בלאט 1 פון 4
בד"ה: הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל, גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 10:49 pm
דורך ניקל
בד"ה
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 10:53 pm
דורך ניקל
אידישע נייעס | ברוך דיין האמת • נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים:
הִשְׁלִיךְ מִשָּׁמַיִם אֶרֶץ תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵל | א וואלקן פון אבילות אין יתמות לאזט זיך אראפ אויף די גאנצע אידישע וועלט מיטן אנקום פון די טרויעריגע ידיעה איבער די הסתלקות פון הרה"ק גאב"ד סיגעיט זצוק"ל וועלעכע איז נארוואס נסתלק געווארן לשמי מעל צוריקגעבענדיג זיין נשמה טהורה ליוצרה אין טיפן עלטער פון זיבן און ניינציג יאר.
פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 10:53 pm
דורך ניקל

- IMG_20240303_225333_475.jpg (107.55 KiB) געזען געווארן 1225 מאל

- IMG_20240303_225329_619.jpg (118.54 KiB) געזען געווארן 1225 מאל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:04 pm
דורך חכם
ברוך דיין האמת, א גרויסע פארלוסט!
די צורה, א רבישע לעכטיגע צורה!
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:06 pm
דורך לא ימושו מפיך
אחיו מאביו, להבדיל בין חיים לחיים הגה''צ אבדק''ק סאטמאר מאנטרעאל שליט''א
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:07 pm
דורך חכם
הערליכע דורות איבערגעלאזט בליעה"ר, בנין וחתנין רבנן.
איינער מיט א ליסטע פון די קינדער?
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:10 pm
דורך לא ימושו מפיך
חכם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 11:07 pm
הערליכע דורות איבערגעלאזט בליעה"ר, בנין וחתנין רבנן.
איינער מיט א ליסטע פון די קינדער?
בניו
רבי שמעון זאב רב ישמח משה ק''י
רבי יעקב שלמה אבדק''ק לימנוב
רבי דוד דוב רב הצעיר בסיגעיט
רבי יוסף משה
חתניו
אדמו''ר מדשונסקיא
אבדק''ק ראשית חכמה מאנטרעאל
רבי אברהם יודא לעוו
רבי אנטשיל שעהר אב''ד קלעסאן
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:14 pm
דורך רואה חשבונות
ווי ס'הייסט יעצט וועט די לוי' פארקומען מארגן 10 אזייגער צופרי אין סיגעיט. (קרעדיט-לכאורה פון איי וועלט).
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:17 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג

- כתגחג.png (464.14 KiB) געזען געווארן 1172 מאל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:19 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
רבנים ביים קומען מנחם אבל זיין.

- אדמורים-ורבנים-מנחמים-את-גאבד-סיגעיט-11.jpg (164.47 KiB) געזען געווארן 1165 מאל

- images.jpeg (8.8 KiB) געזען געווארן 1165 מאל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:21 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
מכירת חמץ.

- ערב-פסח-תשעה-אצל-גאבד-סיגעיט.-צילום-JDN-2-470x352.jpg (60.31 KiB) געזען געווארן 1162 מאל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:22 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שריפת חמץ

- גאבד-סיגעיט-בשריפת-חמץ-פסח-תשעה.-צילום-JDN-2.jpg (239.26 KiB) געזען געווארן 1160 מאל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 11:23 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שמחת שבע ברכות פון א אייניקל

- qumlfo_wide.jpeg (251.77 KiB) געזען געווארן 1158 מאל

- Fdlk3v_wide.jpeg (75.44 KiB) געזען געווארן 1158 מאל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:05 am
דורך דעת קדשי
.
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:27 am
דורך צאן קדשים
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 11:10 pm
חכם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 11:07 pm
הערליכע דורות איבערגעלאזט בליעה"ר, בנין וחתנין רבנן.
איינער מיט א ליסטע פון די קינדער?
בניו
רבי שמעון זאב רב ישמח משה ק''י
רבי יעקב שלמה אבדק''ק לימנוב
רבי דוד דוב רב הצעיר בסיגעיט
רבי יוסף משה
אבד”ק לאסק
חתניו
אדמו''ר מדשונסקיא
אבדק''ק ראשית חכמה מאנטרעאל
רבי אברהם יודא לעוו
רבי אנטשיל שעהר אב''ד קלעסאן
בנו רבי פנחס מרדכי
חתנו רבי יחזקאל הורוויץ אבד”ק שטראסבורג
חתנו הרב מייזליש אבד”ק אוהעל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 5:40 am
דורך פשוטער איד
פארלוירן יארן צוריק א טאכטער א מיידעל וואס איז געווען אלערדזשיק צו מיליכיגס, געגעסן א פארעווע טשאקלאד וואס האט יא געהאט עפעס מילך דערין און ל"ע אוועק פון די וועלט
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 7:18 am
דורך פייל און בויגן
בארא פארק - א וואלקן פון יתמות און טרויער האט זיך אראפגעלאזט אין די אידישע וועלט מיט די שווערע בשורה וואס איז אגעקומען פון די מיימאנעדיס שפיטאל איבער די פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש זצ"ל גאב"ד קהל עדת יראים אין סיגעיט אין טיפן עלטער פון 94 יאר.
דער רב זצ"ל איז געבוירן אין שטאט ווייטצען אין יאר תר"צ צו זיין גרויסער פאטער הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל דער ווייטצענער רב, ער האט זוכה געווען צו מקבל זיין תורה פון זיין גרויסער זיידע דער בנין דוד זצ"ל נאך פארן קריג אין אוהעל, ווען די נאציס האבן איבערגענומען אונגארן איז ער פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ ווי ער איז אדורך שבעה מדורי גיהנום. נאכן קריג איז דער רב זצ"ל געקומען קיין אמעריקע און איז געווארן אן איידים ביי רבי בנימין חיים פעלדמאן זצ"ל דער שווער פון כ"ק הגה"צ רבי יצחק טוביה ווייס גאב"ד העדה החרדית, די רב האט געדינט פאר איבער א יובל יארן אלס רב אין קהל עדת יראים אין סיגעיט ווי ער האט געפירט די קהילה לשם ולתפארת.
דער רב זצ"ל האט אויפגעשטעלט א דור פון בנין וחתנין רבנן וואס גייען אין זיינע הייליגע דרכים, די זוהן זענען הרבנים הגאונים הצדיקים מלימינוב שליט"א, רב הצעיר ד׳סיגעיט שליט"א, אב"ד לאסק שליט"א, דומ"ץ סיגעיט שליט"א, און רב ביהמ"ד ישמח משה קר"י שליט"א, די איידימער זענען הגאונים הצדיקים רב דקהל ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א, אב"ד אוהעל וויליאמסבורג שליט"א, אב"ד קנין תורה שטראסבורג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אב"ד קלעסאן שליט"א, און גאב"ד תפארת אליעזר שליט"א.
די לעצטע פאר יאר אין דער רב געווען זייער שוואך און אין די לעצטערע וואכן האט ער זיך געפינען אין שפיטאל, די נאכט האט די רב אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה במעמד פון די קינדער און אייניקלעך.
די מסע הלויה וועט ארויסגיין היינט מאנטאג 10 אזייגער אינדערפרי פון ביהמ"ד קהל עדת יראים סיגעיט ווי טויזנטער וועלן זיך באטייליגן אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן רב וואס איז געווען א שריד לדור דעה פונעם פריערדיגע דור.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף את ה'.
Jd media
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:10 am
דורך פשוטער איד
פשוטער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 5:40 am
פארלוירן יארן צוריק א טאכטער א מיידעל וואס איז געווען אלערדזשיק צו מיליכיגס, געגעסן א פארעווע טשאקלאד וואס האט יא געהאט עפעס מילך דערין און ל"ע אוועק פון די וועלט
סארי; דאס איז געווען א אייניקעל
זיין טאכטער איז ארויסגעפאלן פון פענסטער רח"ל
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:15 am
דורך הימל
לוי'
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:50 am
דורך נחל
ברוך דיין האמת
מיט די הסתלקות פון סיגעיטער רב זצ"ל ווערט איבערגעריסן נאך א בריקל צום אמאל.
דער רב זצ"ל איז געווען א דוגמא פון א פארצייטישער בנש"ק. א מדקדק במצות אויף א געוואלדיגער פארנעם, א מתנהג בחסידות פאר זיך אליין אן איינער זאל דארפן וויסן, נאר זיינע חשובע קינדער האבן עס אלע יארן געזען אין שטוב, ער האט זיך געפירט צווישן מענטשן ווי נאך א בנש"ק און אין שטוב האט מען געקענט זען חסידות ופרישות.
יענע יארן נאכן קריג האבן זייער ווייניג רעבישע קינדער געקענט מצליח זיין אין רעביסטיווע, דער רב זצ"ל איז געגאנגען ארבייטן פאר פרנסה, תורתו קבע און מלאכתו ארעי איז אלעמאל געווען (כ'האב עס קיינמאל נישט מברר געווען צו מרן מסאטמאר זצ"ל האט אים געהייסן גיין ארבייטן ווי פאר אנדערע, אבער ס'איז שטארק מסתבר).
ער האט זוכה געווען צו וואס אסאך וואס האבן געפירט רעביסטיווע האבן נישט זוכה געווען. ממש אלע זיינע קינדער זענען תלמידי חכמים ומרביצי תורה, רבנים ומורי הוראה בישראל, כולם אהובים כולם ברורים.
שווער צו גלייבן אז ס'איז נאך געבליבן היינט אזא קאליבער רב/בנש"ק אין די יארן. ער איז געווען אין אוישוויץ אלס נישט אזא אינגער בחור, ער איז אדורך דעם גיהנם און אויפגעשעלט א דור נאכן קריג.
זאל זיין זכות מגין זיין פאר אלע קרובים און גוטע פריינט און פאר גאנץ כלל ישראל.
תנצב"ה
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:52 am
דורך לעבער מיט שוואמען
מיט האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י שליט"א
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:55 am
דורך בערל דער פייפער
ווי אלט?
וויפל געשוויסטער? נעמען?
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:57 am
דורך טיפע טאשן
נאך מיטגעהאלטן די פופציגסטע יארצייט סעודה פון זיין פאטער זצ"ל, דעם מוצאי שבת שמות (ש"ק איז געווען די יארצייט - כ"ה טבת) אין זאל פון ויואל משה אין וומ"ס, וואו די גאנצע פארצווייגטע ווייטצענער משפחה איז זיך צוזאמגעקומען
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:29 am
דורך בערל דער פייפער
חכם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 11:04 pm
ברוך דיין האמת, א גרויסע פארלוסט!
די צורה, א רבישע לעכטיגע צורה!
זיין שטענדיגע שמייכל!
Re: בד"ה הגה"צ רבי יקותיאל יהודה מייזליש ז"ל - גאב"ד סיגעיט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:31 am
דורך פארפאלענער
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 8:55 am
ווי אלט?
וויפל געשוויסטער? נעמען?
געשוויסטער פון זיין טאטע פון נאכן קריג
[הרבנית האלפערין ע"ה מהענדן, לאנדאן]
הרבנית מפאפא ב"פ
הרבנית מנירבאטור
הרב מקיט"ל מאנטריאל
הרב מווייטצען לאנדאן
הרב מניימארק
הרבנית משיקאגא
הרבנית מוואוידיסלאוו
הרב מלייפניק