בלאט 1 פון 4

אידטיש - צייט פאר התבוננות

געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 9:57 am
דורך מחדש
זעענדיג די אומאויפהערליכע קינדער קריגערייען אין אסאך אשכולות, שרייט די פראגע פון זיך אליינס;

האט "אידטיש" געהאט א וויזיע נאר פארפארען דערפון, אדער באמת איז קיינמאל נישט געווען א קלארע וויזע און פלאן, אפשר איז געווען א וויזיע נאר עס איז פשוט נישט אויספירבאר?! עס איז גאר שווער צו גלייבען אז מען האט געצילט און געוואלט דאס וואס מען האט יעצט.

עס איז זיכער דא מקום פאר א אידישע וועבזייטעל מיט עטוואס לייכטערע רעגעלאציעס ווי אייוועלט, אבער עס עס דארף קומען מיט א שטייפערע האנט, מער מחיקות און צענזור, און אפטער פארשליסען ניקים.

לויט די מהלך יעצט איז נישטא קיין עכטע סיבה חוץ קאראפציע פארוואס גדר/משומר לאזן עס נאך אפן, א וועבזייטעל מיט מחלוקות לשה"ר ורכילות האט נישט קיין מקום צו זיין אפן.

עס איז קיינמאל צו שפעט פאר א ריסעיט, צייט פאר התבננות און מאכען א טויש.
עס איז נישט די נושאים וואס טויגען נישט, נאר עס איז די געציילטע מענטשן וואס פירען א שמיעס אריין אין דיטש, צענזור איז נישט א מיעסע ווארט, פונקט ווי איך רעדט נישט מיט יעדעם אין ביהמי"ד איז די זעלבע דא אויך.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:03 am
דורך בערל דער פייפער
%100 גערעכט מיט דעם
אבער עס עס דארף קומען מיט א שטייפערע האנט, מער מחיקות און צענזור, און אפטער פארשליסען ניקים.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 12:40 pm
דורך וואוילער
ביז... מ'גייט דיך מעקן, אן דעם וואס דו זאלסט פארשטיין פארוואס.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:37 pm
דורך איד
איך האב עס לעצטענס זייער שטארק באמערקט

ס'האט מיך אויסגעקוקט, ווי מ'וויל אז א געוויסע חסידות זאל זיך דייקא נישט דרייען דא
מ'האט אזוי אראפגעריסן, און חוזק געמאכט, (פארשטייט זיך נאר פון די עסקנים...) אז ס'איז געווען א עקל

זעהט אויס אז די פירערשאפט פון אידטיש, קען באשטיין אז די אנדערע טעגליש זאל נישט דא זיין
פארוואס, ווייס איך נישט...

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:40 pm
דורך ווירקליך
איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:37 pm איך האב עס לעצטענס זייער שטארק באמערקט

ס'האט מיך אויסגעקוקט, ווי מ'וויל אז א געוויסע חסידות זאל זיך דייקא נישט דרייען דא
מ'האט אזוי אראפגעריסן, און חוזק געמאכט, (פארשטייט זיך נאר פון די עסקנים...) אז ס'איז געווען א עקל

זעהט אויס אז די פירערשאפט פון אידטיש, קען באשטיין אז די אנדערע טעגליש זאל נישט דא זיין
פארוואס, ווייס איך נישט...
חלילה.

אידטיש איז געגרינדעט געווארן מיט א ציל יעדער זאל זיך שפירן באקוועם דא.

אדרבה, אויב זעט איר עפעס וואס שיינט פארקערט, זענען מיר אייביג גרייט עס אויסצושמועסן ווי ערוואקסענע.

(דא ווערט זיכער געדעקט איין זייט מער ווי די צווייטע, צוליב וואס משומר האלט דעם זייטל פארמאכט דערווייל, איר קענט זיי פרעגן פארוואס...)

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm
דורך ווירקליך
צום ענין.

אידטיש האט א קלארע וויזיע, און דאס איז אז דא זאלן קענען פארקומען געשמאקע שמועסן אויף א נארמאלן שטייגער.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

אונזער ציל איז צו זיין גוט, נישט גערעכט...

