בלאט 1 פון 1
שטריימל עדווייס
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 8:34 pm
דורך ביינישקע טייטלבוים
איך זיך צי קויפן א נייע שטריימל, ב״ה מיין שטריימל האט מיך ערליך געדינט פאר די לעצטע יאר צענדליג, אבער לעצטנס האט ער גראדואירט און ער איז געווארען א רעגן שטריימל, אלץ חתן האב איך געוויסט יעדע פאליטיק מעלה און חסרון פון יעדע קאמפאני אבער יעצט האלטנדיג אפאר קינדער און אסאך דזשאבס שפעטער האב איך שוין פארגעסן די גאנצע גירסא דינקותא, נו זאל דער עולם ביטע אריינקומען מיט רעקעמענדעשענס.
(און אויב ביסטו א אגענט זאלט איר עס ביטע דיסקלאוזן)
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 9:22 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואסערע שטריימל זוכסטו? ביליג, שיין, קוואלעטי,אמאליג?
געווענליך איז די תירוץ: אלע אויבנדערמאנטע...
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 9:32 pm
דורך פופציגער
איך האב געהאט א גוטע עקספיריענס מיט א 3500 דאלערדיגן פון מיללער.
צום באטאנען אז איך האלט בשיטה נישט פון טייערע שטריימלעך, סא אויב זוכסטו טייער נעם נישט מיין עדווייז
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 10:21 pm
דורך ביינישקע טייטלבוים
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:22 pm
וואסערע שטריימל זוכסטו? ביליג, שיין, קוואלעטי,אמאליג?
געווענליך איז די תירוץ: אלע אויבנדערמאנטע...
עקזעקטלי!
רעאליסטיש גערעדט נישט קיין יואלי לאנדאו שטריימל און נישט קיין קרן חתנים שטריימל, מער אזא טאיאטע סיענע שטריימל!
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:48 pm
דורך מיילעך פריילעך
נעם א 2200 שטריימל פון קרויס.
איך זאג דיר עס לוינט זיך!!!
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 10:38 am
דורך פופציגער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:48 pm
נעם א 2200 שטריימל פון קרויס.
איך זאג דיר עס לוינט זיך!!!
פאר א רעגן שטריימל?
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:56 pm
דורך לאקאלער רב
פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 10:38 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:48 pm
נעם א 2200 שטריימל פון קרויס.
איך זאג דיר עס לוינט זיך!!!
פאר א רעגן שטריימל?
אפשר פאר א פורים שטריימל!?
גארנישט פערזענליך
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 12:58 pm
דורך לאקאלער רב
ביינישקע טייטלבוים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 10:21 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:22 pm
וואסערע שטריימל זוכסטו? ביליג, שיין, קוואלעטי,אמאליג?
געווענליך איז די תירוץ: אלע אויבנדערמאנטע...
עקזעקטלי!
רעאליסטיש גערעדט נישט קיין יואלי לאנדאו שטריימל און נישט קיין קרן חתנים שטריימל, מער אזא טאיאטע סיענע שטריימל!
מיללער סעיל רעקאמענדעד, און אויב דו יאגסט נישט אן דעם סעיל, גיי אריין אין געשעפט פאר פול פרייז. א טאיאטע סיענע פאר 3.5 - 4.5 וואלט געמאכט די זשאב.
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:21 pm
דורך פופציגער
סעיל היי יאר האט היבש שוואכע סחורה, איך בין נישט זיכער ס'לוינט.
א רעגולער 3.5 סיענע האט עס.
Re: שטריימעל עדווייס
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 09, 2024 10:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 10:38 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:48 pm
נעם א 2200 שטריימל פון קרויס.
איך זאג דיר עס לוינט זיך!!!
פאר א רעגן שטריימל?
ניין!!
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:01 am
דורך פליט
- IMG_20240407_235959_309.jpg (177.07 KiB) געזען געווארן 655 מאל
די שטריימלעך שפיצן פארן ארויף געפערליך...
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:25 am
דורך אינזשעניר
איך האב געקויפט פאראיאר פסח ביי קרויס'נס סעיל א הערליכן קלאסישן שטריימל פאר 2,899 און איך בין זייער צופרידן.
איך וואלט געזאגט אז עס איז מער ווי א אדעסי — טאורינג...
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:07 am
דורך אלעמאל
אסאך שטריימלעך זענען הערליך, ווילאנג עס ליגט אויפ'ן טיש / הענגער אויפ'ן וואנט.
איינמאל מ'לייגט עס אויפ'ן קאפ פון'עם באלעבוס, פארלירט עס דאס גאנצע שיינקייט.
דער שטריימל איז צו באוואונדערן, אבער מיט דער קאפ איז עס צומאל נישט קיין שותף, נישט קיין צושטעל.
לדעתי, איז סתם אזוי די גאהר שיינע שטריימלעך נישט געמאכט צו טראגן אויפ'ן קאפ.
אן הערליכן מגילה האלטער, לייג איך אויך נישט אויפ'ן קאפ.
די לעבעדיגע, וואס שאקלען זיך מיט די ווינט, מיט די רוח שאינו מצוי'ה, און אויך ביי די רוח מצוי'ה, איז דאך געמאכט פאר אן הערליכען נוי סוכה.
גארנישט מיט מיין קאפ צוטוהן.
איז פאר איהר הייבט אהן רעדן פון א שטריימאל, זייט ערשט מסביר וואס איהר זיכט.
