דברים שבלב אינם דברים

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
יוסף פריידעזאהן
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 7:27 pm
x 19

דברים שבלב אינם דברים

פאוסט דורך יוסף פריידעזאהן »

דברים שבלב אינם דברים.

יוסף פריידעזאן

"א טייסטער א בונקער, א בן נח וואס איז נהרג על שווה פרוטה."

יעדער ביי אונז ווייסט עס, ווען עס קומט צו צדקה וחסד כאפט אים א מין סארט שוואכקייט, זיינע חושים פארטעמפען זיך, זיין גרימאסע ווערט פארענדעלט א נשנתה צורתו און ער עפענט אויף א מין אומהעפליכע מויל וועלכע זידט א שוימעדיגע טופח על מנת להטפיח ’’ניין, איך גיב נישט, גיי ארבעט’’ אדער ’’גיי אוועק פון דאנעט, גנב, שנארער’’ דווקא ווען עס קומט צו שימפען און אנזידלען זשאלעוועט ער נישט, נאר אדרבא, ער שנדערט ווי א פזרן א נגיד מיט א זעלטענע לב רחב.

רחב כפתחו של אולם.

עפעס איז די וועג פון הארץ צום בערזעל, פון אויער און קרעכץ צום טשעקל, זייער זייער ווייט, עס שיינט אז עס איז זומפיג און אנגעפולט מיט גרובער, מען מוז אויך זאגן אז בכלל איז די גאנצע וועג צו זיין הארץ וויסט און בא’מדבר’ט.

פארשטייט זיך אז יעדער האט שוין פראבירט און גערעדט צו אים איבער די חשיבות פון מצוות צדקה, מען האט שוין צוזאמען געווארפען א גאנצע אוצר החכמה, ליקוטים ספרים און גליונות, משלים און בראשורען איבער די ליידען וואס אחינו שבארץ הקודש ובגולה גייען אריבער, און דערנאך האט מען פראבירט צו שמעלצען דעם אייזען ווילאנג עס איז נאך הייס, אבער שטעלט זיך ארויס אז זיין הארץ איז נישט געמאכט פון אייזען נאר פון שטיין.

פון צייט צו צייט פלעגט ער זיין הארץ אויסשיבען; הלמאי וואס וויל מען פון אים, ער גיבט מתן בסתר, ער גיבט אויך שכר לימוד, ער גיבט קהילה געלט, מקוה געלט, ער צאלט טעקסעס, דאס לעבן קאסט ניש’קשה, אבער זיינע רייד פלעגט קיינעם בייאיינפלוסען, אויך נישט זיינע אראפגעשריבענע פען אויף פאפיר חשבונות.
מען האט עס אנגעקוקט ווי תירוצים פאר די וואנצען, ווי אפגעפרעגטע הווה אמינא’ס וואס די מסקנא און מציאות דייטען דייקא פארקערט.

און גאנץ שנעל האבן אלע איינגעזען אז ער איז אן איינפאכע פראסטע קמצן.

ווי שטענדיג אין אזאלכע פעלער האבן די אונטערגעשפיצטע שנארער’ס - די וועלכע האבן אלעמאל ליב אויפצווייזען זייער טאלאנט אין פאנדרעיזינג - געקומען צו אים מיט אלע סארט טאקטיקען, דער מיט א מתנה צי משל, דער צווייטער מיט א הערצליכע מזל טוב ביי א שמחה, אנדערע האבן צוגעזאגט מניינים דאווענערס אויף זיין הצלחה וכל מילי דמיטב, אבער דער האלט זיך ביי זייניגע ’’איך געב נישט! און שוין!"

גרויסע עובדי השם ביי אונז האבן אנגעהויבען שפעקולירען אז אפשר איז ער א גלגול פון יאסעלע קמצן קדוש וואס איז (נישט) בייגראבען אין קראקע און ער גייט אין זיינע דרכים, אבער נאך לייכטע אבעזערוואציעס און קלארע חשבונות איז מען געקומען צום מסקנא אז מעגליך אז ער איז א גלגול פון יאסעלע סתם, אהן דעם ’קדוש’, און נישט פון קראקע נאר פון סדום.

