נייער מכון 'מלאכה בהלכה'
געפאוסט: זונטאג מערץ 10, 2024 3:43 am
די בארימטע דעהו פלאטפארמע וועלעכע שיקט ארויס טעגליך פאר טויזענטער יודן א אימעיל מיט הלכות יוחוד והמסתעף פאנגט יעצט אן א נייע שטאפל מיטן גרינדען די "מכון מלאכה בהלכה" ווי די רבני המכון וועלען אראפקומען צו אייער מקום עבודה און אויסשטעלן די גאנצע זאך על פי הלכה.
אזוי ווי יעדע זאך וועט עס האבן שטאפלען אנגעהויבן פון פשוט איינמאל אראפקומען מאכן זעכער אז אלעס איז כשורה און אנווייזן וויאזוי זיך צו פירן און עתיד ביז א שטאפל ווי זיי קומען אראפ און שטעלן אראפ יסודות ביזן האבן משגיחים וואס קומען כסדר אראפ מאכן זעכער אז מען האלט זיך צו אלע ענינים אזוי ווי א פולקאמע הכשר ווי אויך געבן זיי א "תעודת אחריות" מען זאל וויסן אז די אפיס פונקציאנירט פולקאם על פי הלכה.
בכלל דארף מען ארויסברענגען אז די אימעיל וואס זיי שיקען איז הערליך שיין אראפגעלייגט כשולחן הערוך ומוכן לאכול מיט מראה מקומות און ליינט זיך וואו פון זיך אליין בפרט ווען מען רעדט פון אזאלעכע הלכות וואס מען קען נישט מוותר זיין אפי' אויף א קיצו של יוד.
ויה"ר שתשרה שכינה במעשה ידיהם