הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים אשכנזי זי"ע מקיטוב - כ"ה אדר א' תקכ"א
געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:25 am
היינט דינסטאג כ"ה אדר א' איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב,
ער איז געבוירן אין שטאט בראדי, בשנת תנ"ו, צו זיין טאטן הגה"ק רבי אפרים מרבני בראדי זי"ע, מחסידי הרה"ק רבי משה מקיטוב זי"ע,
דער טאטע רבי אפרים זי"ע האט געדינט אלס ראב"ד אינעם בית דין אין שטאט בראדי, און געווען פון די לומדי הקלויז אין בראדי צוזאמען מיט הגה"ק רבי חיים צאנזער זי"ע, און הגה"ק בעל נודע ביהודה זי"ע.
ער איז געווען א איש קדוש מאוד, א גאון בתורת הנגלה והנסתר עד למאוד און איש פלא נורא תהלות, אויך איז ער געווען א בעל מופת עצום, צדיקים בדורו האבן גאר שטארק מעריץ געווען דעם צדיק וקדוש און באוואונדערט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, ער האט זיך אסאך מסגף געווען, ער פלעגט פאסטן משבת לשבת א גרויסע חלק פון זיין לעבן.
די שוועסטער פון רבי אברהם גרשון זי"ע הרבנית הצדקת מרת לאה רחל ע"ה האט חתונה געהאט מיטן אור שבעת הימים רבינו ישראל בעל שם טוב זי"ע, און ווי עס איז מקובל איז דער רבי גרשון מקיטוב זי"ע געווען מתחילה א גרויסע מתנגד צום דרך החסידות, און אפילו געוואלט מבטל זיין דעם שידוך פונעם שוועסטער צום בעש"ט הק', אבער דערנאך ווען דער הייליגער בעש"ט איז געווארן מפורסם אלס א קדוש און א בעל רוח הקודש איז דער שוואגער געווארן א תלמיד מובהק פונעם בעש"ט הק', און אויך געווען די רבי פין דעם זוהן פונעם בעש"ט, הרה"ק רבי צבי זי"ע,
ער איז געווען א תלמיד חביב פון הגה"ק רבי שלום שרעבי הרש"ש זי"ע, ווי ער האט געלערנט זיין דרך אין קבלה, ער איז געווען פון די חבריא קדישא פונעם קלויז אין שטאט בראד, ער איז געווען פארעכענט פון די חכמי דורו און א גרויסע מקובל און גדול בתורה, ער האט דארט געלערנט מיט גאוני דורו ווי הגה"ק בעל נודע ביהודה זי"ע און הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע, וואס האבן אים מוראדיג געשעצט.
זיין שוואגער דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט געזאגט אויפן שוואגער רבי גרשון מקיטוב זי"ע גרויסע שבחים בזה"ל, "אהובי גיסי חביבי וידידי כנפשי ולבבי הרב החסיד הקדוש איש אלקי גאון בנגלה ובנסתר איש פלא נורא תהילות",
זיין חבר הגה"ק רבי יחזקאל לאנדא בעל הנודע ביהודה מפראג זי"ע האט געזאגט אויף זיין חבר און ידיד נפשו רבי גרשון מקיטוב זי"ע בזה"ל "מחמד עיני וחמדת לבי, בר פחתי ובריבי, חכים עדיף מנביא, ליש ולביא, ה"ה כבוד אהובי ידיד נפשי, אהוב למטה ונחמד למעלה, הרבני המופלא ומופלג בתורה וחסידות, לו עשר ידות, שושן סודות, החכם השלם והכולל, עמוד הימיני הפטיש החזק, מו"ה אברהם גרשון",
הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ בעל יערות דבש זי"ע האט משבח געווען דעם צדיק וקדוש רבי גרשון בזה"ל, "הרב החסיד המפורסם מופלג בתורה ומקובל אלוקי",
הגה"ק רבי מאיר מקונסטנטין זי"ע דער זון פונעם הייליגען יעב"ץ זי"ע אין זיין ספר שו"ת מים חיים, שרייבט דארט אויפן בעש"ט הקדוש זי"ע און זיין גרויסע שוואגער רבי גרשון מקיטוב זי"ע בזה"ל, "אלוף ביהודה וישראל עושה חיל קטן וגדול שם הוא ממציא מזור ותרף לגבר אין איל, גדול הוא בששך ושם לו ברקת וגבר בכל, ה"ה הרב המופלג המפורסמים בש"ט מו"ה ישראל נר"ו, ומן חברייא כולהו רבנן, רחימי ה"ה המופלג מו"ה גרשון נר"ו"
בשנת תק"ג איז דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע דאס ערשטע מאל ארויף קיין ארץ ישראל בפקודת זיין גרויסע שוואגער דער בעש"ט הקדוש זי"ע צו גיין זיך טרעפן מיטן אור החיים הקדוש זי"ע, און אויך צו פארשפרייטן חסידות דארט אין ארץ ישראל, אפאר יאר שפעטער איז ער צוריק געפארן קיין מעז'יבוז צום בעש"ט הקדוש זי"ע, די צווייטע מאל איז ער ארויף בשנת תק"ז און דאן איז ער שוין דארט געבליבן ביז צו זיין פטירה,
דארט אין ירושלים איז ער געווען גאר נאנט מיט די בעלי מקובלים אין ירושלים און געלערנט אין ישיבת בית א-ל פון די מקובלים,
דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע איז געווען מפורסם אלס א גרויסע עניו און א שפל ברך, איינמאל איז געווען אין שטאט קיטוב אן עצירת גשמים, און מען האט גוזר תענית געווען אינעם שטאט, פארשטייט זיך אז דער צדיק רבי גרשון איז געווען דער בעל תפילה, אבער אינמיטן דאווענען איז דער צדיק אוועק פונעם עמוד און געהייסן אן אנדערן צו ממשיך זיין אלס בעל תפילה,
שפעטער ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק וקדוש פארוואס ער איז אוועק פונעם עמוד אינמיטן דאווענען, האט דער צדיק געזאגט, אינמיטן דאווענען האב איך געפילט אז די תפילה איז שגור בפי, און פון דעם האב איך געוויסט אז די תפילה איז געווארן מקובל, אבער וויבאלד איך האב נישט געוואלט אז מען זאל ארויף לייגן דעם נס אויף מיר, בין איך אוועק פונעם עמוד און געלאזט אן אנדערן ווייטער דאווענען, שלא יתחזק טיבותא לנפשיה,
אין ספר עבודת עבודה ווערט געברענגט, אז דער בעש"ט הק' געהאט די נפש פון דוד המלך ע"ה, און די אור החיים הקדוש האט געהאט די רוח פון דוד המלך ע"ה, און די בעש"ט הק' האט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל און זיך טרעפן מיטן אור החיים הק' און צוזאמען ברענגען משיח צדקנו און די גאולה שלימה,
האט דער בעש"ט געשיקט זיין שוואגער רבי גרשון זאל פארן קיין א"י און רעדן צו דעם אור החיים, האט די אור החיים הק' געשיקט פרעגן דעם בעש"ט אז ווען ער זעהט דעם אוה"ח אויבן אין הימל אויב ער זעהט די גאנצע גוף, האט דער בעש"ט געענטפערט אז ער זעהט נישט די פיס,
האט דער אוה"ח הק' געזאגט אז דער בעש"ט זאל זיך נישט מטריח זיין צו קומען ווייל עס איז בחינם ווייל עס איז נאך נישט די צייט פאר די גאולה, אבער דער בעש"ט האט מיט דעם אלעם פראובירט ארויף צו גיין קיין א"י, אבער ווי באוויסט האט זיך געמאכט גאר אסאך שוועריקייטן און ער האט נישט מצליח געווען.
עס ווערט פארציילט אז בעפאר רבי גרשון מקיטוב איז ארויף געפארן קיין א"י האבן די בעלי בתים פין קיטוב אים באגלייט, און צווישן די וואס האבן אים באגלייט איז געווען די יצר הרע, האט רבי גרשון געפרעגט דעם יצר הרע אויב ער קומט מיט, ווייל ער גייט פון דא אוועק ווייל די יצר הרע האט אים דא געשטערט פון זיין עבודת השם, האט די יצר הרע געזאגט אז ער באגלייט אים נאר און ער בלייבט דא איבער,
אבער ווען ער איז אנגעקומען קיין יפו און מען האט אים מקבל פנים געווען האט ער געזעהן דעם יצר הרע, האט ער אים געפרעגט די האסט דאך געזאגט אז די קומסט נישט מיט, האט דער יצר הרע געזאגט איך בין נישט די זעלבע יצר הרע פון קיטוב, ווייל די יצר הרע וואס ארבעט אין חוץ לארץ האט נישט קיין רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל.
פארציילט מען אז די בעש"ט הק' פלעגט זיך מקשר זיין מיט זיין שוואגער יעדן שבת ביי די תפילות אפילו זייענדיג אין א"י, איז געווען איין שבת ביינאכט האט דער בעש"ט הק' נישט געטראפן זיין שוואגער אין ארץ ישראל, אבער צופרי האט ער אים שוין יא געטראפן,
שפעטער איז ער געוואר געווארן אז שבת ביינאכט האט די שוואגער רבי גרשון געדאווענט אין א שוהל אין עכו וואס איז נישט געשטאנען אויף אדמת א"י און דערפאר האט אים דער בעש"ט נישט געטראפן, אבער שבת צופרי האט ער געדאווענט אין א אנדערע ביהמ"ד וואס איז שוין יא געווען אויף אדמת א"י און דערפאר האט דער בעש"ט אים שוין יא געזעהן.
אנפאנג ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער געוואוינט אין חברון, אבער שפעטער איז ער אריבער קיין ירושלים, און עס איז דא צענדליגע בריוון ואס ער האט זיך געשריבן מיט זיין שוואגער דער בעש"ט הק' זי"ע, הרה"ק רבי אורי השרף מסטרעליסק זי"ע האט געזאגט בשם הרה"ק רבי יצחק מנעשכיז זי"ע,
אז עס איז דא א בריוו וואס דער בעש"ט הק' זי"ע האט געשיקט צו זיין שוואגער רבי גרשון זי"ע, און די בריוו האט דער הייליגער נעשכיזער זי"ע געליינט יעדן טאג בעפאר הנחת תפילין, און דער נעשכיזער זי"ע האט געזאגט, אז אין דעם בריוו איז מרומז דריי שמות הקדושים, וואס דורך די שמות קען מען וויסן די קץ הגאולה, אבער דער נעשכיזער האט דאס נישט מגלה געווען פאר קיינעם,
מען פארציילט אז נאכן זיין אפאר יאר אין ארץ ישראל איז ער צוריק געפארן קיין מעז'יבוז צו זיין שוואגער, און ווי עס איז מקובל האט דער בעש"ט הק' זי"ע זייער געוואלט ארויף פארן קיין ארץ ישראל ווייל ער האט געזעהן אז טאמער ער וועט זיך טרעפן מיטן אור החיים הק' וועט ער אויספויעלן די גאולה, אבער ווי עס איז מקובל האט זיך געמאכט אסאך שטערונגען אויפן וועג און וועגן דעם איז דער בעש"ט הק' נישט אנגעקומען קיין א"י,
הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ זי"ע האט דערציילט, אז ווען דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע האט געוואוינט אין ירושלים, איז ער יעדן תשעה באב ארויס אויפן הר הזיתים קעגן דעם מקום המקדש, דארט איז דער צדיק געזעצן אויף א שטיין, און ער האט געזאגט די קינות מיט בכיות נוראות, ביז ער איז איין געשלאפן פון גרויס געוויין, אבער ווען ער האט זיך דערוועקט, האט זיך איבער גע'חזר'ט די זעלבע, און אזוי האט דער צדיק אפ געראכטן דעם תשעה באב וויינענדיג אויפן חורבן בית המקדש,
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
הרה"ק רבי יקר אשכנזי מחכמי ישיבת דמשק אליעזר בירושלים זי"ע,
הרה"ק רבי חיים אהרן מטבריה זי"ע,
הרה"ק רבי אפרים אשכנזי זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה לייב אשכנזי זי"ע,
הרה"ק רבי משה זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק זי"ע,
הרה"ק רבי אפרים פישל זי"ע,
נסתלק בירושלים לגנזי מרומים כ"ה אדר א' בשנת תקכ"א, ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזיתים אין ירושלים.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.