איינמאל א יאר פלעגט דאס פאסירען, איינמאל א יאר האט זיך זיין הארץ אויפגעפענט ווי א רחמן בן רחמן, אין די ספעציעלע טאג פלעגט וואונדער פאסירען און דאן פלעגט ער דווקא יא געבן מיט א ברייטע הארץ און גוטע אויג, יאר איין - יאר אויס פלעגן טשעקס פארן, שיינע נתינות זענען געשריבען געווארען, ער פלעגט ארויפקאטשען ארבעל און חתמ’ענען מיט א שמייכעל.

דאס פלעגט געשען יעדעס יאר אויף יום טוב פורים, דאס ערשטע יאר האט זיך עס אנגעהויבען אזוי אז גלייך ביינאכט נאך מגילה ליינען האט ער איינגעלאדענט וועמען ער האט נאר באגעגענט און אפילו נאכגעשריגען פון בית מדרש צום פאליש אז מארגען דריי אזייגער איז מען געלאדענט צו אים, ביי אים אין שטוב וועט די סעודה פארקומען און יעדער איז געלאדענט.

צומארגענס האט ער אפילו באפוילען דעם גבאי אויסצורופען הויך אז הרב שווארצמאכער לאדענט דעם גאנצע עולם צו זיין הויז דריי אזייגער שארף, מען בעט אז די עולם זאל אנקומען בגילופין.

עפעס גוט מעג געזאגט ווערן אויף אים, אז כאטש צו אנדערע איז ער געווען אן אכזר מיט א הארץ פון א גזלן, פלעגט ער אבער זיך אליין גאר שיין פארגינען, מען האט זיך געקענט לערנען אהבת ישראל פון זיין זעלבסט ליבע, א שיינע הויז, א מיני פאלאץ, א פרעכטיגע דיינינג ראם מיט טייערע מעבל, זילבערווארג און שענדיליערס, הערליכע עסצייג און בילדער, מעשה נגיד, מעשה עשיר, מעשה ומדרש, דרוש וקבל שכר, הפוך בה והפוך בה דכולה בה, ’’בה’’ מיינט ווי פארשטענדליך זיין וואוינארט.

און קינד און קייט זענען טאקע געקומען, עסן איז געווען בשפע, טרינקען מיט נאך א ברייטערע שפע, וויין און אנדערע שארפע געטראנקען האבן זיך געגאסען. פארציעס האליפטשעס, פיש און פלייש האבן זיך אויסגעמישט אין די בייכלעך וועלכע זענען אזוי אויך שוין געווען שווים באסיינען פון וויסקי און וואדקע. מזל אדר דגים האט געהערשט אין גרויסען, און כל’ערליי פישלעך; ווייסע און סאלאמאנען, ריזיגע לוויתן’ס מיט גרינצייג און סושי האבן געקלעבט אין הארמאניע ארום געפילטע פיש מיט מייערן שיצערס און סארדינען.

אינאיינעם מיט די פארשטעלטע קינדער זענען אויך די עלטערע אנגעקומען, א געווירבעל אן אנשיקעניש, א געפלוידער. די געמאכטע און אמת’ע שיכורים האבן אינאיינעם געהוליעט, געזינגען, געטאנצען, געוויצעלט (וואו שטייט טראמפ אין די מגילה? היהיהי), תורה געזאגט, פורים תורה געזאגט, חסיד’ישע מעשיות מוסיף געווען, אויפגעטוישט משלוח מנות, געשישקעט, געמישט זיסע און ביטערע וויין (מיש נישט, עס איז א סכנה), געבראכען (כ’האב דיר געזאגט זאלסט נישט טרונקען קיין זיסע וויין), גע’מנחה’ט (’’כיפער נישט, בארעכהיעבאריכשמוי’’), תשובה געטון (’’איך בין דער ערגסטער אויף די וועלט, אה נאו, איך!’’) זיך אנגעפראסקעט (טו יעצט תשובה, דו טוסט יעצט תשובה???!!! פראסק! פראסק!) זיך ארומגעהאלדזט (’’אה, זעליג, דו ביסט מיין בעסטע פרענד!’’) גערופען הצלה, (ער זעט טאקע נישט גוט אויס)
מען האט אפירגענומען עפעס א סידי פלעיער און די מוזיק הייבט די געמיטער, פריילעך, לעבעדיג.

