חידושים, רעיונות, וכו', ממרן החתם סופר זיעוכי"א - לפורים
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:21 pm
בס"ד
מען דארף נישט מאריך זיין איבער די ספרים פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע וואס זענען ממש כמעין המתגבר למעלה מהשגות האנושי, יעדע שטיק צייט קומט ארויס פרישע ספרים בכל תפוצות ישראל לערנט מען זיינע ספרים, עס איז כמים קרים על נפש עיפה, מען קען זעהן אויף א חידוש אז עס קומט פון חתם סופר, עס איז פיל מיט יסודות, חידושים, וכו' וכו'.
זיין אייניקל די חתן סופר שרייבט און זיין הקדמה "אולי כמה מאות שנה לא היה כמותו בדומה לו"
כידוע, די הייליגע צאנזע רב זי"ע שרייבט (שו"ת דברי חיים או"ח סי' ח') ואיננו ח"ו כחולק על מרן רשכבה"ג החתם סופר ז"ל "כי איננו בקי בשיחת חולין דיליה"
און די הקדמה צו דרשות חת"ס שרייבט די מוציא לאור אז עס איז אמאל געקומען א שווערע שאלה פון ר' מרדכי בנעט זי"ע וועגן אן עגונה צום חת"ס, און יענע טאג ווען עס איז אנגעקומען, האט די חת"ס תיכף געשריבן א תשובה ווען ער האט געענדיגט די תשובה האט ער געזאגט פאר זיין זון ר' שמואל וואלף אז ער זאל צוריק שיקן די תשובה קיין ניקלושבורג,
נאך א שטיק צייט האט די חת"ס געזען אז די תשובה ליגט נאך אויפן טיש, האט ער געפרעגט זיין זוון פארוואס ער האט עס נאכנישט צוריק געשיקט, האט ער געענטפערט אז איך האב געטראכט אז די וועסט נאכאמאל איבערגיין די תשובה, האט די חת"ס געענטפערט בזה"ל: און יעדעס דור האט הקב"ה זיין איד וואס פסקנ'ט זיינע שאלות, תלי"ת און דעם דור בין איך עס, נו היתכן קענסט די הקב"ה חושד זיין דארט ווי איך מיין גאר ניקס נאר צו טוען זיין רצון, וועט ער מיך ח"ו מכשיל זיין? ח"ו ח"ו, פאק איין און שיק אוועק די תשובה, עכלה"ק
עקסטער איז ווען עס קומט צו פורים וואס כידוע האט די הייליגע חת"ס געזאגט א דרשה יעדע יאר ז' אדר, פ' זכור, וכו' און דעמאלטס האט ער געזאגט הפלא'דיגע חידושים אויף פורים און אויף די מגילה.
עס איז דא אבער אסאך אידן ווילן לערנען זיינע הייליגע תורות, אבער אזוי ווי עס איז דא אזוי סאך, ווייסט מען נישט ווי אנצוהייבן.
האמיר געעפנט א אשכול ווי מען וועט פרובירן אי"ה ארויפצולייגן תורות, חידושים, רעיונות, אויף פורים מספרי חת"ס.
די אשכול באלאנגט נישט פאר מיר אדרבה ווער עס האט א גוטע שטיקל איז מכובד ארויפצוברענגען.
[כהאב געטראכט פון אנפאנג צו שרייבן און אידיש, אבער כהאלט אז עס נעמט אוועק די חן]
ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו וחפץ ד' בידינו יצליח.
אויב איינער זוכט א גוטע ליקוט פון דברי חת"ס אויף פורים, איז דא א ספר "חותם המלך" עס איז דא צו באקומען און די ספרים סטארס
איך לייג דא ארויף א לינק אויב איינער דארף עס אויף pdf
חותם המלך