רבי ישראל איסריל, אבי הרמ”א - י"ב אדר שכ"ח (וי"א ג' אייר שכ”ח)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2160

רבי ישראל איסריל, אבי הרמ”א - י"ב אדר שכ"ח (וי"א ג' אייר שכ”ח)

פאוסט דורך מירון »

קומענדע וואך יב אדר איז לויט יודעי דבר די יארצייט פונעם רמ"א'ס טאטע הנקרא רבי ישראל איסריל זצ"ל. ובני ישראל יוצאים ביד רמ"ה - מיר רירן זיך נישט אן דעם רמ"א. ברויך מען צו וויסן מי ילד לי את אלה, מבטן מי יצא הצדיק הקדוש הזה.

דער רמ"א'ס טאטע - רבי ישראל בן רבי יוסף ז"ל, איז געווען א פרנס און פון די מנהיגים אין דעם עיר ואם בישראל קראקא. ער איז אויך געווען א גרויסער עושר, א בעל צדקה, ער ווערט אנגערופן אין דעם פנקס הבית הכנסת: הנדיב לכל דבר שבקדושה! הוא הגבר וואס האט אויפגעבויעט דעם באקאנטן בית הכנסת פון דעם רמ"א, וואס שטייט נאך עד היום הזה. ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן פאר זיין זון דער הייליגער רמ"א. דער רמ"א האט מיט דעם אויסגעהאלאטן זיין בארימטע ישיבה.

מעשה: ספר 'טעמי המנהגים' ברענגט א מעשה פלא בשם ספר 'רחמי אב', וואס האט פארסירט מיט רבי איסריל. ער האט געהאט א געשעפט פון זייד, פון וואס ער האט ער געצויגן שיין פרנסה. רבי איסריל האט געהאט א מנהג אז ער האט געשפארט זיין געשעפט פרייטאג נאכמיטאג, ביי חצות היום. דער שטן האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האט ער זיך פארשטעלט ווי א גרויסער שר און ער איז אריין אין געשעפט און גענומען מעסטן סחורה, ווי איינער וואס וויל קויפן פאר אסאך געלט. אין צווישן איז געווארן חצות און רבי איסריל, ווי זיין שטענדיגע מנהג, האט זיך גענומען פארשפארן זיין געשעפט. דער גרויסער שר האט פרוביט צו באוועגן מיטן גוטן און מיטן בייזן, ער זאל אים לאזן פערטיגן אויסקלויבן זיינע סחורה, אבער רבי איסריל האט בשום אופן נישט מסכים געווען, אפילו עס איז געווען א גרויסע געלט שאדן. בשכר זה האט ער זוכה צו דעם אור עולם דער הייליגער רמ"א.

ממעשיו הקדושים: אין טור שלחן ערוך (סי' ת"ד) איז דא א שאלה צו איינער וואס קומט אן שבת מיט א שיף צום פארט מחוץ לתחום צו ער מעג אראפ גיין פון שיף. די שאלה דרייט זיך ארום צו "מ'זאגט יש תחומין למעלה מעשרה טפחים" אדער נישט. ברענגט דארט דער רמ"א אין זיין ספר 'דרכי משה' וז"ל: שמעתי מאבא מורי שיאיר נרו דפעם אחת היה גם כן בא בספינה בשבת ויצאו על ידי הערמה, שהעמידו עצמן על ראש הספינה, עד שהעכו"ם לא יכלו לצאת, ודחפו אותן לחוץ.

מנוחתו כבוד בקראקא יצ"ו זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט