דורך רואה חשבונות
שוין כמעט שלשים יום קודם החג און די נשים צדקנוית ווי יאר יערליך זענען שטארק מדקדק מאז ומקדם אין די מצוה פון ביעור חמץ.

ס'וואלט כדי צו וויסן אין די מענער שוהל וויפל העלפט איר ארויס אינדערהיים פסח מאכן? און מיט וואס איר העלפט? צ.ב.ש ס'דא מענער וואס מאכן נאר די ספרים, אנדערע מענער גיין צו א צווייטן עקסטריעם זיי וועלן אפילו וואשן מיט שמאטס וכדומה. וואו זענט איר?

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:24 pm
דורך רואה חשבונות
זעה איך אז דאס איז טאטשי אישו וואס קיינער וויל נישט רעדן דערפון...קיינער רעספאנד נישט מיט קיין תשובה.

מ'דארף נישט זארגן דיין שכן און דיין חבר האט דעם זעלבן אישו ווי אייך...

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:33 pm
דורך וואוילער
האסט עס געגעבן 29 מינוט... גיב נישט אויף אזוי שנעל.

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:37 pm
דורך וואוילער
אני הק' פרוביר צו העלפן וויפיהל מעגליך.
יעדעס יאר קומט עס אויס אביסל אנדערש, לויט די מעגליכקייט, און לויט די אומשטענדן אינדערהיים.

גארנישט איז קיין אפהאלט בעז"ה, וואס מ'דארף טוהן טוט מען.

איינס פון די גאר אפעקטיווע וועגן פון מיין העלפן איז, אז כ'ברענג א קלארקייט וואס מען ברויך יא צו טוהן און וואס נישט, וואס איז חומרא און וואס איז הלכה.
מ'מעג טוהן זאכן וואס איז פאר די אייגענע הנאה (פונקט ווי איך מעג שרייבן אויף אידטיש, מעג זי מסדר זיין די לעדל), אבער געדענקען אז ס'האט גארנישט מיט פסח.

אפילו קויפן וואכנדיגע שיך האט אויך נישט מיט פסח.
וה"ה פוצן די הוט.

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:44 pm
דורך רואה חשבונות
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:37 pm אני הק' פרוביר צו העלפן וויפיהל מעגליך.
יעדעס יאר קומט עס אויס אביסל אנדערש, לויט די מעגליכקייט, און לויט די אומשטענדן אינדערהיים.

גארנישט איז קיין אפהאלט בעז"ה, וואס מ'דארף טוהן טוט מען.

איינס פון די גאר אפעקטיווע וועגן פון מיין העלפן איז, אז כ'ברענג א קלארקייט וואס מען ברויך יא צו טוהן און וואס נישט, וואס איז חומרא און וואס איז הלכה.
מ'מעג טוהן זאכן וואס איז פאר די אייגענע הנאה (פונקט ווי איך מעג שרייבן אויף אידטיש, מעג זי מסדר זיין די לעדל), אבער געדענקען אז ס'האט גארנישט מיט פסח.

אפילו קויפן וואכנדיגע שיך האט אויך נישט מיט פסח.
וה"ה פוצן די הוט.
וואס טוט זיך מיט די קינדער שפילצייג, איר באודט לדוגמא די טויס?

זענט איר די שופט אויף די דאליס מי יחי' ומי יזרוק?

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 4:40 pm
דורך וואוילער
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:44 pm
וואס טוט זיך מיט די קינדער שפילצייג, איר באודט לדוגמא די טויס?

זענט איר די שופט אויף די דאליס מי יחי' ומי יזרוק?
אויב וויל מען עס נוצן אום פסח, דארף מען דאס רייניגן (וואשן) און אדורך קוקן (בודק חמץ זיין די קאנטעינערס או גרעסערע טויס).
ניין, נישט מיט טוט פיקס אין די לעכער, נאר מיט א שארפע זייף וואס מאכט אויס ראוי לאכילה.

וואס איז די פראבלעם מיט די דאליס?
אויב זיי מאכן דיר נערוועז, ווארף זיי אוועק שוין יעצט אויף פורים!
און אויב קענסט עס אויסהאלטן, האט עס גארניקס מיט פסח.

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 5:02 pm
דורך רואה חשבונות
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 4:40 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:44 pm
וואס טוט זיך מיט די קינדער שפילצייג, איר באודט לדוגמא די טויס?

זענט איר די שופט אויף די דאליס מי יחי' ומי יזרוק?
אויב וויל מען עס נוצן אום פסח, דארף מען דאס רייניגן (וואשן) און אדורך קוקן (בודק חמץ זיין די קאנטעינערס או גרעסערע טויס).
ניין, נישט מיט טוט פיקס אין די לעכער, נאר מיט א שארפע זייף וואס מאכט אויס ראוי לאכילה.

וואס איז די פראבלעם מיט די דאליס?
אויב זיי מאכן דיר נערוועז, ווארף זיי אוועק שוין יעצט אויף פורים!
און אויב קענסט עס אויסהאלטן, האט עס גארניקס מיט פסח.
קאמאן, איר זענט צו סיריעס...

זיי מאכן מיר גראדע לגמרי נישט נערוועז, איך נאר וויסן ווער ס'טוט וואס.

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 6:31 pm
דורך וואוילער
אהההה, כ'האב געמיינט אז דו פרעגסט אויב ביי מיר טוט מען דאס.

אויב מ'דארף דאס טוהן, און ס'איז נישט וואס די קינדער קענען אליינס טוהן, וועל איך גערן זיין דער וואס טוט דאס!

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 6:38 pm
דורך וועליך
איך זעי אז קיינער האט נאכנישט געמאכט די אלטע קארני וויץ וועליך זיין דער וואס גייט עס כאפן...

איך העלף אסאך מיטן ארויס גיין פון דערהיים
ווייל די בעסטע הילף וואס איך קען געבן איז נישט שטיין אינטער די פיס...

האסט געכאפט די דשואק??? כחחחחח..

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 6:41 pm
דורך וואוילער
פארוואס פירן זיך געוויסע צו געבן פאר די ווייב די בעג פון די 10 ברעקלעך, צו האלטן בשעת'ן בודק חמץ זיין?

ווייל עפעס מעג זי אויך צולייגן א האנט פאר פסח.

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 7:43 pm
דורך דער תהלים איד
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:44 pm זענט איר די שופט אויף די דאליס מי יחי' ומי יזרוק?
:lol: :lol:

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 8:17 pm
דורך פופציגער
איך געב געלט פאר גויטעס. פיינע הילף, ניין?

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 8:24 pm
דורך רואה חשבונות
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 8:17 pm איך געב געלט פאר גויטעס. פיינע הילף, ניין?
ווי אזוי זענט דאן מקיים דעם חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים? אין מצרים האט מען געארבעט שווער...

און וואס איז מיט דעם מצוה בו יותר מבשלוחו?

און וואס טוצך מיט דעם אל תטוש תורת אמך, מ'דארף זיין אנגעצויגן און נערוועז פאר פסח?

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 11:18 pm
דורך וואוילער
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 8:24 pm
און וואס טוצך מיט דעם אל תטוש תורת אמך, מ'דארף זיין אנגעצויגן און נערוועז פאר פסח?
בל יראה ובל ימצא

פון מאל צומאל טרעפט זיך עס בטעות

Re: וויפל און מיט וואס העלפט איר אין דערהיים פסח מאכן?

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:42 am
דורך מירון
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 7:43 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:44 pm זענט איר די שופט אויף די דאליס מי יחי' ומי יזרוק?
:lol: :lol:
יא א שווערע יום הדין יענע טאג...

Re: וויפיל און מיט וואס העלפט איר אינדערהיים פסח'דיג מאכן?

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:54 am
דורך מירון
צ/ק

איך מאך די ספרים פארשטייט זיך, און דערנאך האב איך מער ווייניגער מיינע באשטימטע זאכן וואס איך מאך. דארט מאך איך ממש פיזישע ארבעט לדוגמא די טיש און בענקלך פון דיינינג רום און קיך, איך וואס און רייב ממש קשר"ק. איך פרוביר צו פאוקסן צו מאכן פסח'דיג זאכן וואס מ'ברויך לדינא, אדער כאטשיג לחומרא פסח'דיג מאכן.

לאמיתו של דבר, את חטאי אני מזכיר היום, כ'פלעג אמאל מער העלפן, כ'האב נישט מער די...

כ'האב כמעט פארגעסן, קאכן און באקן לכבוד יו"ט ענדזשוי איך, אבער מיינע קינדער ענדזשויען עס אויך, סאו האבן זיי שוין דאס אויך צוגענומען פון מיר.

און בדיקת חמץ

Re: וויפיל און מיט וואס העלפט איר אינדערהיים פסח'דיג מאכן?

געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:44 am
דורך האסלער
צ"ק
איך צאל פאר נאך א גויטע,
איך מאך די זילבער, דייניג רום סעט, און צומאל איינס צוויי קעבינעטס.