בלאט 1 פון 1

? (... .... ... ... ן)

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:32 pm
דורך העלדיש
רינג רינג…

העלאו?

יא, דו הערסט מעך?

יא יא, וואס ווילסטו?

אוקעי די מעשה איז אזוי, לאמיך עס מאכן זייער שארט צו די פאינט, איך האב קניינעהארע חתונה געמאכט לעצטע יאר א קינד, שוין מיין דריטן טאכטער וואס איך מאך חתונה קעניינעהארע, הערסטע? און זיי האבן זיך אריינגעצויגן אין א 'וואן בעדרום' אפארטמענט און א אפארטמענט בילדינג, דא אין בארא פארק...

ביסט נאך מיט מיר? למעשה ב''ה זיי האבן געהאט א צווילונג לעצטע חודש און זיי 'פיטן' שוין נישט אריין אין די קליינע דירה, קודם האבן זיי געטראכט אז זיי וועלן זיך אן עצה געבן אבער ווייסטאך די קינדער דרייען איבער פון מאל צו מאל און עס איז זייער שווער אין אזא פיצי דירה'לע. האבן זיי דיסיידעט אז זיי ווילן מופן צו א 'טאא בעדרום אפארטמענט', סאו מיין קוועסטשען איז; דו האסט אזעלכע זאכן?

ניין איך האב נישט יעצט…

אוי, א שאד…

ביי דעם פונקט האט די בראוקער שנעך אראפגעלייגט די פאון.



דינג דינג דינג…

העלאו?

יא, איז דעיס די בראוקער?

יא.

האסט א טאא בעדרום אפארטמענט יעצט?

ניין, אנטשוליגט.

אוקעי, אויב ס'מאכט זיך עפעס רוף צוריק.



מיר האבן יעצט אראפגעברענגט צוויי טעלעפאן רופן וואס זענען אריינגעקומען צו א בראוקער. ווער קען זאגן, וואס איז די חילוק צווישן איינס און צוויי?

אין איין ווארט; דע ערשטע האט נישט געהאט קיין ברית, די צווייטע יא.

ס'איז נישט קיין נייעס אז די נשים זענען באשאנקען געווארן מיט תשעה קבין, מ'זעט שוין א מקור פאר דעם אין די מגילה.

המן איז אהיים געקומען צו זיין ווייב אינגאנצן באבלאזן ''מרדכי בוקט זיך נישט פאר מיר'' האט ער געשריגן ווי א וואנזיניגער. זיין ווייב איז אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק. א געדאנק וועלכע איז איינגעטיילט אין פולע חלקים.

וואס? גיי נעם א שטיקל האלץ... און גיי צום קעניג.. און בעט אים.. בלא בלא בלא… פארוואס רעדסטו זוי פיל? קיינער וויל נישט הערן דיינע דרשות. קאט די קרעפ.

זאג אזוי - הענג אויף מרדכי. פינטל.

מכאן ראי' לתשעה קבין מן התורה…

Re: ?

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:37 pm
דורך פופציגער
זייער גוט....

טאקע קיינמאל אריינגעטראכט דערין... גיי נעם א האלץ. נעקסט: שטעל עס אויף אין חצר. נעקסט: מארגן גיי צום מלך. נעקסט: ביסט שוין דארט? אקעי זאג אים מ'זאל דעם מרדכי'נען א הענג טאן.

אזוי גייט עס מיט די זרש'עס...

Re: ?

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 2:44 pm
דורך העלדיש
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 2:37 pm זייער גוט....

טאקע קיינמאל אריינגעטראכט דערין... גיי נעם א האלץ. נעקסט: שטעל עס אויף אין חצר. נעקסט: מארגן גיי צום מלך. נעקסט: ביסט שוין דארט? אקעי זאג אים מ'זאל דעם מרדכי'נען א הענג טאן.

אזוי גייט עס מיט די זרש'עס...
יעשו עץ חמישים אמה... ובבוקר...

Re: ? (... .... ... ... ן)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:33 pm
דורך דער תהלים איד
חא חא... איז דאס א מחשבה.

דיין משל איז נאך בעסער ווי די נמשל. גוט גוט גוט.

Re: ? (... .... ... ... ן)

געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:49 pm
דורך טיפע טאשן
:lol: :lol: :lol:

צום פינטל.

Re: ? (... .... ... ... ן)

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 8:24 am
דורך מיינע פאעזיעס
א גוטע ראיה מין התורה!!!