בלאט 1 פון 1

ווערטלעך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 2:58 pm
דורך שבת קודש
המן האט דאך געהאט 208 קינדער פארוואס האט מען נאר אויפגעהאנגען צען?

ווייל מען וואלט געדארפט זאגן 208 נעמען אין איין אטעם..

Re: ווערטעלך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 2:59 pm
דורך שבת קודש
א עלטערע איד וואס ווערט יעדעס יאר שרעקליך נערוועז פון די המן קלאפעריי פון די קינדער זאגט:

אז דער המן איז דאך אזא רשע עד היום הזה ליידט מען פון אים..

Re: ווערטעלך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 3:13 pm
דורך שבת קודש
א רמז פון די מגילה אז מ'דארף זיך פארשטעלן. ווייל אחשורוש האט געפרעגט מי זה ואיזה הוא זעהט מען אז המן איז געווען פארשטעלט

Re: ווערטעלך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 3:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אין גאליציע פלעגט מען ליינען מיט א איכה טראפ "ובבזה לא שלחו את ידם"

און אין ליטע האט מען עס געטאן ביי "משתה ושמחה"

Re: ווערטעלך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 3:19 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מנין להשלום שבין ח' אדמורי וויזשניץ? שנאמר "ומרדכי היהודי משנה למלך וכו' ודובר שלום 'לכל' זרעו"

Re: ווערטעלך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 4:35 pm
דורך דעת קדשי
פריילאך זאל מען זיין

Re: ווערטעלך אויף פורים

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 5:30 pm
דורך פשוטער איד
פארוואס הייבט זיך נישט די מגילה אן מיט אסתר, ויהי בימי אסתר?

ווייל ווער וויל דען אנהייבן מיט א פרוי