אינמיטען די גאנצע כאאס פון פארלוירענע שאלען און געזוכטע מאנטלען, ישיבה ד’מאביל בחורים און ליהודים טאנצערס, פארשוועמטע סאלמאנען וועלכע שווימען אין אויסגעגאסענע ביר, ווייסע קיטלען מיט וויין פלעקן, כהן גדול פארשטעלאכצער מיט צעשמירטע זעברא מעיקאפ פארב זיצט אונזער באקאנטער מיט א געשוואלענע געזיכט פון קאמפלימענטען און מיט אן אלטע צעשויבערטע ירושה שטריימעל און גרינע אויפגעפאסטע כאלאט און שווענדט שיינע סכומים, הערליכע נתינות, צדקת פזרונו עשה.

אזוי אינמיטען די גאנצע טומעל און הו הא.

ער הויערט העכער דעם טשעקבוך, בנאות דשא, און שרייבט נאכאנאנד נומערן, גאנצעטע זיראו’ס, לאנגע מגילות פון נולען.

טשעקס מיט דריי נולען, פיר נולען, פינעף נולען, און פאר א מכובד’יגער איד אפילו א טשעק מיט זעקס זיראו'ס.
דער איש מכובד האט גענוצט עפעס אן אויסרייד פארוואס ער וויל נישט נעמען קיין נדבה.

דער מכניס אורח, דער קמצן דער נדיב, דער צדיק אונזערע שיינט מיט א לויטערע ריינקייט, מיט א הימלישע שיינקייט, ער האט ניטאמאל עפעס געגעסן און קוים עספיעט א שלונג פון א גלאז געבן, יעצט טיילט מען פאר אידען’ס וועגן, יעצט טוט מען גוט’ס פאר אידען!

און נאר די גאר נאנטע האבן געוואוסט תנא אמאי קאי, און נאר זיי האבן געוואוסט א זעלטענע פשט אין שמח בחור בילדותך אבער ודע כי על כל אלה יביאך ה’ במשפט, נאר זיי האבן געוואוסט אז היינט איז פורים און מארגען איז אויס.

שוין, אהיים געשלעפט די געפאלענע, געשאפט היטשעס פאר די אנטשלאפענע אויף די ערד און אויף די בענקלעך און זיך צושפרייט ווער צום שוויגער און ווער צום טיש, ווער אהיים און ווער צו די פרענדס און גרופע.

אויף צומארגענס, שושן פורים, האט זיך פריש אנגעהויבען א סקאנדאל, א בראטעל אין בית המדרש והגלילות, די טשעקלעך טויגען אויף טאשטיכלעך, עס איז ווערט אויף ארומנעמען קאצקע צוקער און קנאבעל ביי א פדיון הבן, און די איינציגסטע נוצען וואס מען קען פון דעם האבן איז אראפצושרייבען א נומער און עס דערנאך טרעפן פונקט ווען מען זוכט עס נישט.

שטעלט זיך ארויס אז דער האט געטיילט טשעקס פון אן אלטען פארמאכטען באנק- קאנטע, א העלד.

א ריכטיגער ’’רודף’’ צדקה וחסד.

אנגעבייזערטע פארווייטאגטע חתנים, אויסגעשפילטע האפענונג, גרויזאמע וויץ.

און דער פארשטייט נישט וואס דער עולם וויל פון אים, עס איז געווען פורים, א זמן שמחתינו, אן עת שכרות, יעדער איינער גיבט זיך נאך אלע משוגעת’ן פורים און וואס וויל מען פון אים?! ’’הא?! וואס ווילען ענק פון מיר, כפויי טובות!! ענק מעגן זיך שעמען!!" ’’ענק האבן געגעסען ביי מיר, זיך ענדזשויט, און יעצט האבן ענק נאר קריטיק?"

א טראגעדיע.

דער רב, וועלכער איז פונקט אריינגעקומען אין בית מדרש, האט אים אנגעקוקט מיט מיטלייד- אויגען און גאר שנעל צוגעגאנגען צו זיין מקום קבוע.

אזוי איז אריבער א יאר א קיילעכדיגע מיט א שמיץ אריבער, דען עס איז געווען אן עיבור יאר.

די קומענדיגע יאר איז עס געווען אן אודך, ווידעראמאל מזל אדר דגים, ווידער אמאל פיבערהאפטיגע הכנות, ווידעראמאל נייע געדאנקען פאר פארשטעלעכצער וועלכע ראטען אריין אין די משלוח מנות ווי א פאסיגע הענטשקע צו א סופערסנעק, און אט האלטען מיר תענית אסתר, א (פארבאטענע) גערוך פון שיס פולווער וואס שטאמט פון אלצדינג אומלעגאל פון די פורים שטיק פון די חדר אינגלעך, ווידער אמאל א זכר למחצית השקל, ויחל, און א שיינע געדרוקטע מודעה- מעלדונג ביי די טיר אין בית המדרש לאדענט איין כל הקהל הקודש צו אים אינדערהיים.

פארשטייט זיך אז ער האט צוגעזאגט אז דאס מאל וועט ער נישט טון אזא געמיינע שווינדעל, ער איז שוין עלטער געווארען מיט א יאר, ער איז שוין קלוגער געווארען, ער פארשטייט אז עס טוט וויי אידן, דאס יאר האט אים טעינקיו האשעם דאס מזל געשיינט און עס וועט נאכאמאל נישט פאסירען, והא ראיה: די יאר גייט ער ניטאמאל טיילען טשעקלעך נאר וואוטשערס - קיופאנען. מען גייט עס קענען איינקעשן ביי אים גלייך שושן פורים, ווען עס איז שוין נישט קיין פורים מצב.

אט האלט מען דריי אזייגער ביי אים אינדערהיים, דער עולם איז פיין אנגע’פורים’ט, עס גיסט זיך יין כמים, היי יאר איז באקרוינט מיט פליישען און שור הבור, געשטאפטע עופות אנגעפולט מיט געשמאקע אומאידענטיפיצירטע תענוגים און ראזשינקעס, און אויף דעם טיש באשיינט שוין נייע אויסגעטרוקענטע פליישען מיט’ן מאדנעם נאמען ’דזשערקי’, יעדער שרייט אז עס איז דאס ערשטען מאל וואס זיי זענען זוכה צו עסן דעם מאכל וואס איז עולה על שולחן מלכים ושרים אין יאפאן און אינדיע.

מ’זויפט, מ’ברעכט, מ’זינגט, מ’בריקעוועט. גאנצעטע טעצער המן טאשען ווערן צוברעקלט אינעם געדרענגעניש, אבער קיינער באמערקט, יעצט איז זמן פורימנו, און האי שנה האט ער אפילו א שפילער באשטעלט.

און אונזער מכניס אורח איז פארנומען מיט זיין פרעזענליכע ספארט, ער טוט יעצט חסד, ער שרייבט און פילט אן סומעס אויף געדרוקטע וואוטשערס, עס איז ווידעראמאל א רעדע פון אלע סארט סומעס, וואטשער ביכער מאגערען זיך אויס, כלל ישראל ארום זיין בענקעל שטראלט פאר שמחה, ער שטראלט זיי איבער מיט נחת, עהרע און פארגעניגען.

עס איז אים א כבוד צו זיין דער שליח פון השי’’ת צו טוען גוטס פאר אידן.

א משכונות דראמע גייט פאר ווען עמיצער, יענקל ביים נאמען, היידזשעקט דעם מייק און לאזט זיך הערן איבער זיינע ידידים און זיינע פראבלעמען.

אידן שרייען פון שיכרות און ווייען, אידן ברעכן און גארגלען וויסקי, אידן טאנצען און צוברעכען מעבל, מעבל צוברעכען אידען’ס הענט, אידען רופן הצלה, הצלה ווארענט אן אידען, און אידען ענדיגען זייער ווינטשעוואציעס און יעדער קלעטערט צו זיין אייגענע ריכטונג מיט א מוח אנגעזאפט פול מיט פורים מחשבות און ענייני דיומא.
און נאר דער חשוב’ער איד האט אויך היי יאר נישט גענומען קיין נתינה אדער א גלאטע מתנה.
עד כאן יום הפורים, ויהי למחרת, שטייט אונזער בעל חסד און שרייעט איבער אלע שרייערס אין פאליש, ער מאכט פון זיי צימעס, ער פרעגט זיי אויב זיי האבן זיך נישט געלערענט פון לעצטע יאר, וואס האבן זיי געטראכט? ער ווארפט בקיאות אין הלכות מזיק וניזק אז א שיכור איז פטור (דרך אגב: עס ווענדט זיך וואס און וויאזוי, י.פ.) ער פארשטייט נישט דעם חילוק צווישען א היזק ממש און זיין ליצנות וואס ער האט געשפאסט פון כל הקהל הקודש ’’אדרבא, אפילו אויב איינער האט עכט מזיק געווען איז ער פטור’’ בויט אונזערע צדיק א קל וחומר של שטות ’’איך, האב אפילו נישט מזיק געווען, נאר סתם אזוי אויסגעשפילט’’’, און אינמיטען זיינע ווערטער קומט דער רב אריין, ווארפט אויף אים א בליק אנגעפולט מיט מיטלייד, און גייט ווייטער צו זיין מקום קבוע. די אנגעדראסענע אידן האבן צווישען זיך א שישקע געגעבן, געשאנקען אונזער פורים נדיב מיט א ’’שעם זיך!’’, שטרענג אנגעקוקט מיט א פרצוף וואס אינהאלט נישט קיין שמייכעל און זיך צושפרייט יעדער אויף זיין פלאץ.

און אזוי איז א קיץ וחורף, א פרילינג און הערבסט און עס גרייכט שוין די פרייליכסטען טאג אין יאר, א טאג וואס מען זאגט נישט קיין הלל, נישט קיין יעלה ויבוא, אבער נאכאלץ, עס איז זמן פורימינו, אין די טאג ווערן די איינגעדראשענסטע שדרות אויסגעגלייכט און אפילו איינער וואס שפירט זיך ווי א שיכור א גאנץ יאר טרעפט זיך א אט דעם טאג א מכובד’יגע ארט אין כלל ישראל.

דאס יאר האט ער שוין ארום געשיקט צו אלע קהילה מיטגלידער אין די פאסט א פרעזענליכע איילאדענונג. דאס יאר איז די פלאן אויף צוויי אזייגער, א שעה פריער ווי פאריאר, מוסיף והולך.

דעם מגילה מיט א דקדוק, זיך געספראוועט ביים ’עשרת’ אויסגעאטעמט ביי ויזתא, עלינו, קאווע און געהעריג אויספאסטען, געלערנט בין קריאה לקריאה, די לופט שמייכעלט צו כלל ישראל, די גאנצע האריזאנט און בריאה שמייכעלט און ווינטשט א פרייליכען פורים, ריחות פון פרישע געבעקס, דעטאלירטע פלענער פון וואו און ווען, משלוחי מנות רייעסווייז ווי סאלדאטען, פעקלעך גרינע אויסגעביגעלטע איינצעלנע-דאלארן באנקנאטען, מטבעות, נאך מטבעות, גראגערס פאר די יונגווארג, איבערמאכען פלענער זיך רעכענענדיג מיט די פארקער און טראפיק, שירעמעס און מאנטלען על כל צרה שלא תבוא און אין פאל פון נויט.

