בלאט 1 פון 2
אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 02, 2024 8:36 pm
דורך Spa 42
א 15 יעריגע מוסלומענער האט געשריגן היינט מוצש"ק אין ציריך שווייץ, "טויט פאר די אידן" און דערנאך האט ער געשטאכן א איד פון מאנסי וואס איז ערענסט פארוואונדעט געווארן, ה"י.
די אנטיסעמיט איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום די וועלט.
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 02, 2024 9:05 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 02, 2024 8:36 pm
א 15 יעריגע מוסלומענער האט געשריגן היינט מוצש"ק אין ציריך שווייץ, "טויט פאר די אידן" און דערנאך האט ער געשטאכן א איד פון מאנסי וואס איז ערענסט פארוואונדעט געווארן, ה"י.
די אנטיסעמיט איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום די וועלט.
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 02, 2024 9:24 pm
דורך פליט
לאמיר בעטן פארן געשטאכענע "מאיר צבי בן שרה" לרפ"ש
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:35 pm
דורך Spa 42
היימלאַנד זיכערהייט דעפארטמענט פון רוסלאנד האט געכאפט און גע'הרג'ט א גרופע טעראריסטן וואס האבן געפלאנט א טעראר אטאקע אויף א שוהל אין מאסקווע רוסלאנד.
די עף. עס. בּי. האבן געטראפן אינעם היים גאר אסאך געווער און מאטריאל צו קענען פראדוצירן באמבעס, ה"י.
ווידיאו נישט פאר שוואכע הערצער.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:36 pm
דורך Spa 42
פלאש באמבעס זענען געווארפן געווארן אויף קבר מרדכי ואסתר אין איראן.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:47 pm
דורך העלדיש
Spa 42 האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 12:36 pm
פלאש באמבעס זענען געווארפן געווארן אויף קבר מרדכי ואסתר אין איראן.
אבער איראן האט נישט קיין פראבלעם מיט אידן בלויז אקעגן מדינות ישראל... זיכער.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 6:15 am
דורך פליט

- IMG_20240404_061326_083.jpg (299.73 KiB) געזען געווארן 887 מאל
שאקירנד: א הויז פון א מלחמה איבערלעבער אין פלעראן בעלגיע, איז געווארן וואנדאליזירט, מיט א האקנקרייץ און באפריי עזה גראפיטי.
קרעדיט

אידישער ווינקל

Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:09 am
דורך פליט
בלוט בלבול תשפ"ד: סידני - אין די שעות נאך א שטעכעריי אטאקע וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם שבת אין א שאפינג צענטער אין שטאט ווי א מערדער האט אומברענגט 6 מענטשן בעפארן עלימינירט ווערן דורך די פאליציי, זענען ערשינען באריכטן אויף סאציאלע מידיע אז א אידישע סטודענט פון סידני מיטן נאמען בען כהן איז דער מערדער.
אנטיסעמיטישע אקטיוויסטן האבן געפיטערט די באשולדיגונג מיט העצע און מיט זייערע קרומע קעפ ערקלערט אז אידן זענען די איינציגע וואס קענען דורכפירן אזא ברוטאלע שחיטה, דער באשולדיגונג האט געמאכט איר וועג צו איינע פון די גרויסע טעלעוויזיע סטאנציעס אין אוסטראליע וואס האט צוגעגעבן פאר די אמת׳דיגקייט פון דער באריכט.
עס האט גענומען פאר די פאליציי 18 שעה ביז זיי האבן ארויסגעגעבן די נאמען פונעם עכטער מערדער דזאועל קאוצי, און ביז דעמאלטס האבן איבער א האלבע מיליאן אינטערנעט באנוצער געזען און געגלייבט דער לעכערליכע בלוט בלבול, בען און זיין פאטער מארק כהן האבן געזאגט פאר די ארטיגע מידיע אז זיי וועלן מעגליך ברענגן קלאגעס אין געריכט קעגן די טעלעוויזיע סטאנציע וואס האט פארשפרייט דעם בלבול.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:03 pm
דורך Spa 42
עטליכע שוהל אין מאנהעטן האבן באקומען באמבע סטראשונגען אין משך פון שבת.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: זונטאג מאי 05, 2024 3:16 am
דורך שמח
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:03 pm
עטליכע שוהל אין מאנהעטן האבן באקומען באמבע סטראשונגען אין משך פון שבת.
השם ירחם!
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 1:27 pm
דורך Spa 42
א שוהל אין טאראנטא איז געווארן וואנדאלאזירט און אויסגעשאסן די פענסטער, שוין די צווייטע מאל אין די לעצטע פיר וואכן.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 3:09 pm
דורך איטשע
קרעדיט: דער יוד טעגליך
פראנצויזישע אידן שאקירט נאך פייער אטאקע אויף שוהל
פּאריז – פראנצויזישע פּאליציי אפיצירן האבן געשאסן און אומגעברענגט א באוואפנטער פּארשוין וועלכער איז פארדעכטיגט געווארן אין אונטערצינדן א פייער וואס האט פארשווארצט און געשעדיגט א שוהל אין דער שטאט רוען אין נארמאנדי, פראנקרייך.
פראנקרייך'ס אינערן מיניסטער זשעראלד דארמאנין האט געזאגט אז דער פּארשוין, אן אימיגראנט פון אלדזשיריע, האט אונטערגעצינדן דעם שוהל פרייטאג פארטאגס און ווען פּאליציי זענען אנגעקומען האבן זיי געזען דעם באוואפנטן פּארשוין אויפן דאך.
דער פּארשוין איז געווען באוואפנט מיט א מעסער און א גרויסע אייזערנע שטאנג און ווען די פּאליציי האט אים פּרובירט צו ארעסטירן, איז דער פּארשוין געלאפן אין ריכטונג פון אן אפיציר מיט'ן מעסער, וואס דאן איז ער געשאסן און אומגעברענגט געווארן.
די לאקאלע אידישע געמיינדע זאגט אז דער שוהל פון אינעווייניג איז שווער פארשווארצט און פאררויכערט געווארן פונעם פייער, מיט מינימאלע שאדנס צו פארשידענע איינריכטונגען. דער ארון הקודש איז געשעדיגט, אבער בחסדי ה' אלע ספרי תורה זענען גאנץ.

- unnamed.jpg (100.52 KiB) געזען געווארן 727 מאל
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: פרייטאג מאי 24, 2024 12:01 am
דורך Spa 42
א פארשוין איז איבערגעפאלן און אנגעהויבן צו צושלאגן א איד אין ציריך שווייץ, דער איד האט מקיים געווען דעם הבא ל.. השכם ל... און אראפגעווארפן דעם פארשוין צו די ערד, און אים אנגעהאלטן ביז פאליציי איז אנגעקומען און ארעסטירט דעם אָגלי אנטיסעמיט.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:45 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א פארשוין האט ארייגעשאסן עטליכע קוילן אינעם בעלזע ישיבה אין מאנטרעאל אינמיטן די נאכט. קיינער איז נישט געווען אינעם בנין. פאליציי קוקן איבער סעקיוריטי קעמרעס פון די ארומיגע גאסן צו קומען אויף זיינע שפורן.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 10:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א ווייסע סופרעמאסיסט וואס האט וואנדאליזירט א שול אין מישיגען און אנגעפירקלט האקענקרייצן און אנדערע אנטיסעמיטישע סימבאלן איז פאראורטיילט געווארן צו 26 חדשים אין טורמע.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א פארשוין האט אטאקירט א רב אין מאנהעטן נעבן זיין שול. נישט קיין ערנסטע וואונדן ב"ה. מ'זוכט אים נאך.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 1:13 pm
דורך Spa 42
א אידישע רעסטאראנט אין מיאמי איז געווארן געפירקעלט מיטן פרי פאלעסטיין סלאגאן.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 3:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א שיסעריי פארנט פון א שול אין וואשינגטאן סטעיט. ב"ה קיינער פארוואונדעט. מ'זוכט נאך דעם שיסער.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 12:12 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צווי בתי חיים זענען וואנדאליזירט געווארן אין סינסינעטי וואו 167 מציבות זענען ליידער געשעדיגט געווארן.

- NISSN5GJQVGLTL66YYOZAY2UTQ.jpg (90.67 KiB) געזען געווארן 455 מאל
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 12:12 pm
צווי בתי חיים זענען וואנדאליזירט געווארן אין סינסינעטי וואו 167 מציבות זענען ליידער געשעדיגט געווארן.NISSN5GJQVGLTL66YYOZAY2UTQ.jpg
ביידען פארדאמט.

- IMG_7362.jpeg (109.38 KiB) געזען געווארן 431 מאל
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:50 am
דורך שאינו יודע לשאול
אנטיסעמיטיזם אין פראנקרייך.

- 52563_tumb_750X480.jpeg (90.92 KiB) געזען געווארן 393 מאל
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 2:34 am
דורך פליט

- IMG_20240712_093329_310.jpg (63.3 KiB) געזען געווארן 372 מאל

- IMG_20240712_093328_917.jpg (63.79 KiB) געזען געווארן 372 מאל
א פארברעכער צינד אונטער א חברה הצלה קאר אין מאנהעטן
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 11:08 pm
דורך Spa 42
פליט האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:34 am
IMG_20240712_093329_310.jpgIMG_20240712_093328_917.jpgא פארברעכער צינד אונטער א חברה הצלה קאר אין מאנהעטן
מ' האט אים היינט געכאפט און ארעסטירט.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 12:29 am
דורך Spa 42
א באס פון מוסדות באבוב איז געטראפן געווארן פארברענט היינט פארטאגס אין טאראנטא.
קוקט אויס צו זיין בייזוויליג אונטערגעצינדן, נאך וואס נישט אידישע באסעס וואס זענען געווען דערנעבן, זענען נישט פארברענט געווארן.
Re: אנטיסעמיטיזם ארום דער וועלט
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 12:41 pm
דורך Spa 42
די פענסטערס פון ביהמ"ד קהל אהבת ישראל אין האליוואוד קאליפארניע איז געווארן אויסגעשאסן דורך וואנדאלן, די צווייטע מאל אין די לעצטע 2 וואכן.