בלאט 1 פון 1

טוב ללכת אל בית אבל מלכת אל בית משתה (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:29 am
דורך פשוטער איד
אין ליכט וואס איך האב געזען לעצטענס אז געוויסע מענטשן גייען מנחם אבל זיין באקאנטע, קרובים, אבער ווען די זעלבע מאכן חתונה און די סדר העולם וואלטן זיי יא געגאנגען גייען זיי נישט צוליב זייטיגע סיבות

ביי חתונות זענן זיי נישט געקומען, און (אסאך מאל אפאר טעג דערנאך) גייען זיי מנחם אבל זיין

איבערהויפט ביי א טראגעדיע חלילה, וועלן אסאך מענטשן (אריינגערעכנט אנשי שם) גיין מנחם אבל זיין אפילו מ' האט נישט קיין שום שייכות

לענ"ד מאכט עס נישט קיין סענס, אדרבה פון עקספיריענס ל"ע מאכט עס די ווייטאג ערגער

וואס האלט דער עולם?

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:34 am
דורך מירון
אוודאי מאכט עס סענס. עיין ברשיז"ל שם קהלת, קאפיטל ז, פסוק ב.

די גמרא (כתובות) זאגט אז אן אבל איז ווי א מלך בגדוד.

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:37 am
דורך מירון
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:29 am איבערהויפט ביי א טראגעדיע חלילה, וועלן אסאך מענטשן (אריינגערעכנט אנשי שם) גיין מנחם אבל זיין אפילו מ' האט נישט קיין שום שייכות
גראדע האב איך באמערקט אז ביי טראגעדיעס האבן מענטשן מורא צו גיין און אפילו זיי קומען לויפן זיי שנעל אוועק ווייל מ'ווייסט נישט וואס צו זאגן, מ'וויל נישט זאגן די ראנג זאך וכו'

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:53 am
דורך פשוטער איד
באקומען אין אישי אויסצוברייטערן די שאלה

צו די חתונה גייט מען נישט צוליב חשבונות ואכמ"ל

אבער ניחום אבלים יא

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:10 pm
דורך שמח
די טענה וואס מ'האט צו דעם וואס קומט נאר צו ניחום אבלים איז לכוארה מער אויף דעם חלק אז פארוואס קומסטו נישט צו מיין שמחה אויך.

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:19 pm
דורך דער תהלים איד
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:53 am באקומען אין אישי אויסצוברייטערן די שאלה

צו די חתונה גייט מען נישט צוליב חשבונות ואכמ"ל

אבער ניחום אבלים יא
איצטער פארשטיי איך הערשט דיין שאלה.

אקעי, פארשטיי איך די ווייטאג. און איך קען אודאי נישט ענטפערן. כפארשטיי אז ס'גיט אזא געפיל ווי "אה, ווען ס'גייט מיר שלעכט האסטו הנאה און ביסט דא..." ח"ו.

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 5:22 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:19 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:53 am באקומען אין אישי אויסצוברייטערן די שאלה

צו די חתונה גייט מען נישט צוליב חשבונות ואכמ"ל

אבער ניחום אבלים יא
איצטער פארשטיי איך הערשט דיין שאלה.

אקעי, פארשטיי איך די ווייטאג. און איך קען אודאי נישט ענטפערן. כפארשטיי אז ס'גיט אזא געפיל ווי "אה, ווען ס'גייט מיר שלעכט האסטו הנאה און ביסט דא..." ח"ו.
נישט דוקא אז מ'פילט אז יענער האט הנאה, נאר פשוט ס'דארף מיר גיין שלעכט אז זאלסט מיך קענען?

Re: טוב ללכת לבית האבל מלכת אל בית המשתה, גיין מנחם אבל זיין אבער נישט צו א חתונה

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 5:40 pm
דורך dev
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:19 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:53 am באקומען אין אישי אויסצוברייטערן די שאלה

צו די חתונה גייט מען נישט צוליב חשבונות ואכמ"ל

אבער ניחום אבלים יא
איצטער פארשטיי איך הערשט דיין שאלה.

אקעי, פארשטיי איך די ווייטאג. און איך קען אודאי נישט ענטפערן. כפארשטיי אז ס'גיט אזא געפיל ווי "אה, ווען ס'גייט מיר שלעכט האסטו הנאה און ביסט דא..." ח"ו.
לכאורה די סיבה איז, ביי א שמחה אז מ'איז פויל צו גיין מאכט מען א חשבון איך וועל גיין צו די נעקסטע שמחה, איך וועל אריינטשעקן ביי א שבע ברכות וכו',

משא"כ ביי ניחום אבלים טראכט נישט קיינער פון די נעקסטע ח"ו, ממילא פילט מען אז מ'מוז גיין, איך גיי עס נישט קענען משלים זיין אויב גיי איך נישט יעצט,