מקיים געווען משלוח מנות און שליח הקן (לא תיקח האם על הבנים, ברויך דער מאן עס טון!) ביי אלע מלמדים און לערערינס, באגעגענט אמאליגע ישיבה פריינט (אזוי? דיין שוואגער וואוינט אויף מיין גאס?!! וואס זאגסטו נישט!), פורים געלט פארטיילט, עניים הגונים כשרים וחסידים אפירגעבראכט און מתנות לאביונים געשאנקען, א פארשטעלטער מרדכי הצדיק רייט אין די גאסן מיט אן אמת'ע פערד און שרייט יאמערליכע קולות אין א הייזעריגע הויכהילכער, און צוויי אזייגער שטראמט א לוסטיגע כלל ישראל צו אים אין שטוב.

היי יאר האט ער אויסגעברייטערט און פארשענערט זיין וואוינונג, כלל ישראל האט מער פלאץ צו טאנצען אהן דעם וואס טעצער המן טאשען זאלן צוברעקעלט ווערן. דאס איז נאכנישט אלעס, היי יאר זענען צוגעקומען אפאר מוזיקאנטען אנשטאט דעם איינצעלנער שפילער פון פריערדיגע יאר
שיינע לידער, און אויך אומב'חנ'טע נישט שיינע גערודער פון די אומגעבעטענע זינגערס, און הערליכע מוזיק דורך די באשטעלטע מוזיקאנטען.

מען באגריסט זיך, מען באווינטשט זיך , כלל ישראל שמייכעלט, כלל ישראל איז בתענוגים, כלל ישראל עסט דערהויבען און באקוועם ברבורים ושליו ודגים, כלל ישראל טרינקט צווישען די ’שליו’ און די ’דגים’ א לחיים אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך אז מען ברויך טרינקען צווישען די פיש און פלייש, כלל ישראל טרינקט ווידעראמאל אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך אז פורים ברויך מען טרינקען אויך נישט צווישען די פיש און פלייש, כלל ישראל טרינקט ווידעראמאל אזוי ווי עס שטייט אין די פיש אז מען ברויך פליישען צווישען די טרינקען און שולחן ערוך, כלל ישראל שולחן ערוך’ט אזוי ווי עס שטייט אין די טרינקען אז מען ברויך צווישען די פיש, פליישען. עס דערקענט זיך אז כלל ישראל איז מקיים דעם עדלאידע, כלל ישראל איז נישקשה’דיג בגילופין, כלל ישראל טרינקט וויבאלד עס איז א מצווה, כלל ישראל שוועבט, כלל ישראל שמייכעלט, כלל ישראל לאכט, כלל ישראל טאנצט, כלל ישראל שרייט, כלל ישראל טיילט פעטש, כלל ישראל בעט זיך איבער, כלל ישראל איז זיך מוחל, כלל ישראל כאפט פעטש, כלל ישראל פארגיבט זיך ווידעראמאל, כלל ישראל טוט תשובה, כלל ישראל איז דערהויבען, כלל ישראל איז דערהויבען, כלל ישראל איז באקוועם, וואו נעמט מען אזא כלל ישראל? פורים איז א יום טוב א שיינע, פורים באלאנגט פאר כלל ישראל, כלל ישראל געהערט צו פורים, כלל ישראל איז שיין. כלל ישראל איז פריילעך.

אין ביי די קלימאקס פון כלל ישראל’ס פורים זיצט ער פארשטעלט ווי א בעל עגלה און שרייבט ווידעראמאל ווערטלאזע טשעקלעך פאר כלל ישראל, כלל ישראל איז טאקע אן עם חכם ונבון אבער מיט די פארטעמטע פאר’שיכור’טע קעפלעך געדענקט שוין נישט כלל ישראל וואס עס האט זיך אט דא און טאקע דא אפגעטון פאריאר. העי, קוקט נאר ווי דער עסקן האלדזט אים ארום, אין טאקע בו ביום, בו בזמן, באותו שעה, שלעפט אים א בחור א חתן ביים קארג און שרייט אים אין אויער אריין אלע זיינע צרות, צוויי משולחים ווערגען זיינע הענט אדערן יעדער פון זיי אויף א באזונדערע האנט, זיינע בלויע אדערן שטארצען ארויס און ער בליטשקעט ווי א חתן ביום חופתו.

