בלאט 1 פון 1
מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:39 pm
דורך נקודות טובות
פאר באקוועמליכע סיבות ווילן מנהלים אפטיילן זייער פירערשאפט פון זייער אנוועזענהייט דא אויפן פארום. און פאר דעם צוועק מאכן זיי זיך (לכה''פ) נאך א ניק, חוץ פון זייער שרעקווארפענדע רויטע/גרינע ניק. און מיט די ספער ניק שפאצירן זיי ארום צווישען די טישן ווי ציווילע בירגער, אן דעם וואס איינער זאל זיי פארדעכטיגען.
מאכט זיך אמאל אז א ציווילע ניק שיקט א מעסעדזש פאר א מנהל, אבער דער מנהל איז בשעת מעשה אקטיוו מיט זיין ציווילע ניק, און ווייסט בכלל נישט אז איינער זוכט אים. דאס איז שוין אביסעל קאמפליקעיטעד. אויב לאגט ער אריין יעדע פאר שעה צו זיין רויטע ניק, איז עס טאקע נישט געפערליך. אפאר שעה סבלנות מעג מען דאך האבן. אבער די פראבלעם איז אז דאס קען אסאך מאל געדורען עטליכע טעג ביז ער לאגירט צוריק אריין מיט זיין רויטע/גרינע ניק. וואס איז די עצה? זאלן די מנהלים פאבלעצירן זייער צווייטע ניק? דאס זיכער נישט! סא וואס יא?
@ווירקליך איך האב אייך געשיקט אן אישי, ביטע ליין עס ווען דו האסט א שאנס. יישר כח!
און BTW יעצט הויב איך הערשט אן כאפן די עמקות פון דיין אינטערשריפט...
Re: מנהל איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:04 pm
דורך ווירקליך
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 12:41 pm
דורך נקודות טובות
מיינטס אז איך פארשטיי דיר נישט?
דאנערשטאג הייבט זיך שוין אן ביי דיר די הכנות צום שבת קודש. ליל שישי הייבט זיך אן די נאכט מיט די טעגליכע תורתך שעשועי שיעור, עס פארט אריבער צו חומש רש"י מיט רמב"ן און אור החיים הק'. די נאכט ענדיגט זיך מיט צוויי שעה זוהר הק', איר גייט אין מקוה, און זאגט דעם יום שישי פון תהלים, דערנאך גייט איר דאווענען.
שיחות חולין פרייטאג מאן דכר שמיה, די מינומעם שבמינומעם, און זעלבסט פארשטענדליך נאר בלשון הקודש. איר שפאצירט אהיים פון בהמ"ד מיט א שיעור פון רבי צבי מאיר וואס איר הערט מיט די אלטע שווארצע איר פאונס (וואס די ספאנדזשעס זענען שוין אראפגעפאלן) וואס איז מחובר צום אפענעם פליפ פאון. ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר גייט מען אין גראסערי מאכן די שבת ארדער, און ביי יעדע פראדוקט וואס איר ווארפט אריין אינעם וואגען מורמעלט איר זיך אונטער פרייליכערהייט לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש. ווען דער דריי יעריגס ווייזט אויף די קאלעי וואס ער וויל קויפן זאגסט אים, מי שיאכל בצים וכבד שבת בבוקר כמסורתינו מדור דור, אתן לו הרבה ממתקים לכבוד שבת קודש. דערנאך גייסטו אין מקוה לכבוד שבת קודש, אונטערזינגענדיג דערביי דעם סקולענער ישמחו במלכותך. נאך די מקוה קויפט מען געווענליך א געלע פארברענגען וויין ביים משמש, אבער די וואך איז דאך שבת מברכים האט איר זיך ערלויבט א קרים מאלאגע. א באטעל אויל מיט א פעקל קנויטן, מיט א באקס זעקס שעה'דיגע ליכט פון נר מצוה. פאר'ן באצאלען דערמאנט איר זיך אז דער פיר יעריגס ווערט פינף די וואך, און ער דארף שוין אויך א וואלענע טלית קטן לכבוד שבת, לייגט איר דאס אויך צו צום ארדער. פארשטייט זיך די אידישע באר הפרשה פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן פאר די בני בית.
איר מאכט א קאווע, נעמט צוויי קאצקע ציקערלעך מיט א שנים מקרא ואחד תרגום. איר זעצט זיך אראפ און נאך א שהכל פארבייסט איר זיך געמיטלעך אויפן קאצקע צוקער'ל זיך פארטיפט אין א לשון קדשו. איר זענט מעביר סדרה מיט די טראפען הויעך אויפן קול, און ווען איר ענדיגט נעמט איר א חתם סופר צו קענען עפעס נאכזאגן פאר די קינדער. מען גייט אהיים און מען גרייט צו די ליכט, פארשטייט זיך מיט א ווארימע וויזניצע רחם בחסדך. דערנאך לייגט איר זיך צו פאר א שעה, צו זיין אויסגערוהט לכבוד שבת. איר שטייט אויף עסט איר א סלייס פאטעיטע קוגעל, מיט א זויער פיקעל איבערגעבויגען איבער א סדרו של שבת. איר גרייט צו די בלעך, איר מאכט זיכער אז עס איז דא גרעיפ דזשאוס און סעלצער אין די פרידזש. איר מאכט זיכער אז אלע טעלעפאון רינגערס זענען אויסגעלאשען. און איר זענט גרייט צו גיין אין ביהמ"ד.
מוצאי שבת אנגעהויבען פון א האלבע שעה נאכן זמן, ביז ארום האלב פינף פארטאגס, זענט איר פארנומען צו זיך ספראווענען מיט'ן מלוה זיין די מלכא ווי עס באדארף צו זיין. און פארשטייט זיך אז נאך אזעלכע געהויבענע טעג, קומט זיך אייך א דרימעל ביז קרוב לחצות היום. ממילא איז נישט דא קיין צייט צו ליינען מעסעדזשעס.
אבער יעצט האלט מען שוין ביי חצות היום, און @ווירקליך דו קענסט שוין ליינען דיין פריוואטע מעסעדזש וואס איך האב דיר געשיקט דאנערשטאג.
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:32 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' @נקודות טובות
שוין לאנג נישט געהאט פון דיר אזא זאפטיגע קרעטשמע ארטיקל...(סארי: איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט אויף אידטיש...)
געווענליך ביסטו תוכן צו די זאך
יעצט איז עס א געשמאקס אויפן אנדערן פארנעם...
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:39 pm
דורך ווירקליך
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:29 pm
דורך נקודות טובות
איך האב געטראפען די וועג צו רופן, אדער איך האב געטראפען א וועג דו זאלסט ענדליך אויסהערן דיינע וואוימעילס און צוריק רופען?
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 7:51 pm
דורך מסתמא
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:18 pm
דורך בן תורה
@נקודות טובות ביים נעקסטן אישי וואס דו שיקסט זאלסטו ממשיך זיין וויאזוי די שבת זעלבסט איז פארריבער ביי @ווירקליך'ן
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:51 pm
דורך ווירקליך
נאך איידער כבין אריינגעקומען אין דעם אשכול... געזען ס'דא א נייע תגובה, בינעך געלאפן קוקן מיין אישי...
ליידיג...
פליז, @נקודות טובות , קענסט מיר פליז שיקן אן אישי?.. מאך מיך פילן וויכטיג...
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:18 pm
דורך Think and Thank
איך קען זיך ב"ה מצרף זיין צו די בקשה פונ'ם פותח האשכול: כבוד הרב @ווירקליך, איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש...
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:25 pm
דורך ווירקליך
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:18 pm
איך קען זיך ב"ה מצרף זיין צו די בקשה פונ'ם פותח האשכול: כבוד הרב @ווירקליך, איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש...
יא יא, כשטים צו...
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:20 pm
דורך נקודות טובות
כדי שלא לבייש זאג איך נישט וועלכע מנהל, אבער יעדע מנהל זאל קוקן ביי זיך אין אינבאקס אויב האט ער פון מיר א מעסעדזש. טאמער ביי היינט נאכט ליינט ער נישט מיין מעסעדזש גיי איך נישט האבן קיין ברירה נאר זאגן נעמען.
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 12:03 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 12:20 pm
כדי שלא לבייש זאג איך נישט וועלכע מנהל, אבער יעדע מנהל זאל קוקן ביי זיך אין אינבאקס אויב האט ער פון מיר א מעסעדזש. טאמער ביי היינט נאכט ליינט ער נישט מיין מעסעדזש גיי איך נישט האבן קיין ברירה נאר זאגן נעמען.
שוין געקוקט?
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 3:00 pm
דורך נקודות טובות
אוי וויי, די פאוסט איז געווען א טעות.
@אסמכתא בעלמא ביטע מעקן.
ווייסטו וואס? אז דו לאגסט שוין אריין צו מעקן, ביטע ליין שוין אויך מיין אישי.
Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…
געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 3:05 pm
דורך שינאווער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 09, 2025 3:00 pm
אוי וויי, די פאוסט איז געווען א טעות. @אסמכתא בעלמא ביטע מעקן.
ווייסטו וואס? אז דו לאגסט שוין אריין צו מעקן, ביטע ליין שוין אויך מיין אישי.
דו ביסט פיין...