בערך וואס פאר א געבוי און וואס פאר סארט שפיצן, דערנאך פארציילט צו איהר דארפט עס זאל זיך ענדערש האלטן דאס געשטעל, אדער וויכטיגער אז די קרני ראם זאלן בלייבן אויף ארויף.
צו איהר זענט גרייט עס נישט צו ניצען ווען עס רעגנט, שנייט, איז הייס, קאלט, ווארעם, נאס, טריקן, אדער ווען איהר זענט סתם אין א בעד מאאד.
אדער איהר ווילט עס פשוט טראגן יעדער מאל עס שיינט ארויס דאס הייליגער שבת אויף דער וועלט.
דערנאך וועלן די מבינים קענען זעהן ווער עס איז בעסער פאר אייערע צרכים.
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 08, 2024 3:27 pm
דורך וואוילער
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 10:07 am
אסאך שטריימלעך זענען הערליך, ווילאנג עס ליגט אויפ'ן טיש / הענגער אויפ'ן וואנט.
איינמאל מ'לייגט עס אויפ'ן קאפ פון'עם באלעבוס, פארלירט עס דאס גאנצע שיינקייט.
דער שטריימל איז צו באוואונדערן, אבער מיט דער קאפ איז עס צומאל נישט קיין שותף, נישט קיין צושטעל.
יא יא, וועגן דעם פירן זיך אסאך פרישע אינגעלייט צו טראגן דעם שטריימל אינעם באקס.
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:55 pm
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 3:27 pm
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 10:07 am
אסאך שטריימלעך זענען הערליך, ווילאנג עס ליגט אויפ'ן טיש / הענגער אויפ'ן וואנט.
איינמאל מ'לייגט עס אויפ'ן קאפ פון'עם באלעבוס, פארלירט עס דאס גאנצע שיינקייט.
דער שטריימל איז צו באוואונדערן, אבער מיט דער קאפ איז עס צומאל נישט קיין שותף, נישט קיין צושטעל.
יא יא, וועגן דעם פירן זיך אסאך פרישע אינגעלייט צו טראגן דעם שטריימל אינעם באקס.
אנדערע פירן זיך נישט צו האבן א שטריימל וואס מען דארף טראגן אין די באקס. אנדערער איז פון זיי
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 10:55 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 3:27 pm
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 10:07 am
אסאך שטריימלעך זענען הערליך, ווילאנג עס ליגט אויפ'ן טיש / הענגער אויפ'ן וואנט.
איינמאל מ'לייגט עס אויפ'ן קאפ פון'עם באלעבוס, פארלירט עס דאס גאנצע שיינקייט.
דער שטריימל איז צו באוואונדערן, אבער מיט דער קאפ איז עס צומאל נישט קיין שותף, נישט קיין צושטעל.
יא יא, וועגן דעם פירן זיך אסאך פרישע אינגעלייט צו טראגן דעם שטריימל אינעם באקס.
אנדערע פירן זיך נישט צו האבן א שטריימל וואס מען דארף טראגן אין די באקס. אנדערער איז פון זיי
#גם אני חסיד
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: זונטאג אפריל 21, 2024 4:52 pm
דורך ביינישקע טייטלבוים
אלעמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 10:07 am
אסאך שטריימלעך זענען הערליך, ווילאנג עס ליגט אויפ'ן טיש / הענגער אויפ'ן וואנט.
איינמאל מ'לייגט עס אויפ'ן קאפ פון'עם באלעבוס, פארלירט עס דאס גאנצע שיינקייט.
דער שטריימל איז צו באוואונדערן, אבער מיט דער קאפ איז עס צומאל נישט קיין שותף, נישט קיין צושטעל.
לדעתי, איז סתם אזוי די גאהר שיינע שטריימלעך נישט געמאכט צו טראגן אויפ'ן קאפ.
אן הערליכן מגילה האלטער, לייג איך אויך נישט אויפ'ן קאפ.
די לעבעדיגע, וואס שאקלען זיך מיט די ווינט, מיט די רוח שאינו מצוי'ה, און אויך ביי די רוח מצוי'ה, איז דאך געמאכט פאר אן הערליכען נוי סוכה.
גארנישט מיט מיין קאפ צוטוהן.
איז פאר איהר הייבט אהן רעדן פון א שטריימאל, זייט ערשט מסביר וואס איהר זיכט.
בערך וואס פאר א געבוי און וואס פאר סארט שפיצן, דערנאך פארציילט צו איהר דארפט עס זאל זיך ענדערש האלטן דאס געשטעל, אדער וויכטיגער אז די קרני ראם זאלן בלייבן אויף ארויף.
צו איהר זענט גרייט עס נישט צו ניצען ווען עס רעגנט, שנייט, איז הייס, קאלט, ווארעם, נאס, טריקן, אדער ווען איהר זענט סתם אין א בעד מאאד.
אדער איהר ווילט עס פשוט טראגן יעדער מאל עס שיינט ארויס דאס הייליגער שבת אויף דער וועלט.
דערנאך וועלן די מבינים קענען זעהן ווער עס איז בעסער פאר אייערע צרכים.
א שיינע שטריימעל צו טראגן א יעדע שבת קיין נפקא מינא וויאזוי די קאפי געלונגט און צו כ׳האב געדענקט צו נעמען די פילן יענע טאג.
Re: שטריימל עדווייס
געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 12:10 am
דורך טובי' שרייבער
וואספארא שטריימל איז טעיאטע קעמרי?...