רבי ישעי' מושקאט אב"ד פראגא - ה' אדר תרכ”ח
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:06 pm
רבי ישעי' איז געבוירן געווארן אין שנת תקמ"ג צו זיין הייליגן פאטער רבי יעקב משה מושקאט ז"ל וועלכער איז געווען א גרויסער למדן, עושר און חסיד פונעם מגיד מקוזניץ. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יצחק יונגרלייב מראדוויל אב"ד אופוטשנא בן רבי דן יונגרלייב מראדוויל בן רבי יצחק יונגרלייב מראדוויל בן רבי יחיאל מיכל מזלוטשוב. זיינער רביס זענען געווען: המגיד מקאזניץ און זיין הייליגע זוהן רבי משה אליקים בריע"ה: מחבר ספר: הרי בשמים, עצי בשמים וראשי בשמים. רב בעיר: שידלאווצא, פראגא.
פון יונגווייז אן האט מען דערקענט אויף אים אז לגדולות נוצר, און ער האט גע'שמ'ט אלס אן אויסערגעווענליכע עילוי. אין אנהייב האט ער געלערנט ביי זיין טאטע, און אין זיין ספר 'הרי בשמים' על התורה ברענגט ער אפאר מאל אראפ פנינים פון זיין טאטע. שפעטער איז רבי ישעיה'לע געפארן צום הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע פון וועם ער האט געשעפט תורה וחסידות מלוא חפניים, ווי ער דריקט זיך אויס אויף זיין רבי "שאבתי מבארו באר מים חיים, והשביעני בצחצחות שדי תבונתו", און דער קאזניצער מגיד איז טאקע געווען רבו המובהק ווי רבי ישעיה'לע דריקט זיך אויס אויף אים. רבי ישעי' איז געווען אן איידעם ביים צדיק רבי יצחק מראדווילער, דער הייליגער חוזה אליין איז געווען שדכן ביי דעם שידוך. נאכן חתונה איז רבי ישעיה'לע אריבער לבית חותנו אין אפוטשנא ווי ער האט אויך מקבל געווען אסאך פון זיין שווער בתורה וחסידות.
מעשה: רבי ישעי' איז געווען א גרויסער מכניס אורח, אלע אורחי פורחי'ניקס און אפי' שיכורים האבן זיך געפונען דאס פלאץ בייי אים שטוב. איינמאל איז א דעלעגאציע פון די ראשי הקהלה אראפגעקומען צום רב און זיך זייער געבעטן דעם רב ער זאל אויפהערן אריינצונעמען 'כל צרי וכל זב' ביים אים אין שטוב ווייל עס איז נישט קיין כבוד, האט רבי ישעי' געענפערט אז איך וויל זייער שטארק זיין אין עולם הבא, לאחר מאה ועשרים שנה, ווען איך וועל קומען אויף יענע וועלט און איך וועל בעטן צו גיין אין עולם הבא וועלן זיי מיר פרעגן וועלכע גוטע זאכן האט איר געטוען דערפאר, אז דו זאלסט זוכה זיין צו עולם הבא? וועל איך זיי ענפערן וואס איז א נפק"מ איך וויל קומען אלץ אורח און אן אורח נישט קיין נפק"מ ווי ער קוקט אויס, מען דארף אים אלץ אויפנעמען בסבר פנים יפות, איך האב אויך אזוי געטוען מיט מיינע אורחים, און אזוי וועלן זיי מיר אריינלאזן אין עולם הבא.
זכותו יגן עלינו