בלאט 1 פון 1
המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 10:49 pm
דורך פרייליך
ווי איז די מקור אויף די המן טאשן
ווער האט עס קורא שם געווען בלשונם אויערן, וואס איז די מכוון ?
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:15 pm
דורך נקודות טובות
פרייליך האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 10:49 pm
ווי איז די מקור אויף די המן טאשן
ווער האט עס קורא שם געווען בלשונם אויערן, וואס איז די מכוון ?
בדרך אגב. עס קומט נישט דא אריין, אבער איך ווייס נישט וואו עס יא צו לייגען.
מען זעהט פורים אז אסאך טוהן אן דריי עקיגע היטן כדוגמת המן טאשן. איז אינטערעסאנט צו נאכברענגען א לשון פון רבי יעקב עמדין אין די צוואה.
הנני מצוה עליכם ועל דורותיכם אחריכם חק עולם ולא יעבור. בעל יעלה על ראשכם כובע לבד בעל שלש זויות, כי הוא סימן מאמיני השלוש. לכן חלילה לכם, מי לד' אלי! וכל אשר בשם ישראל יכנה לא יבוא בראשו כי אם כובע עגול דוקא, או בעל ארבע קרנות לא זולת....
וכל מי שיעבור על צואתי ואזהרתי זאת, לא יקרא שמי עליו. בסודם על תבוא נפשי בקהלם לא תחד כבודי. ובשם ישראל לא יכנה!
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:29 pm
דורך וואוילער
מאמיני השלוש, וואס איז דאס?
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:38 pm
דורך נקודות טובות
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:29 pm
מאמיני השלוש, וואס איז דאס?
דת נצרות.
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 10:21 am
דורך וואוילער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:38 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:29 pm
מאמיני השלוש, וואס איז דאס?
דת נצרות.
גייסט אונז טוהן די טובה, און מסביר זיין וואס האט שייכות נצרות מיטן נומבער 3?
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 11:26 am
דורך איש ציון
נאך מער איז שווער, מען ברויך אויסמעקן די נאמען פון עמלק און נישט רופן זאכן על שמו, דאס איז דאך די היפך הגמור.
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 11:27 am
דורך איש ציון
פרייליך האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 10:49 pm
ווי איז די מקור אויף די המן טאשן
ווער האט עס קורא שם געווען בלשונם אויערן, וואס איז די מכוון ?
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=168
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 2:45 pm
דורך נקודות טובות
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 10:21 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:38 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:29 pm
מאמיני השלוש, וואס איז דאס?
דת נצרות.
גייסט אונז טוהן די טובה, און מסביר זיין וואס האט שייכות נצרות מיטן נומבער 3?
עס טוט מיר וויי אז איך דארף אפזאגען א בקשה פון
@וואוילער. אבער איך קען נישט און גיי נישט שרייבען אפיקורסת!
בקיצור הדברים איז אין דת נוצרים דא דריי כוחות, און דער אותו האיש ימח שמו איז דער דריטער! און ר' יעקב עמדין שרייבט אז דער געדאנק פון א דריי עקיגע היט איז מתחילה געמאכט געווארן צו סימבאלעזירן די רעליגע וואס גלייבט אין דריי כוחות!
Re: המן טאשן - אויערן אין עברית
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:32 pm
דורך וואוילער
האסט מיר נישט אפגעזאגט...
כ'האב באקומען מיין ענטפער.
יישר כח!