נאר וואס? אונזער שטרעבן איז אז ניקס וואס באלאנגען נישט דא זאלן פליען, אנשטאט דארפן איינצוימען צו שטארק, און דער חשבון איז זייער פשוט, מיר זענען נישט די כלל ישראל פלאטפארמע וואס מוז זיך קענען ספראווען מיט משוגעים, ס’דא א צווייטע פלאטפארמע וואס לשבחם יאמר זיי טוען א געוואלדיגע פענאמענאלע דזשאב מיט דעם, זיי האבן א סטרוקטור געבויט דירעקט מיט שטארקע צוימען צו קענען אקאמאדירן אויך שוואכע הערצער, און מיר האבן געזוכט צו זיין מער ווי דער קליינער שוהל וואו די מתפללים קענען יא מאכן פורים א גרויסע סעודה אינאיינעם... ס’טאטאל אנדערש ווי א גרויסע ביהמ"ד.

מיר פארשטייען ס’נעמט צייט דער קאנצעפט זאל זיך ארויסשטעלן אינגאנצן. ס’נארמאל, ערווארטעט, און מיר האפן פאר הצלחה בס"ד.

אויף דערווייל, אויב זעט איינער עפעס וואס גייט ראונג, זאל מען זיך נישט אפהאלטן פון באריכטן (מיר וועלן אפשר בקרוב אויסברייטערן די חברי המערכת קבוצה).

און פאר די טראלס און אזעלכע וואס קומען אריין מיט פארפירערישע מאטיוון (א שטייגער ווי איינער - אן א נאמען... - וואס קומט אריין ווילדעווען מיט אפענע שקרים און אן אפענעם ציל צו אראפרייסן א יחיד) ווילן מיר מודיע זיין אז מיר וועלן זיך האלטן צו א שארפער ליניע, און איר וועט בעז"ה נישט באווייזן צו איבערדרייען דאס פלאץ! יא, אריינברענגען געדעכטע פארע דא איז גענוג סיבה צו פארשפארן א ניק און זאגאר פארשפארן זיין איי פי אדרעס!

מיר זעט נישט אויס דערווייל ווי מ’רעדט עפעס מער אדער ערגער ווי ערגעץ אנדערש, אדרבה, כבין נישט קיין ראבאט און נישט קיין הויכגעשעצטער מנהל... בס"ה א מיטגליד דא וואס זוכט צו האלטן דאס פלאץ גוט, און כבין גרייט פאר עפנטליכע אויסשמועסן און אפילו טשעלענדזשעס...

איך קלער מזאל אפשר עפענען א באזונדערן טעמע ווי מזאל טאקע קענען זיך צונויפשמועסן, דער גאנצער ציבור - אריינגערעכנט חברי המערכת - צווישן זיך, ביי יעדע אקטועלע אדער היציגע נושא, אינאיינעם אויסארבעטן און אויסשמועסן דעם מהלך, און אויב איינער שפירט ס’צו לויז אדער צו עקסטרעם זאל מען קענען רעדן געהעריג.
וואס זאגט איר דערצו?

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:02 am
דורך איד
ש'כח @ווירקליך פארן שיין אראפ לייגן די נושא,
ס'איז דא אסאך צו רעדן פון דעם, ס'איז שוין שפעט
אפשר וויל איך מארגן מער מאריך זיין

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:05 am
דורך ווירקליך
איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:02 am ש'כח @ווירקליך פארן שיין אראפ לייגן די נושא,
ס'איז דא אסאך צו רעדן פון דעם, ס'איז שוין שפעט
אפשר וויל איך מארגן מער מאריך זיין
אדרבה, אפענע שמועסן איז די בעסטע זאך

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am
דורך לך לך
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm צום ענין.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

עס איז זיכער דא א סיבה פארוואס זיי ווילן עס נישט עפענען, איך פארשטיי אז אלץ הנהלה קען מען נישט אלעס ארויסשרייבן אבער גיין אין אראפרייסן א פילטער ווייל איר קומט זיך נישט אויס מיט זיי איז נישט גערעכט...

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:45 am
דורך שמח
לך לך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am

אויך גערעדט אביסל מיט משומר דערוועגן, אן אמת'ע ריינע בלויז לשם שמימ'דיגע אידשקייט תירוץ איז נישט געקומען!

אפשר מיט די צייט וועלן זאכן לויזער ווערן.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:54 am
דורך הכנה דרבה
@ווירקליך איר שרייבט זייער שיינע תורות אבער אביסל בת היענה'דיג, זיך פארהוילנדיג פונעם פ"ה'ס נקודה.
די אלע שיינע הסברים און דינע חילוקים וואס די מטרה דא איז, און וויאזוי די קליינע קינדער גייען אליין פארשטיין אז זיי באלאנגען נישט דא וכו', דאס אלעס שרייבט מען שוין איבער און איבער ביי יעדע נארישע קינדערישע פייט זינט די סייט האט זיך געגרינדעט.
למעשה האלט מען א האלבע יאר שפעטער און @מחדש ברענגט ארויף א געוואלדיגע נקודה, דהיינו שטעלט אייך אפ און באטראכט דעם סייט מיט א אמת, איז דאס וואס די גרינדער האבן געזוכט? איז דא נאך א אנגענומענע נארמאלע היימשע פלאץ וואס קוקט אויס אזוי היינט צוטאגס?
יעדער וואס האט אויגן זעהט אויף אייוועלט וויפיל מעמבערס דארט זענען אנגעווייטאגט אויף די הנהלה'ס שטרענגקייט, שטעלט זיך די שאלה: פ"וו קומט נישט דער עולם אהער אין די מאסן?!..
ענטפער מיר ביטע נישט יעצט "משומר", ווייל ס'וואלט געדארפט זיין גענוג באנוצער וואס האבן נישט קיין משומר וואס זאלן אהער קומען, ועוד, ווען די עולם וואלט ווען געגליכן דאס פלאץ און פארלאנגט עקסעס כסדר וואלט משומר זיך געבראכן און ג'עפנט ווען זיי האבן ווען נישט עפעס א כשרות טענה.
אלא מאי די פלאץ איז ליידער אומב'חנ'ט, נישט קיין תוכן, נישט קיין אונטערהאלטונג, קוים אביסל נייעס, און די עיקר איז העצע, פולווער, און קריגערייען א גאנצע טאג.
און אויב די הנהלה האט געהאלטן אז מ'קען ערלויבן צו דעבאטירן פאליטיק (רוף עס וויאזוי דו ווילסט, דורכטוהן די ענין.. וכו') און ס'זאל בלייבן "ערוואקסן" און למעשה זעהט מען אז ס'נישט שייך, וועט זיי קיינער נישט אראפקוקן ווען זיי וועלן זאגן טעיתי, און מאכן שטרענגערע פארשריפטן מהיום והלאה.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 am
דורך להגדיל הטראסק
כבר חויתי דעתי ביחיד ועתה ברבים
2 זאכן וואס אייוועלט האט וואס דער סייט האט נאכנישט, און דאס איז דער שוואכקייט דא
גוטע קראנטע נייעס ברענגער אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי אבימלך, אבזערווירער, נקדימון, ישראל הלוי, נארמאליזעם וכו' אויף אייוועלט (דא איז ביזדערווייל דא נאר איין @ניקל וואס טוט אביסל די ארבעט

און נאכדעם דארף מען דא א קנאפער ידען וואס זאל ארויסהעלפן אין יעדע נושא וואס מעגליך

ווען אונז וועלן האבן די צוויי אינגרידיענס וועט דא ווערן טרעפיק און עס וועט אנפאנגן ווערן בא'חנ'ט און געשמאק בס"ד.

וואס'זשע דען? איך האלט אויך אז ווען מען דעבאטירט א נושא, דער ערשטער וואס פארפארט פון די רעלסן, צו שרייבט פאליטיק שלא בדרך כבוד, אדער אן אלגעמיינע נושא וואס רירט אן געוויסע נקודות וואס טארן נישט ווערן אויסגעשמועסט אין פאבליק, דער ערשטער תגובה דארף שנעל געמעקט ווערן, און יענער דארף באקומען א ווארנונג, (לעצטנס געווען א נושא וואס איינער האט געשריבן א תגובה אריין און די פארבאטענע זאנע, כ'האב עס באריכטעט אבער עס איז נאך געווען זייער לאנג אויפן סייט - כ'בין נאכנישט יעצט זיכער אויב עס איז שוין געמעקט)- עמער ממשיך זיין נעקסטיים, כ'האב שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן, באט יו גאט די פוינט...

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:26 am
דורך איטשע
איך האב שוין עטליכע מאל געפונען דא אויפן סייט געוויסע תגובות וואס האבן געטרעטן אויף רויטע ליניע'ס, ביי איין פאל האב איך האב עס פארשטייט זיך באריכטעט ווילנדיג אז די סייט זאל זיך האלטן אויף גראדע ערליכע רעלסן, און נאך א שטיק צייט וואס איך האב געזען אז די באריכט איז איגנארירט געווארן, האב איך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש צו איינע פון די איבערגעגעבענע מנהלים מיטן טענה אז אזא תגובה האט נישט קיין פלאץ אין די אויסגעהאלטענע מקום, און עטליכע מינוט שפעטער איז די תגובה געווען א פארגאנגענהייט

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:26 am
דורך להגדיל הטראסק
אמר"ש
איין מעלה וואס דער סייט האט מער פון אייוועלט, איז בנוגע סענסיטיווע נייעס
עטליכע וואכן צוריק איז געווען זייער א האקעלע און אומבא'טעמ'טע נייעס, אויף אייוועלט איז דאס געווען בבל יראה ובבל ימצא, לא מיניה ולא מקצתיה, דא האט מען עס באהאנדלט מיט זיידענע הענטשוך אן זיך שמוציג מאכן קיין כי הוא זה

לעצטנס איז אין קרית יואל פארגעקומען גרויסע נייעס, אבער דאך נייעס וואס איז נישט געמאכט צו דעבאטירן אין פאבליק, אויף אייוועלט איז עס געווען בבל יראה אויך אויב עס איז געווען נוגע למעשה בנוגע טראפיק וכדו', דא האט מען עס באהאנדלט עפי"ר זייער איידל און סענסיטיוו בהשכל ובדעת, ב"ה

דאס איז איינס פון די מעלות איבער אייוועלט.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:29 am
דורך להגדיל הטראסק
אויב אזוי דעמאלס דארף מען אפשר פשוט מער מען פאוער אז מען זאל קענען שנעלער רעספאנדן צו באריכטעטע תגובות, אזוי וועלן זאכן שנעלער באהאנדלט ווערן נאך פאר די שמוץ שטינקט שוין.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:29 am
דורך איטשע
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:26 am אמר"ש
איין מעלה וואס דער סייט האט מער פון אייוועלט, איז בנוגע סענסיטיווע נייעס
עטליכע וואכן צוריק איז געווען זייער א האקעלע און אומבא'טעמ'טע נייעס, אויף אייוועלט איז דאס געווען בבל יראה ובבל ימצא, לא מיניה ולא מקצתיה, דא האט מען עס באהאנדלט מיט זיידענע הענטשוך אן זיך שמוציג מאכן קיין כי הוא זה

לעצטנס איז אין קרית יואל פארגעקומען גרויסע נייעס, אבער דאך נייעס וואס איז נישט געמאכט צו דעבאטירן אין פאבליק, אויף אייוועלט איז עס געווען בבל יראה אויך אויב עס איז געווען נוגע למעשה בנוגע טראפיק וכדו', דא האט מען עס באהאנדלט עפי"ר זייער איידל און סענסיטיוו בהשכל ובדעת, ב"ה

דאס איז איינס פון די מעלות איבער אייוועלט.
גא"מ, די רעאקציע פון די מנהלים דא וועלן אלס זיין מיט זיידענע הענשוך, זאכן מעגן ווערן דיסקוסירט אבער ביז עס רירט אן לשון הרע ורכילות, און די צייט וואס אויף אייוועלט וועט מען פארשפארן די נושא

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:07 am
דורך איד
איך האלט יא אז ס'איז גוט צו אויסשמועסן אפי' פאליטישע נייעס, אבער נאר אז מ'קען זיך באציען שיין צו ביידע זייטן

לאמיר נעמען א משל, די חינוך נושא מיט די פעטוועיס,
יא, די צוויי סאטמאר'ס האבן גענומען אנדערע מהלכים
יעצט אז די האלסט קלאר אז דיין רבי/קהילה איז גערעכט, פארוואס דארפסטו יענעם אראפרייסן ??
ס'געווען אזעלכע תגובות, ווי ממש מ'רעדט פון די גרעסטע אפיקורסים,
יעצט קום מיך נישט זאגן אז מ'האט פארנארט, ע עסקנים טוהן וואס זיי ווילן, ווייל מיט דעם רייסטו פונקט אזוי אראפ די צד שכנגד
יא, ס'איז זייער אינטערעסאנט צו הערן די חלק הנייעס, וואס יעדער טוט
און אפי' די סיבות אויך
אבער פארוואס דארף מען אראפרייסן ??

אז יענער האלט אנדערש ווי דיך, פארשטיי אז ס'איז דא א צווייטע מיינונג, און אויב דו האלטסט אז ער איז נישט גערעכט, רייס נישט אראפ
דא איז א פאבליק פלאץ, ווילאנג זיין קהילה האלט אזוי, האט ער אלע רעכטן צו שרייבן דא זייער מיינונג
אביסל רעספעקט

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:08 am
דורך טיפע טאשן
לך לך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm צום ענין.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

עס איז זיכער דא א סיבה פארוואס זיי ווילן עס נישט עפענען, איך פארשטיי אז אלץ הנהלה קען מען נישט אלעס ארויסשרייבן אבער גיין אין אראפרייסן א פילטער ווייל איר קומט זיך נישט אויס מיט זיי איז נישט גערעכט...
ער האט פשוט געשריבן די אמת, איך האב זיי אויך געבעטן און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט נאך זייער רעגלאציעס, און ווען מען בעט זיי א ליסט אדער אפי’ זיי זאלן אריין שטעלן איינעם דא אין די הנהלה איז נישט דא צו וועם צו רעדן

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:10 am
דורך חצקל משמש
איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:07 am איך האלט יא אז ס'איז גוט צו אויסשמועסן אפי' פאליטישע נייעס, אבער נאר אז מ'קען זיך באציען שיין צו ביידע זייטן

לאמיר נעמען א משל, די חינוך נושא מיט די פעטוועיס,
יא, די צוויי סאטמאר'ס האבן גענומען אנדערע מהלכים
יעצט אז די האלסט קלאר אז דיין רבי/קהילה איז גערעכט, פארוואס דארפסטו יענעם אראפרייסן ??
ס'געווען אזעלכע תגובות, ווי ממש מ'רעדט פון די גרעסטע אפיקורסים,
יעצט קום מיך נישט זאגן אז מ'האט פארנארט, ע עסקנים טוהן וואס זיי ווילן, ווייל מיט דעם רייסטו פונקט אזוי אראפ די צד שכנגד
יא, ס'איז זייער אינטערעסאנט צו הערן די חלק הנייעס, וואס יעדער טוט
און אפי' די סיבות אויך
אבער פארוואס דארף מען אראפרייסן ??

אז יענער האלט אנדערש ווי דיך, פארשטיי אז ס'איז דא א צווייטע מיינונג, און אויב דו האלטסט אז ער איז נישט גערעכט, רייס נישט אראפ
דא איז א פאבליק פלאץ, ווילאנג זיין קהילה האלט אזוי, האט ער אלע רעכטן צו שרייבן דא זייער מיינונג
אביסל רעספעקט
💯
מען האט פראבירט צו מעקן אזעלכע תגובות און אפי’ געשיקט אפאר ניקס אבער מען דארף אפשר מער קוקן ווי אויך דארף דער עולם מער באריכטן

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:30 am
דורך לך לך
@להגדיל הטראסק @איד זייער קלאר ארויסגעברענגט

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:35 am
דורך מירון
לך לך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm צום ענין.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

עס איז זיכער דא א סיבה פארוואס זיי ווילן עס נישט עפענען, איך פארשטיי אז אלץ הנהלה קען מען נישט אלעס ארויסשרייבן אבער גיין אין אראפרייסן א פילטער ווייל איר קומט זיך נישט אויס מיט זיי איז נישט גערעכט...
נישטא קיין שום סיבה פארוואס די סייט ווערט געבלאקט, חוץ פאליטיק. א פילטער טאר אויף קיין שום פאל נישט גענוצט ווערן פאר פאליטשע צוועקן און אז יאר איז עס א עוון פלילי און מ'דארף מגלה זיין קלונם ברבים.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:45 am
דורך פשוטער איד

שרייבן אז משומר זאגט ליגענט איז אראפגעריסן?

די הנהלה שרייבט אז עס איז שקר אז משומר האט זיך פארבינדען מיט זיי, זאגסטו אז די הנהלה זענן שקרנים? ווער רייסט אראפ? און נאך די הנהלה וואס ארבעט אזוי שווער

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:46 am
דורך מירון
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 am כבר חויתי דעתי ביחיד ועתה ברבים
2 זאכן וואס אייוועלט האט וואס דער סייט האט נאכנישט, און דאס איז דער שוואכקייט דא גוטע קראנטע נייעס ברענגער אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי אבימלך, אבזערווירער, נקדימון, ישראל הלוי, נארמאליזעם וכו' אויף אייוועלט (דא איז ביזדערווייל דא נאר איין @ניקל וואס טוט אביסל די ארבעט

און נאכדעם דארף מען דא א קנאפער ידען וואס זאל ארויסהעלפן אין יעדע נושא וואס מעגליך
אייוועלט איז א סייט וואס האט זיך געגרינדעט יארן צוריק נאכן/אינמיטן קריג בערך צווישן תשס"ו - תשס"ט, נאכדעם וואס מ'איז מיד געווארן פון זיך קריגן און באשלאסן אז אנשטאט זיך קריגן קען מען שיין פארברענגען. דעמאלס איז אייוועלט דווקא באזירטע אויף שיינע פארברענגען אישוס, מיט די צייט האט מען אנגעהויבן מיט מער ערענסט הילף איינער פארן צוויייטן און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די א.ז.ג "גוטע קראנטע נייעס ברענגער".

ניין הצלחה פון א סייט איז נישט דווקא גוטע קראנטע נייעס ברענגער ס'איז אלעס צוזאמען.

דער גאנצער נקדימון איז הערשט אריינגעקומען ביי די 2020 עלעקשאנס. אבימלך איז אריינגעקומען אינגאנצן א יאר און האלב צוריק.

נאך א וויכטיגע נקודה, וואס איז באמת מעין די פריערדיגע נקודה:

ס'נעמט יארן ביז מ'קומט אן אויף דעם שטאפל, נישט א האלבע יאר און מ'עקספלאדירט שוין און מ'פרעגט וואס איז די תכלית פון דעם סייט? אדער מ'מאכט א קעפל "אידטיש - צייט פאר התבננוות". פאוואליע, נישט אלעס איז אינסטענט, אביסל סבלנות, גארנישט גייט נישט איבערנאכט.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:53 am
דורך רואה חשבונות
מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:35 am
לך לך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:14 am
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm צום ענין.

עס איז זייער קלאר פאר אונז אז מיר דארפן זיין אפן צו טוישונגען, אויב זעט מען זאכן האלטן זיך נישט געהעריג, אדער אויב אונזער דעת תורה, אדער פילטער פירמעס וועלן פאדערן עפעס (א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, אנדערש ווי משומר פארקויפט פאר זייערע קליענטן אז זיי זענען בקשר מיט אונז איבער געוויסע זאכן. דאס איז פשוט שקר), וועלן מיר עס טון אן צעגערן.

עס איז זיכער דא א סיבה פארוואס זיי ווילן עס נישט עפענען, איך פארשטיי אז אלץ הנהלה קען מען נישט אלעס ארויסשרייבן אבער גיין אין אראפרייסן א פילטער ווייל איר קומט זיך נישט אויס מיט זיי איז נישט גערעכט...
נישטא קיין שום סיבה פארוואס די סייט ווערט געבלאקט, חוץ פאליטיק. א פילטער טאר אויף קיין שום פאל נישט גענוצט ווערן פאר פאליטשע צוועקן און אז יאר איז עס א עוון פלילי און מ'דארף מגלה זיין קלונם ברבים.
גא"מ

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:13 am
דורך פשוטער איד
איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:37 pm איך האב עס לעצטענס זייער שטארק באמערקט

ס'האט מיך אויסגעקוקט, ווי מ'וויל אז א געוויסע חסידות זאל זיך דייקא נישט דרייען דא
מ'האט אזוי אראפגעריסן, און חוזק געמאכט, (פארשטייט זיך נאר פון די עסקנים...) אז ס'איז געווען א עקל

זעהט אויס אז די פירערשאפט פון אידטיש, קען באשטיין אז די אנדערע טעגליש זאל נישט דא זיין
פארוואס, ווייס איך נישט...
לענ"ד איז אייוועלט פונקט פארקערט, שוין לאנג צוריק געטראכט און נאכדעם געהערט פון אנדערע אויך אז אייוועלט איז דא צו סערווירן איין טעגעלאש און דער אנדערער זאל נישט זיין

בעיקר ווייל געוויסע מנהלים דארט ווילן ווייזן אז זיי טאלערירן די אנדערע טעגעלאש אבער ווייזן שוין צו שטארק