בלאט 1 פון 1

דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 4:42 pm
דורך פופציגער
א פרייליכן זונטאג.

היינט גיימיר רעדן פון א נושא וואס פאדערט א שטאנדהאפטיגע אויפוואכונג ביים היימישן ציבור, א נושא וואס איז פאר לאנגע יארן פארזען געווארן, א נושא וואס איז בבחינת חי' נושא את עצמו, עס איז ווי פון זיך אליינס געווארן א נושא, און זינט דאן איז עס נושא והולך, און היינט וועמיר דא אביסל אדרעסירן דעם נושא מיט די נושאי כלים.

אין א שמועס מיט עטליכע חברים, זעמיר געקומען צום באשלוס אז ס'צייט צו אויפדעקן דעם שלייער פונעם אלעמען באקאנטן "שוואגער".

וועלכע שוואגער? אה, סא ס'איז דא א שוואגער, און נאכדעם איז דא א "שוואגער" בה"א הידועה, און עס לאזט זיך זאגן אז פאר דעם שוואגער איז דער טיטל שוואגער באשאפן געווארן, און די אנדערע האבן עס נאר געבארגט.

דער שוואגער איז א כאראקטער וואס מאכט זיך אין יעדע משפחה, און א משפחה אן א שוואגער איז ווי א גארטל אן א בעקיטשע.

דער שוואגער איז געווענליך דער וואס:

-- וועט שטארק שאקלען זיין האנט ביים געבן מזל טוב ביי דיין וואכנאכט, מאכנדיג דערביי ווילדע מאנעווערעס ווי אן אנטלויפנדער שיף פון נוקלעארע ים רויבער.

-- וועט ביים זעלבן וואכנאכט שיסן ברכות און עטליכע מאל אינמיטן פארהאנקערט ווערן און נעמען אזא רואיגע פאר סעקונדעס צו מח-שטורעמען נייע סארט ברכות, קומענדיג פון אלע דירעקציעס און אין אלע פארעמען, א שטייגער ווי "זאלסט אייביג האבן א שמייכל ברייטער ווי דיין גראבע ברודער, כיכיכי" אדער "זאלסט האבן אזוי באנטש געלט אז זאלסט קענען לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ, כיכיכי עגעין" וכו' וגו', און אה, ער וועט עס טון דוקא ווען 6 מענטשן שטייען ווי אורחים און ווארטן צו געבן מזל טוב, אויב איז איינער פון די ווארטנדע דיין בעה"ב אדער איינער וועמען דו ווילסט צייגן רעספעקט איז נאך בעסער, און ער וועט טאטאל איגנארירן דעם ליין נעמענדיג זיין צייט נאך אריינצואווארפן וויצן אז ער איז גרייט אנצונעמען סנדקאות אדער כהן ביים פדיון הבן ווען ס'איז דיין פיפטע קינד.

-- עסט די זופ הויך אויפ'ן קול, און שרייט אריין זיין מיינונג אינעם שמועס דוקא ווען ער האט א מויל פול מיר צעקייטע סעלמאן פיש און כריין.

-- כאפט אראפ דעם נייעם הוט פונעם חתנ'ס ברודער צו מאכן לופט פאר'ן חתן אינמיטן טאנצן, אבער ער וועט עס נאר טון ווען דער חתן האלט אינמיטן א פייערדיגן טאנץ מיט א נאנטן חבר. דאן וועט ער אריינשטורעמען מיט א בענקל און אראפצווינגען דעם חתן דערויף און אים מאכן לופט מיט'ן אומשולדיגן הוטל צעקנייטשט צווישן די פינגער בשעת ווען ער זעצט אראפ א שטומפיגן קאדאטשקע.

-- וועט ביים שבת שבע ברכות אנהייבן דעם פארוועלקטן "קעיסער קעיהעיהעיסעעעערררר..." אין א הויכן טאן, און ביים הויכן פאל וועט ער פונקט דארפן ארויסגיין און לאזן די פאמיליע מיטגלידער זיך ספראווען מיט די איבערגעריסענע שטים-בענדער ביים "כתר כתר כתר יתנו לעכאָאָאָהאָאָאָהאָאָאָהאָאָאָ!!!" - און דאס איז שבת צופרי, נאך וואס נעכטן ביינאכט האט דער זעלבער אידיאט אנגעהויבן "והוא יושיעינו" פונקט ווען דער ציבור האט געקייט די רעטעך און אנגאזשירט דעם קינדער טיש זאל נאכזינגען "הן גאלתי" שעכטנדיג דעם ניגון מיט אלע סימנים.

-- וועט די ערשטע אנקומען צו זיין ערשטע קוזינ'ס חתונה מיט'ן שטריימל בעקיטשע גלייך פון כולל, און זיך נישט אויפהערן אפרעדן פארוואס מ'סערווירט נישט קיין פולער נאכטמאל ביי קבלת פנים.

-- פארשטייט צו חינוך, וואקסינען, טעראפי, רבנים, אמעריקאנע פאליטיק, קארופציע, פרייזן, אבער קען נישט אויסרעכענען זיין אייגענעם בודזשעט.

-- דאוונט סתם אזוי מנחה אינדערוואכן מיט'ן טיש בעקיטשע, שטייפן גארטל, און שטאפענעם הוט. נישט ווייל ער האט א חתונה און נישט ווייל ער גייט סתם אזוי א שטאפענע הוט, נאר סתם ווייל ער גלייכט דעם סטייל.

-- וועט פארפירן ביים פענסי שמחה אויפ'ן פירצה פון סערווירן א שיינעם פארציע אנשטאט די טראדיציאנאלע איימערצוויבל.

-- וועט דיר אריינ'פסק'ענען אזוי מיט אזא וויצל אויף דיין נייע פענסי ברילן וואס בעצם פאסט עס נישט פאר א חסידיש אינגערמאן.

-- וועט אנהייבן זינגען הויך אויפ'ן קול משה גאלדמאן ניגונים ווען דער קליינער בחור שוואגערל האט אנגעהויבן דעם היינטיגן "לאמיר מאכן קידוש" ביי די שבת סעודה ה"י.

-- בויט זיין סוכה מיט ווייניג סכך אז זיינע זמירות אין די סוכה זאלן גוט אפהילכן אינעם גאנצן ארום, זאלן די שכנים הערן וואס הייסט שיינע געזאנגען.

-- העפענס טו בי, מיט די אלע גוטע זאכן, ווען דו ווילסט בארגן געלט וועט טאקע דער שוואגער זיין דער איינציגער וואס וועט עכט זוכן דיר צו העלפן...

און אזוי קען מען זאגן און זינגען... יעדער האט אזא שוואגער, און מאכט נישט קיין טעות, אזא שוואגער דארף נישט דוקא זיין משפחה פארבינדעט... יעדער האט אין זיין צירקל איינעם אזא "שוואגער כאראקטער" וועמען ער קען אידענטיפיצירן מיט די שוואגעריסטישן שטריכן.

אין קורצן, דער שוואגער איז אזא לעבעדיגער מענטשליכער זונטאג.

א פרייליכן זונטאג אייך אלע.

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 4:49 pm
דורך שמייכלדיג
:lol:

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 5:01 pm
דורך פעיק ניוז
דער שוואגער זאל זיין געזונטאגט, כצ"ל.

פאסט נישט פאר דיר, פופצי, צו פארזען אזאנס.

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 5:22 pm
דורך וואוילער
נאך א מזל האסט צוגעלייגט אז ס'מוז נישט זיין משפחה...
מ'קען אויך צוזאם שטעלן עטליכע מענטשן?

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 5:26 pm
דורך קיינמאל
שיין שיין

איך בין נאר נייגעריג ווער דיין שוואגער איז

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 5:26 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 4:42 pm א פרייליכן זונטאג.


-- כאפט אראפ דעם נייעם הוט פונעם חתנ'ס ברודער צו מאכן לופט פאר'ן חתן אינמיטן טאנצן, אבער ער וועט עס נאר טון ווען דער חתן האלט אינמיטן א פייערדיגן טאנץ מיט א נאנטן חבר. דאן וועט ער אריינשטורעמען מיט א בענקל און אראפצווינגען דעם חתן דערויף און אים מאכן לופט מיט'ן אומשולדיגן הוטל צעקנייטשט צווישן די פינגער בשעת ווען ער זעצט אראפ א שטומפיגן קאדאטשקע.
א פרייליכן זונטאג פאר דיר אויך...

גראדע די דאזיגע שורה האט זיך לכאורה ארויסגעגליטשעט פון די "עלטער פעטער זאל זיין געזונט" טעמע....

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:07 am
דורך פליט
:lol:

א מין זונטאג ארטיקל דאס

איך געדענק נאך דעם שוואגער אלץ בחור, אוי איגעווען צייטן מיט אים...

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:03 pm
דורך העלדיש
יע יע

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:09 pm
דורך פופציגער
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 5:22 pm נאך א מזל האסט צוגעלייגט אז ס'מוז נישט זיין משפחה...
מ'קען אויך צוזאם שטעלן עטליכע מענטשן?
שוין אמאל געטרייט צו צוזאמשטעלן עטליכע מענטשן זאלן ווערן איין שוויגער?

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:02 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווען דו דארפסט 'וויכטיג' צען טויזענט דאלער צו בארגן ווייסטו צו וועם צו גיין???...

Re: דער שוואגער זאל זיין געזונט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:49 pm
דורך פארפאלענער
מצוה טאנץ האסטו אויסגעלאזט...