היינט איז פורים.

אבער אפשר געדענקט כלל ישראל זייער פיין? און כלל ישראל האט א גוטע פלאן?

און ער שרייבט און שרייבט, ער באטראכט די בעטענדע געזיכטער און קאטשקעט נולען, רונדעס ציפערן און זיראו'ס, עס פירקלען זיך נאכאנאנד רונדעס פון זיראו’ס. מיט א שפאטיש שמייכעל פלאצירט ער זיין דאשיקעל און פלאצירט אויף זיין געזיכט אן ערענסטע מינע, וואס זאגט איר? וויפיל חובות האט איר נעבעך? און א זיפץ רייסט זיך ארויס פון זיין הארץ ’’אוי רבונו של עולם, האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדער!, העי יענקי, זאג זיי אז זיי זאלן זינגען ויהיו רחמיך’’
די מוזיקאנטען הארכען און בייטען שנעל ניגון.

דערנאך מאכט ער א גאר ערענסטע מינע, אבער ער קען זיך נישט קאנטראלירען און אינמיטען שרייבעריי טרייסעלט ער פון געלעכטער, ער פארשטיקט עס שנעל און איז ממשיך צו מאלען רונדעס און אלצדינג קיילעכדיג. טשעקביכער ליידיגען זיך אויס און ער נעמט אפיר פרישע ביכער. די מוזיק ווערט ווילדער, זיי פארטייבען חושים, עס ווערט עטוואס ווילדערער, אויגען גלאנצען, געזיכטער שמייכלען, פוס הייבט זיך, פייערדיגע טענץ.

אינמיטען עפעס א טאנצעריי איבער ויזתא און אנדערע עמלקים נעמט אים איינער, יענער איז גאר גוט פארמאסקירט, אויף א טענצעל.

אוי איז דאס געווען א טענצעל, עס האט זיך געטאנצט אזש די פוס האבן פון זיך אליין זיך געהויבען, די גאנצע בריאה איז געווארן א טפח העכער דעם ערד. און עס טאנצט זיך, האסטיגער, שנעלער, ווילדער, שנעלערע טעמפא, ווילדער און ווילדער, נאך א פאר פארמאסקירטע יונגעלייט שטרוימען אריין, אונזער בעל צדקה וטשעקס איז ארומגענומען פון אלע זייטען מיט שמייכעלדיגע געזיכטער וועלכע שמייכלען אים אין פנים אריין.
עפעס דאכט זיך אז עס איז פילפאכיג מער ווי א גלאטע שמייכעלע, עס זעט אויס ווי זיי לאכען אים אין די פויסטען.

ער וויל שוין צוריקגיין צו זיין פלאץ און ווייטער אנגיין מיט זיין פרעזענליכע שמחת פורים הולטעריי און קאטשקעריי, אבער די אינגעלייט שלעפן אים אריין ווי טיפער אינעם רינגעל, בעל כרחו האט ער געטאנצען.
און נאך אזא גוטע רקידה און א צומישטע קאפ האט ער זיך צוריק אראפגעזעצט (נישט פאר דעם וואס די גרופע יונגעלייט האבן אים אנגעגאסען א שיינע כוסה) און ווייטער געשריבען מיט א פרעכע שמייכעלע זיין שמחת פורים רונדעס און ציפערן.

א נומער קריזיס.

פעלט אויס צו פארשטיין געבן וואס האט ווייטער פאסירט?

לכאורה יא, ווייל עד היום איז עס פאר קיינעם קלאר אויסער פאר דעם רב.

