בלאט 1 פון 1

אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:08 am
דורך שאינו יודע לשאול
אזויווי מ'רעדט דא די לעצטערע טעג איבער די אופן וויאזוי אידטיש אפערירט, לאמיר הערן דעם דעת הקהל

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:23 am
דורך חמול על מעשיך
צענזור אדער נישט צענזור איז נישט קיין פראגע..! א פלאץ ווי א יעדער שמויגער קען שרייבן דארף א צענזור, די שאלה איז נאר אויף וואס מען צילט צו איז מען דא צו קענען איינטיילען פאר א צווייטען וואס צו טוהן צו מען וויל ס"ה זיכער מאכען אז עס איז נישט דא קיין אמאויסגעהאלטנקייטען... וד"ל ודו"ק.

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:25 am
דורך ווירקליך
נעמען אין באטראכט אז די יעצטיגע מהלך מיינט מיט שטרענגערע אינפארסירונגען ווי ביז יעצט

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:12 pm
דורך חמול על מעשיך
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:25 am נעמען אין באטראכט אז די יעצטיגע מהלך מיינט מיט שטרענגערע אינפארסירונגען ווי ביז יעצט
דהיינו?

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:08 pm
דורך חלום חלמתי
א שטרענגערע!
איך וויל נישט די סייט זאל אויסקוקן ווי ק"ש בקרוב..!

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:10 pm
דורך ווירקליך
חמול על מעשיך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:12 pm
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:25 am נעמען אין באטראכט אז די יעצטיגע מהלך מיינט מיט שטרענגערע אינפארסירונגען ווי ביז יעצט
דהיינו?
ווי אויסגעשמועסט אינעם התבוננות שטורעם, מיר זענען ליידער געווען צו ווייך און נישט שארף אינפארסירט די פארשריפטן.

מדארף זיך נעמען מער שטרענגער דערצו.

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:15 pm
דורך קישטא קאי
איך האלט אז די צענזור איז פיין

נאר ווען די הנהלה זעט אז איינער איז דא לשם טראלן קען מען לאזן זיינע תגובות, אין זיך פארשטענדיגן מיטן טראל אין אישי און מודיע זיין אז עס שיינט ווי ער וועט מיזן פארלאזן דאס פלאץ גאנץ בקרוב און ער זאל זען צו פארבעסערן זיין שריפט, און אויב נאך 2 3 מאל דערמאנען פארשטייט ער נישט זאל אים די הנהלה ספאנסערן א אימזיסטע העליקאפטער

דהיינו מעקן תגובות מאכט אימבאקוועם פאר אידן וואס זיצן מיט א קאווע ביים טישל
ענדערש זאל מען לאזן די תגובות און דעם שרייבער באקוועם מאכן אויפן העליקאפטער זיץ

וואס דאס איז בעצם די פארשריפטן פון אידטיש אבער משום איזה סיבה ווערט עס נישט אינפארסירט לדאבונינו

@ווירקליך האקט

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:23 pm
דורך איד
קיינער האט נישט ליב ווען מ'מעקט

אבער ווען איינער ניצט אויס דעס אז מ'מעקט נישט, און שרייבט זייער שלא כהוגן, מוז מען מעקן

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:35 pm
דורך ווירקליך
קישטא קאי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:15 pm איך האלט אז די צענזור איז פיין

נאר ווען די הנהלה זעט אז איינער איז דא לשם טראלן קען מען לאזן זיינע תגובות, אין זיך פארשטענדיגן מיטן טראל אין אישי און מודיע זיין אז עס שיינט ווי ער וועט מיזן פארלאזן דאס פלאץ גאנץ בקרוב און ער זאל זען צו פארבעסערן זיין שריפט, און אויב נאך 2 3 מאל דערמאנען פארשטייט ער נישט זאל אים די הנהלה ספאנסערן א אימזיסטע העליקאפטער

דהיינו מעקן תגובות מאכט אימבאקוועם פאר אידן וואס זיצן מיט א קאווע ביים טישל
ענדערש זאל מען לאזן די תגובות און דעם שרייבער באקוועם מאכן אויפן העליקאפטער זיץ

וואס דאס איז בעצם די פארשריפטן פון אידטיש אבער משום איזה סיבה ווערט עס נישט אינפארסירט לדאבונינו

@ווירקליך האקט
אגב, ווארענונגען טיילט מען אסאך... דער פראבלעם איז אז מיר זאגן צופיל מאל "נאך איין טשענס"... דאס גייט זיך סטאפן בעז"ה.

איינער וואס שרייבט עפעס וואס א קאץ האט גענוג שכל צו פארשטיין אז דאס באלאנגט נישט, פליט גלייך.
איינער וואס האט איבערגעטרעטן א ליניע און מדארף אים פשוט צוריקהאלטן באקומט א ווארענונג און ביים צווייטן מאל ווערט די אקאונט דעאקטיוויזירט.

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:37 pm
דורך חמול על מעשיך
איך האלט מ'זאל מאכן תקנות: נמשל וועם מען דארף מעקען מער ווי 4 מאל א וואך ווערט אטמאטיש נחסם פארן חודש וכו'

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:13 pm
דורך יאנטשי
אינטרעסאנט אז כמעט קיינער וויל נישט קיין שוואכערע צענזור, סימנא מלתא היא?

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:17 pm
דורך יום טוב
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:13 pm אינטרעסאנט אז כמעט קיינער וויל נישט קיין שוואכערע צענזור, סימנא מלתא היא?
א גוטע סימן אז דער עולם איז נישט אנגעווייטאגט מען איז איינשטימיג מיט די הנהלה

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:21 pm
דורך יאנטשי
מיין פארשלאג.

מען זאל מאכן א זאך אויפן סייט וואס זאל ווייזן ווען א פאוסט וועט געמעקט, אבער עס זאל פאקטיש נישט ווערן געמעקט. ד"ה אז אנשטאט נארמאל א געמעקטע פאוסט וואס ווערט אינוויזעבל פאר פשוטע ניקס זאל עס בלייבן וויזעבל, און דער מנהל זאל צושרייבן אונטן פארוואס די פאוסט (איז) [וואלט געדארפט ווערן] געמעקט, און די באנוצער זאל נישט זעהן וועלכע מנהל (בעסער אויב קען מען מאכן אז מען קען נישט עדיטן אדער קוואוטן יענעם פאוסט).

אזוי וועט מען זיך אפהאלטן פון צו שרייבן זאכן וואס וועט ווערן געמעקט, און פאשטייט זיך אז איינער וואס האט צופיל געמעקטע ווערט זיין ניק דעאקטיוועזירט.

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:13 pm
דורך ווירקליך
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:21 pm מיין פארשלאג.

זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן דא, קענען מיר נישט לאזן.

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:13 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:21 pm מיין פארשלאג.

מען זאל מאכן א זאך אויפן סייט וואס זאל ווייזן ווען א פאוסט וועט געמעקט, אבער עס זאל פאקטיש נישט ווערן געמעקט. ד"ה אז אנשטאט נארמאל א געמעקטע פאוסט וואס ווערט אינוויזעבל פאר פשוטע ניקס זאל עס בלייבן וויזעבל, און דער מנהל זאל צושרייבן אונטן פארוואס די פאוסט (איז) [וואלט געדארפט ווערן] געמעקט, און די באנוצער זאל נישט זעהן וועלכע מנהל (בעסער אויב קען מען מאכן אז מען קען נישט עדיטן אדער קוואוטן יענעם פאוסט).

אזוי וועט מען זיך אפהאלטן פון צו שרייבן זאכן וואס וועט ווערן געמעקט, און פאשטייט זיך אז איינער וואס האט צופיל געמעקטע ווערט זיין ניק דעאקטיוועזירט.
זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן דא, קענען מיר נישט לאזן.
אומאויסגעהאלטענע זאכן דארפן טאקע גראד גיין, מ'רעדט ווען איינער הייבט אן ציען די שמועס צו קרומע געסלעך, אדער אטאקירט פערזענליך

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 9:51 pm
דורך שמעלקא
חמול על מעשיך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:37 pm איך האלט מ'זאל מאכן תקנות: נמשל וועם מען דארף מעקען מער ווי 4 מאל א וואך ווערט אטמאטיש נחסם פארן חודש וכו'
וועם מען דארף מעקן פיר מאל א וואך באקומט אן אומזיסטן בילעט צום כינעזער וואנט.

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 8:33 am
דורך אנדערער
שמעלקא האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 9:51 pm
חמול על מעשיך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:37 pm איך האלט מ'זאל מאכן תקנות: נמשל וועם מען דארף מעקען מער ווי 4 מאל א וואך ווערט אטמאטיש נחסם פארן חודש וכו'
וועם מען דארף מעקן פיר מאל א וואך באקומט אן אומזיסטן בילעט צום כינעזער וואנט.
לאנג געוואלט באזוכן. וואס דארף מען שרייבן צו באקומען אזוי א טיקעט? די נאמען פון מיין מגיד שיעור וואס איך האב נאך אלץ פיינט?

Re: אנקעטע: אידטיש צענזור

געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:40 pm
דורך שמעלקא
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 8:33 am

:lol: