בלאט 1 פון 2
חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 7:36 pm
דורך נשמה פלאם
געפענט א פרישע ניק פאר די נושא פון מענטל העלט. א ברענעדיגע סוגיא וואס האט לעצטענס אנגעהויבן באקומען די נויטיגע אווערנעס אין די אידישע וועלט, ב''ה.
לאמיר זיך מחזק זיין איינעם דעם צווייטן קומטס אריין מיט חיזוק עצות און סופפארט. חזק חזק ונתחזק!
איך האב באקומען אסאך קנאלעדש אין די סוגיא פון ענעקזייעטי נאכן עס שפירן אויף די אייגענע הויט
מיין אישי איז אפן.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 7:40 pm
דורך דער רבי איז געזונט
אסאך קנאלעדזש?
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 9:10 pm
דורך פופציגער
האמיר לעצטנס עוסק געווען אינעם ענקזייעטי נושא.
אדרבה, לאמיר עס אויסשמועסן.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 9:25 pm
דורך ענותן
כהאב א חבר וואס איז עס שווער דורכגעגאנגען לעצטנס און איך האב אים אביסל ארויסגעהאלפן אבער וואס איז שייך צו רעדן דערפון ווייס איך נאכנישט.
אגב צו בארואיגן די וואס האלטן מיט מיט נאנטע וואס גייען אדורך גייסטישע שוועריקייטן און עס זעהט נישט אויס אז יענער וועט נאך זיין כאחד האדם זאל זיך בארואיגן, מיין נאנטע חבר איז היינט כאחד האדם.
(פארוואס רופט מען אן גייסטישע פראבלעמען "נפשיותדיגע" פראבלעמען מדארף עס ווען אנרופן חולי רוח
)
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:01 pm
דורך בתכתקי
מענטעל העלט איז א שם כולל פאר פארשידענע אומפארבינדענע נושאים, אפשר וואלט געווען גוט צו ארויסברענגן אינעם קעפל אז דא וועט מען רעדן ספעציפיש פון "ענקזייעטי", ווי דער פוה"א האט געשריבן
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:06 pm
דורך לך לך
זייער א וויכטיגע נושא וואס מיז ווערן מער אין מער אויסגעשמועסט אז נישט קען חלילה פארקומען שעדליכע זאכן.
צום פוינט, מענטל העלט איז פונקט ווי פיזיקעל העלט מען מעג אין מען דארף גיין צו א דאקטער אדער טעריפיסט ווען מען האט עס.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:13 pm
דורך נשמה פלאם
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 9:10 pm
האמיר לעצטנס עוסק געווען אינעם ענקזייעטי נושא.
אדרבה, לאמיר עס אויסשמועסן.
אין איין ווארט
מ'ווערט פארכאפט אין א נעץ פון Fearing fear
ס'איז ממש א loop וואס מ'קען גיין זייער טיף
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:14 pm
דורך נשמה פלאם
מיילך האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 10:01 pm
מענטעל העלט איז א שם כולל פאר פארשידענע אומפארבינדענע נושאים, אפשר וואלט געווען גוט צו ארויסברענגן אינעם קעפל אז דא וועט מען רעדן ספעציפיש פון "ענקזייעטי", ווי דער פוה"א האט געשריבן
מיין פלאן איז געווען אז דא זאל זיין א כלליות'דיגע מענטל העלט טעמע פון חיזוק, אבער מ'קען אלעס אויסשמועסן
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:25 pm
דורך נשמה פלאם
עטליכע זאכן וואס האבן מיר געהאלפן
1. די בוק THE DARE RESPONSE. ס'איז סופער גוט
לויט מיין עקספיריענס העלפט עס שטארק פאר פאניק, סאשעל ענעקזייעטי און העלט ענעקזייעטי.
פאר דשענערעל ענעקזייעטי האט עס מיר נישט אזוי געהאלפן
אבער די ריליעף איז שטארק. ס'שלעפט ארויס די מענטש פון די נעווער ענדיג לופ פון מורא האבן פון פחד..
2. עדמיטן די פאקט אז מ'לייד אויף ענעקזייעטי, ליידן און לעבן אין דינייעל אדער נישט שערן מיט די לעבנס שותף איז עפעס וואס לייגט שטארקע פרעשור אויף די אזוי אנגעשטרענגטע סוטואציע
3. אפמאכן אז מ'גייט פער טערעפי, איך דארף טערעפי און כ'האב נישט קיין פראבלעם צי גיין, דאס עצם עקסעפטן אז איך דארף און איך גיי גיין בארואיגט דאס געוויסן
המשך יבא בעז''ה
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:44 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
ווייטער ביסטו דא???
א איד מאכט אויף אן טעמע איבער די נושא פון מענטל העלטא, פארוואס זוכסטו עס צו מאכן אומבא'טעמ'ט??
עס איז דא אנדערע טעמעס פאר איינער וואס וויל זיך אמאל אויסבלאזן.
ביטע.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:46 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
נשמה פלאם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 7:36 pm
געפענט א פרישע ניק פאר די נושא פון מענטל העלט. א ברענעדיגע סוגיא וואס האט לעצטענס אנגעהויבן באקומען די נויטיגע אווערנעס אין די אידישע וועלט, ב''ה.
לאמיר זיך מחזק זיין איינעם דעם צווייטן קומטס אריין מיט חיזוק עצות און סופפארט. חזק חזק ונתחזק!
איך האב באקומען אסאך קנאלעדש אין די סוגיא פון ענעקזייעטי נאכן עס שפירן אויף די אייגענע הויט
מיין אישי איז אפן.
זייער שטארק פון דיר פארן ארויסקומען און מיטטיילן מיט אנדערע.
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
ווען האסטו אנגעהויבן שפירן אז דו האסט א פראבלעם??
וואס זענען געווען די סימפטאמען?
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:29 am
דורך אנדערער
נשמה פלאם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 11:14 pm
מיילך האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 10:01 pm
מענטעל העלט איז א שם כולל פאר פארשידענע אומפארבינדענע נושאים, אפשר וואלט געווען גוט צו ארויסברענגן אינעם קעפל אז דא וועט מען רעדן ספעציפיש פון "ענקזייעטי", ווי דער פוה"א האט געשריבן
מיין פלאן איז געווען אז דא זאל זיין א כלליות'דיגע מענטל העלט טעמע פון חיזוק, אבער מ'קען אלעס אויסשמועסן
איין טעמע פאר אלעס גייט ווערן א דזשאנק לעדל וואס מטרעפט נאר וואס מזוכט נישט. ענדערש זיך האלטן צו איין נושא ווי ענקזייעטי. חוץ אויב דו ווילסט דאס זאל זיין דיין טעמע וואו דו לייגסט דיינע זאכן דעמאלטס לייג אריין אין קעפל אזוי
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:30 am
דורך אנדערער
אופס. אריינגעטרעטן אין בלאטע. איך האב מיך צוגעזאגט איך גיי נישט אריינטרעטן אין מענטעל העלט טעמעס
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:34 am
דורך אנדערער
נו פארוואס טאקע? איינער אין מיין משפחה האט ממש די לעצטע פאר טעג אנגעהויבן ליידן אויף א שרעקליכע ענקזייעטי בנוסף צו אנדערע נפשיותדיגע און צוזאמען איז א גרויסע חורבן
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 11:22 pm
דורך געהאלפענער
מיין ניק דא איז @געהאלפענער אין איך האב מיך נאר איינגעשריבן דא צו קענען רעדן פון די ברענדיגען נושא פון מענטל העלט.
פותחין בכבוד אכסניא, יישר כח @נשמה פלאם פארן עפענען די טעמע.
מיטן השי"ת הילף האף איך אין נאענטע טעג צו באשרייבן מײַן ענקזייעטי געשיכטע וואס האט זיך אנגעהויבן פאר מער ווי פינף יאר צוריק אין האלט נאך היינט אינדערמיט, איי פארוואס רוף איך מיך א געהאלפענער ווייל איך בין גרייט אין גיי כסדר אויף הילף.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:16 am
דורך נשמה פלאם
געהאלפענער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 11:22 pm

שלום עליכם מאכט אייך באקוועם.
איך קוק ארויף אויף אייך פארן טון וואס איז ריכטיג
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:22 am
דורך נשמה פלאם
זייער אסאך ענעקזייעטי'ס טריגערט 'סאשעל ענעקזייעטי' ווייל מ'האט מורא אז מענטשן וועלן באמערקן אז כ'בין נערוועז..
די עצה וואס העלפט אביסל איז, אפמאכן אז מענטשן מעגן באמערקן, ס'גייט גארנישט געשעהן.
אוודאי דארף מען נישט אויסקלאפן אין ביהמ''ד אז איך לייד אויף דעם, אבער אז איינער באמערקט עפעס, האט ער באמערקט, עס געשעהט גארנישט, ס'איז א מיינד סעט וואס עס העלפט.
"יא איך לייד אויף ענעקזייעטי, איינער באמערקט? טו בעד!" ס'איז א ריליעף
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:50 am
דורך יום טוב
געהאלפענער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 11:22 pm
מיין ניק דא איז @געהאלפענער אין איך האב מיך נאר איינגעשריבן דא צו קענען רעדן פון די ברענדיגען נושא פון מענטל העלט.
פותחין בכבוד אכסניא, יישר כח @נשמה פלאם פארן עפענען די טעמע.
מיטן השי"ת הילף האף איך אין נאענטע טעג צו באשרייבן מײַן ענקזייעטי געשיכטע וואס האט זיך אנגעהויבן פאר מער ווי פינף יאר צוריק אין האלט נאך היינט אינדערמיט, איי פארוואס רוף איך מיך א געהאלפענער ווייל איך בין גרייט אין גיי כסדר אויף הילף.
שוין פינעף יאר אויף טעראפי?
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:23 am
דורך געהאלפענער
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 9:50 am

יא אין ניין.
יא, איך גיי שוין פאר הילף פיר יאר (די ערשטע יאר וועט נאכפאלגן מיט מיין געשיכטע)
ניין, איך גיי נישט יעדע טאג/וואך אויף טערעפי, נאר פונקט ווי איינער קען האבן יעדעס יאר אפאר מאל סטרעפט קען מען באקומען ענקזייעטי אטאקעס אפאר מאל א יאר אין מען גייט צום טערעפיסט זיך מסדר זיין, ווי למשל אמאל דארף מען ארויפרוקען די דאזס פון די מעדיקעשאן אין אמאל טוט מען אביסל טערעפי זיך צו העלפן אין די מצב ווי מען איז.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:26 am
דורך יום טוב
געהאלפענער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 11:23 am

אפשר איז צייט צו טוישן מהלך
עס איז דא אידן וואס טענהן אז די אלגעמיינע טעראפי איז א דיזעסטאר
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:30 am
דורך געהאלפענער
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 11:26 am

שבח פארן זיך זארגן, אבער עס איז דא אן ארגענזאציע וואס הייסט ריליעף אין זיי מיט מיין דעת תורה ווייסן זייער גוט וואסערע מהלך איז גוט.
Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:32 am
דורך יום טוב
געהאלפענער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 11:30 am
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 11:26 am
געהאלפענער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 11:23 am
יא אין ניין.
יא, איך גיי שוין פאר הילף פיר יאר (די ערשטע יאר וועט נאכפאלגן מיט מיין געשיכטע)
ניין, איך גיי נישט יעדע טאג/וואך אויף טערעפי, נאר פונקט ווי איינער קען האבן יעדעס יאר אפאר מאל סטרעפט קען מען באקומען ענקזייעטי אטאקעס אפאר מאל א יאר אין מען גייט צום טערעפיסט זיך מסדר זיין, ווי למשל אמאל דארף מען ארויפרוקען די דאזס פון די מעדיקעשאן אין אמאל טוט מען אביסל טערעפי זיך צו העלפן אין די מצב ווי מען איז.
אפשר איז צייט צו טוישן מהלך
עס איז דא אידן וואס טענהן אז די אלגעמיינע טעראפי איז א דיזעסטאר
שבח פארן זיך זארגן, אבער עס איז דא אן ארגענזאציע וואס הייסט ריליעף אין זיי מיט מיין דעת תורה ווייסן זייער גוט וואסערע מהלך איז גוט.
אז איר האט אייער דעת תורה דאן זאלט איר טאקע פאלגן
Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:12 pm
דורך ישר והפך
אז מען רעדט פון מענטל העלט בין איך דא. מיין פערזענליכע סטארי האב איך שוין געשריבן בעבר פאר אנדערע סיבות אבער דא לאמיך זאגן מיין מיינונג. קודם שכוח @נשמה פלאם און @געהאלפענער פארן ווייזן די שטארקייט אז מקען ארויפקומע ברבים. ס'איז א זאך וואס פלאגט יעדע דריטע מענטש אבער מען באהאלט זיך עפעס און דאס מאכט נאך ארגער.
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז פונקט ווי א גרויס חלק מענטשן דארפן היינט מעדיקעישן פאר בלאט פרעשור טיירויד קאלעדטראל אדער ענליכע זאכן ווייל דער גוף פארפעלט עפעס און מדארף עס משלים זיין און אלעס ווערט מסודר. פונקט אזוי איז די מענטל חלק, און סאיז א עבירה צו גיין צו טעראפי 5 יאר אן קודם גיין צו א סעקייעטריסט און באקומען דאס וואס דער גוף פארפעלט. נאכדעם קען מע אויך גיין צו טעראפי און מען ווערט בעזר הבורא א הונדערט פראצענטיגע מענטש. ווי איך זע ביי מיר און ביי נאך חברים עד אין שיעור.
Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)
געפאוסט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:33 am
דורך געהאלפענער
איך האב מיך איינגעשריבן דא צו קענען שרייבן מיין דורכגאנג פון ענקזייעטי, למעשה האב איך אנגעהויבן שרייבן אין מעקן פאר בערך אכט מאל נישט וויסנדיק וואס יא צו שרייבן אין וואס נישט, געבליבן איז אז איך גיי שרייבן וואס עס קומט מיר די ערשטע ארויף אין מח, יהי לרצון אמרי פי.
איך האב געהאט געשריבן דא אז איך האב ענקזייעטי אין איך גייט ב"ה פאר הילף ווען אימער עס פעלט אויס פאר די לעצטע פאר יאר, אין גראד האט איינער אריינגעשפרונגען פרעגן אז אפשר זאל איך טוישן מהלך, כבוד הרב איך האב גארנישט קעגן אייך אבער מסתמא פארשטייט איר נישט וואס ענקזייעטי מיינט (איר זאלט קיינמאל נישט דארפן וויסן) אין נישט וויסן איז בכלל נישט קיין פראבלעם, ווייל אין מיינע גוטע צייטן קען איך אויך נישט פארשטיין וואס א צווייטער גייט דורך.
איך האב אנגעהויבן ליידן פון דיזינס נאך מיין חתונה, איך בין געלאפן פון איין דאקטער צום צווייטן, פון מיין לאקאל פריימערי דאקטער צום ENT געשטעקט פאר ליים דיזיעס, געמאכט א MRI, ביז צום ספעציאליסט וואס האט מיר מסביר געווען אז איך האב א דיזיעס וואס מאכט קאפוויי אין מיך געגעבן א ליסט פון מעדיקעשען וואס איך האב ב"ה קיינמאל נישט גענומען.
פאר די נעקסטע 18 חדשים איז די לעבן מער ווייניגער אנגעגאנגען מיט up's and downs וואס רוב דערפון געדענק איך אפילו נישט.
זייער אסאך פרעגן פון וואס קומט ענקזייעטי, די ענטפער איז, איך ווייס נישט, אבער איך אמאל געהערט אז אסאך מאל קומט עס פון איינער וואס זיין מח איז שוין ערוואקסן אין ער טראכט צו טיף פונעם עתיד אין דאס קען צו ברענגען ענקזייעטי, ביי מיר, פאר איבער פיר יאר צוריק האב מיר אפגעווארט א מזל טוב אראפ צו ברענגען מיין ערשטע קינד אויף דעם וועלט, איך געדענק נאך ביז היינט די שבת פאר דעם ווי איך בין געזיצן אין דער היים אין געוויינט ווי א בעבי, איך האב פלעין געציטערט פונעם עתיד, איך האב נישט געקענט עסן אבער איך בין געווען הונגעריק, מיין חשובע בני בית האט מיך ב"ה זייער גוט פארשטאנען (אן עקסטרע שבח והודעה צום השי"ת) אין מיך געטרייט צו העלפן ווי אימער מעגליך, זונטאג אינדערפרי האב איך אויפגעהויבן די טעלעפאן צו מיין חתן רבי, א איד א תלמוד חכם א רב אין מאנסי, אין ער האט מיך אויסגעהערט אין מיך געהייסן גיין צו זעלענקא ע"ה אין בעטן קלאנעפאן פאר ביז נאך די בע פארברייטערט שמחה, אין מיך געהייסן צוריק רופן נאך צוויי וואכן, אין האב איינגענומען די קלאנעפאן אין עס האט מיך מוראדיק אראפ געשלעפט ממש אז וויכטיגע זאכן זענען מיר נישט אנגעגאנגען אין איך האב גענומען זייער לאכט, יענע דאנערשטאג נאכמיטאג האב איך געהאט מיין עלטסטע קינד למזל טוב אין ב"ה געמאכט זייער א שיינע שמחה טאקע אינטער די אינפלוס פון די מעדיקעשאן.
צוויי וואכן שפעטער האט מיך מיין חתן רבי געהייסן רופן רעליעף אין קרית יואל ווי הרב לעווי האט מיך ריפערט צו איינעם א גוטע טערעפיסט אין זאכן האבן אנגעהויבן גיין צום בעסערן, ביז חלק ב' האט זיך אנגעהויבן...
אפאר וואכן שפעטער האט מען אנגעהויבן הערן פון עפעס א ווירוס (איינער ווייסט נאך פון וואס איך דער) וואס בושעוועט אינעם ווייטן כינע אין ווי וואס ווען איז עס אנגעקומען קיין אמעריקע, ב"ה מיט מיין זשאב בין איך געבליבן אבער אזוי אסאך אנדערע האב איך געמוזט ארבעטן פון דער היים, אין אן קיין בתי מדרשים אין אן קיין אפיס האט די ענקזייעטי אן רשות זיך צוריקגעמאכט זיין וועג אין מיר, און ווייטער האב איך נישט געקענט עסן, אויף אזוי ווייט אז איך האב פארלוירן בערך 15 פונט (אראפ פון 130) אין איך האב נישט געקענט אנגיין מיט מיין לעבן נארמאל, נאך אסאך טערעפי, אין נאכן דורכרעדן אלעס מיט דעת תורה, אין מיט די צושטימונג פון מיין טייערע אשת חיל וואס איר קומט זיך אסאך צו באדאנקען אז איך בין ב"ה געזונט, בין איך ארויף אויף זאלאף, א קליינע דאעס פון 100 מיליגרעם, אבער געהאט א ישועה בדרך הטבע, אין מיין לעבן איז צוריק צום נארמאל.
איך האב נאך אסאך צו צולייגן ועוד חזון למועד.
אבער רבותי, א שיינע מעשה הא? פארוואס האב איך עס אראפגעשריבן אין פארוואס אויף א פובליק פארום, נישט ווייל איך בין א שרייבער, נאר ווייל איך וויל ענק בעטן אויב גייט עס אמאל א דורך עפעס אין די נושא, שעמט אייך נישט אין גייט פאר הילף, אויב זעט איר איינעם וואס גייט דורך א מענטל שוועריקייט, שטייט נישט אין די זייט, קוקסט ווי איר קענט ארויסהעלפן, בגוף, בחיזוק און בממון.
איך אליין האב שוין ארויסגעהאלפן אפאר אידן, אין ניין, נישט אז איך האב מיך זעלבסט דערקלערט א טערעפיסט, אזוי ליידער אסאך אנדערע וואס טרעטן אויף אידיש בלוט (פארלאנגט זיך אן עקסטרע טעמע) נאר מיט זיי העלפן וועם צו רופן, בארגן געלט אדער אפילו פלעין צו אפפערן צו בארגן געלט.
אונטערשטע שורה, מענטל העלט דארף מען קער נעמען פונקט ווי פיזיקעל העלט.
עצה טובה, פאר מענטשן וואס ליידן פון ענקזייעטי, מאכן עקסערסייז קען אסאך העלפן.
איך בין נישט אויף קיין אנדערע פארומס, אין אויך נישט אויף וואטסעפפ, אבער פילט פריי ארומצושיקן מיין געשיכטע, אפשר וועט עס קענען העלפן נאך א איד.
נ.ב. אויב ווילט איר דווקא וויסן, חוץ צוריק באקומען די 15 פונט וואס איך האב פארלוירן האב איך שוין צוגענומען נאך 35 פונט.
Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)
געפאוסט: פרייטאג אפריל 05, 2024 11:43 am
דורך דער תהלים איד
WOW
איך בין איבערגענומען פון דיין שטארקייט. פון די דיטעילס אין דיין מעשה איז נראה וניכר אז דו רעדסט פון א מעשה וואס איז ווירקליך געווען.
גוט האסטו געטון אז ביסט ארויפגעקומען עצה'נען אנדערע צו גיין אין דיינע וועגן. איך וואלט ארויסגענומען אן אנדערע נקודה וואס איז אפשר תלוי במחלוקות, אבער מיין מיינונג און מיין עקספיריענס פון וויפיל איך האב שוין מיטגעהאלטן:
רוב מאל איז דער פאקט, אז אפילו אזעלכע שוואכערע מענטאל עפיזאדן, ווי ענקזייעטי/דעפרעשן/OCD, קומען נישט (אדער צומאל 'נישט בלויז') צוליב בעקראונד'ס אא"וו, נאר ס'איז א פיזישע סובסטאנץ וואס פעלט פונעם גוף און נאר "מעדיקעישן" וועט עס פארדעקן אז ס'זאל זיין כאילו לא הי'.
און פונקט ווי פיזישע אישו'ס, לויפט עס זייער אסאך מאל אין די דזשינס, און אויב האט מען א משפחה מיטגליד (אפילו פון א אנדערע דור) וואס נעמט שוין מעדיקעישן דערפאר און איז מצליח, זאל מען עס זאגן פאר'ן דאקטאר און פרובירן צו נעמען די זעלבע זאך. ס'וועט איינשפארן דאס דארפן פרובירן עטליכע ביז'ן צוטרעפן די ריכטיגע.