עד היום ווייסט מען נישט אויף זיכער ווער און וויאזוי, כאטש עס איז דא שווערע חשדות אויף מאנכע, און טראץ וואס געוויסע טענצער זאגן אז זיי האבן אויף הונדערט פראצענט דערקענט געוויסע אינגעלייט דארט.
תכלית, די חברה לייט האבן אים דירעקט אויפגעהאלטען בשעת די טענץ, און אויף עפעס א וועג דערווישט אן אמת’ע טשעקביכעל זיינע, ער איז ווייטער געווען זיכער אז ער שפאסט פונעם עולם, און געשריבען און געפירקעלט, זיך אונטערגעלאכט און פון צייט צי צייט אויסגעשטורעמט און זיך געוואלגערט ווי א פישעל ביי גסיסה פון געלעכטער, דערווייל האט דער עולם פיין איינגענומען די טשעקלעך און אלצדינג אריינגעשייערט צום קהל’ס קאסע באנק-קאנטע.

אויף צומארגענס, דאס הייסט שושן פורים, האט ער זיך ארום געדרייט מיט א תשעה באב געזיכט, זיין נעכטיגע שמחת פורים האט אויסגעזען אזוי נעבעכדיג ווי אן אריינגעביסענע זיבען שטאקיגע קעיק נעבן אן אפענע גרעיפ דזשוס מוצאי פורים.

פון זיין באנק-קאנטע האט געפעלט א ים פון געלט. א מאנגעל, א הונגער יאר.

ולא נודע כי באו אל קרבנה.

דער רב האט פונקט דורעכגעשפרייזט דעם פאליש און אים געשאנקען א בליק פול מיט מיטלייד.
און ער דרייט זיך צווישען פאליש און קאווע צימער ווי א נעבעכדיגער מלאופים יונגעלע, הענגט צעטלעך אז ווער עס ווייסט איבער די גניבה אין זיין הויז איז מחוייב על פי תורה אים צו דערציילען, וואס א שעה שפעטער אין טאג איז די סיפור מער פארשפרייט געווארען און דער האט אויסגעזען ווי א ריכטיגער רחמנות.
צווישען למדנים האט זיך אנגעהויבען א קאך אין די סוגיות פון משטה אני בך, נדרים ביי צדקות און עס איז געגאנגען העפטיגע וויכוחים.

אינדערמיט שטייט אונזער פזרן, נדבן, צדיק, מכניס אורח, לץ, און וואקעלט זיך, יעדע פאר מינוט בעט ער אז מען זאל אים ברענגען א גלאז וואסער.

עולם חשוך בעדו.

א שנעלע דרישה וחקירה פונעם רב האט אלעס פעסטגעשטעלט.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז די דאזיגע פארמאסקירטע טענצער האבן נאר געוואלט אפשטעלן דאס גרויזאמע שפיל וואס האט געקאסט אזוי סאך הארץ ווייטאג און אנטוישונג פאר מחותנים, חתנים און צדקה גייער, און זיי האבן מקיים געווען דעם ’על דאטת אטפוך’, מידה כנגד מידה, בדרך שאדם מודד, זיי האבן צוריקגעשפאסט פון אים.

כל הלוצץ מתלוצץ.

דאס גאנצע סומע, (א ריזען סכום! קלעקט פאר אן אייגענע דירה!) איז צוריקגעגאנגען צו אים עד פ’’א. (פרוטה אחרונה)

און לעצטע יאר האט ער אויך סעודה’ניו געמאכט, א מין פראכט, עס לייכט, מער קיין טשעק וואס קראכט, מער קיין וואטשער זיניג לייכט, נאר ביי אים אין היכל, קוואדערס מיט א שמייכעל, מתנות לאביונים לכתחילה, תיכף נאך קריאת המגילה, אינאיינעם מיט די גאנצע געמיינדע, שרייט ער הויך לפני קהל ועדה: פורים איז א יום טוב א שיינע!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4846
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14466

Re: דברים שבלב אינם דברים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

:lol: :lol: :lol:

wow wow wow, וואט א לענגוויטש!!!

כ'האף אז מיינע קאלעגעס האבן נישט ארויסגעהערט מיינע קוים-דערשטיקטע געלעכטער אויסברוכן...

דארפסט מער אריינטשעקן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: דברים שבלב אינם דברים

פאוסט דורך פופציגער »

😅😅😅
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 425

Re: דברים שבלב אינם דברים

פאוסט דורך בודקע »

🥳🥳🥳🥳
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט