יארצייט מיטוואך י"ב אדר
הרה"ק רבי אהרן ב"ר מאיר זי"ע, (הורוויץ), מבייטש,
ער איז געבוירן אין שטאט דזיקוב, בשנת תר"י, צו זיין טאטן הרה"ק רבי מאיר בעל אמרי נועם מדז'יקוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי אליעזר מדז'יקוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
בן הרה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת דבורה ע"ה,
בת הרה"ק רבי קלמן פיעצליס זי"ע, מגדולי חסידי ראפשיץ,
דער צדיק איז געווען א ברודער מיט די 5 צדיקים גדולים וקדושים,
הרה"ק הצדיק נפלא רבי נפתלי חיים הורוויץ זי"ע,
הרה"ק רבי יהושע בעל עטרת יהושע מדז'יקוב זי"ע,
הרה"ק רבי יחיאל מפאקשווינצא זי"ע,
הרה"ק רבי אשר ישעיהו בעל מדני מלך מרימנוב זי"ע,
הרה"ק רבי טוביה ממאדין זי"ע,
ער איז געווען א איש קדוש מאוד צדיק יסוד עולם, א גאון בתורה און א בקי בש"ס ופוסקים, ער איז געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע עניוות, ער האט באמת נישט געהאלטן פון זיך גארנישט, ער האט זיין גאנץ לעבן פראבירט זיך צו אפשאקלען פון רבנות, גדולים און צדיקים בדורו האבן אסאך גערעדט פון זיין גדלות און צדקת און זיין געוואלדיגע קדושה, הגה"ק רבי שאול בראך מקאשוי זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע תלמידים, "קוקטס אויף א צורה פון א איד וואס האט קיינמאל נישט חוטא געווען, און ער איז פון די נוטרי הברית, און דערפאר שיינט זיין צורה",
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין גרויסן טאטן דער הייליגער אמרי נועם מדזיקוב זי"ע, דער טאטע האט גאר שטארק מפליא געווען דעם גדלות בתורה און די גרויסע קדושה פון זיין גרויסן זון רבי אהרן זי"ע, גאר אסאך תורה און חסידות האט ער געלערנט ביי זיין גרויסן טאטן וואס איז געווען מפורסם מיט זיין גאונות בתורה און זיין עבודת השם וואס איז געווען מיט א התלהבות דקדושה און א געוואלדיגע ברען,
בערך בשנת תרכ"ג ווען דער צדיק איז געווען 13 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת טיילא ע"ה,
בת הרה"ק רבי חיים הלברשטאם בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
בן הרה"ק רבי אריה לייבוש אב"ד טארניגראד זי"ע,
עס איז ידוע אז בשעת דעם חתונה איז זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר בעל אמרי נועם מדז'יקוב זי"ע נישט געקומען צו די חתונה, ווייל יענע צייט איז געווען א גרויסע מחלוקה צווישן דעם הייליגען צאנזער רב זי"ע און דער הייליגער אמרי נועם מדזיקוב זי"ע, איבער די הלכה פון דינגען אן ארענדא, ווייל יענע צייט איז געווען איינגעפירט אז מען האט געדינגען אן ארענדא פאר פינעף יאר, און ווען עס האט זיך געענדיגט די פונעף יאר, האט סיי ווער געקענט דאן אפ דינגען דעם ארענדער,
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז דאס איז איסור השגת גבול, און ער האט דאן זייער פארפירט אויף די אידן וואס האבן אוועק גענומען פון אן אנדערן די פרנסה, אבער דער הייליגער דזיקובער זי"ע האט געהאלטן, אז אויב די פונעף יאר איז דורך איז דאס שוין א נייע געשעפט און א אנדערער איד מעג דאס אפ דינגען,
דערפאר האט דער צדיק מדזיקוב זי"ע נישט געוואלט פארן צו די חתונה, דערפאר האט ער אן געזאגט פארן חתן דריי זאכן, א) אז במשך דעם גאנצן חופה זאל ער דער חתן נישט אראפ נעמען די אויגן פון זיין גרויסן שווער, ב) ווען די הערסט דארט אין צאנז אז מען רעדט אויף מיר, זאלסטו נישט צוריק ענטפערן, ג) די זאלסט במשך דעם גאנצן חופה טראכטן פון מיר,
אויך האט דער הייליגער אמרי נועם זי"ע גוזר געווען אויפן חתן, אז נאך די שבע ברכות זאל ער פרעגן פון זיין שווער דער צאנזער רב זי"ע, ווי עס שטייט אין די תורה אז עס איז אסור צו דינגען א ארענדער און דאס צו נעמען פון א אנדערן איד נאכדעם וואס די פונעף יאר האט זיך געענדיגט,
דער חתן זייענדיג נאר 14 יאר אלט ביי די חתונה האט נישט געהאט די חוצפה צו גיין פרעגן פון זיין גרויסן שווער דער צאנזער רב זי"ע די קשיא פון זיין גרויסן טאטן, אבער מיטן חיוב פון כיבוד אב האט ער בלית ברירה קודם געבעטן מחילה פונעם שווער אז ער גייט פרעגן די קשיא, און דאן האט ער געפרעגט דעם שווער די קשיא, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געענטפערט פארן איידעם בזה"ל, "די תורה בין איך, און ביי מיר שטייט אז מטאר נישט אויסדינגען אן א ארענדא",
נאך די חתונה איז ער געזעצן על שלחן חמיו דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע ביז צום הסתלקות בשנת תרל"ו, אפילו זייענדיג שוין פון די יונגע איידעמער ביים צאנזער רב, האט ער אבער זוכה געווען צו א געוואלדיגע קרבות פון זיין גרויסן שווער, ער האט גאר אסאך תורה און עבודת השם קונה געווען זייענדיג סמוך על שולחן חמיו הקדוש, אויך האט אים זיין גרויסע שווער גענומען אלס זיין יד ימינו און פירן דעם שטוב און אויך אינעם חצר פון צאנז האט דער איידעם ארויס געהאלפן זיין גרויסן שווער,
נאכן פטירה פונעם שווער, איז דער צדיק געווארן פון די תלמידים מובהקים פון זיין גרויסן פעטער הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע, ער איז כסדר געפארן זיך מסתופף זיין ביי דעם צדיק מראזוואדוב און גאר אסאך תורה און עבודת השם מקבל געווען פון דעם צדיק, אויך האט ער געטראגן זיין זון הרה"ק רבי אלטר אליעזר אב"ד סטריזוב זי"ע לייגן תפילין ביים פעטער ביי זיין בר מצווה,
בשנת תרמ"ו איז דער צדיק געווארן רב אין שטאט בייטש, דארט האט ער געדינט פאר בערך 25 יאר אלס רב און געפירט די עדה הקדושה, און וויבאלד דער שטאט בייטש איז געווען נאנט צום שטאט גארליץ, פלעגט דער צדיק אסאך פארן זיך מסתופף זיין בצלו פון זיין גרויסן פעטער הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע,
ליידער י"ט כסלו בשנת תרנ"ה איז זיין רעבעצין די צדקת מרת טיילא ע"ה דער טאכטער פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע נפטר געווארן יונגעהייט, האט דער צדיק חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת פרומט ע"ה, בת אחיו הרה"ק רבי נפתלי חיים מדזיקוב זי"ע, וואס מען דערציילט אז דער ברודער רבי נפתלי חיים זי"ע איז געווען א צדיק וקדוש נפלא, דער טאטע האט אויפן זון מעיד געווען אז ער איז א קדוש וטהור, אבער דער צדיק רבי נפתלי חיים זי"ע איז זיין גאנץ לעבן אנטלאפן פון כבוד און בשום אופן נישט אן גענומען קיין רבנות, נאר ער האט געלעבט מיט א געוואלדיגע הסתרה,
בערך בשנת תרע"ו ווען עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה, איז דער צדיק אנטלאפן קיין קאשוי, דארט האט דאן געדינט אלס רב דער גאון וקדוש הרה"ק רבי שאול בראך בעל גבעת שאול מקאשוי זי"ע, רבי אהרן זי"ע זייענדיג א גאון וגדול בתורה און מיט זיין געוואלדיגע עבודת השם מיט א א אש קדוש און צו דעם זייענדיג א בנש"ק, האט דער הייליגער קאשויער רב זי"ע אים גאר שטארק מקרב געווען און מחבב געווען,
רבי שאול בראך זי"ע האט כסדר געשיקט זיינע תלמידים זאלן גיין זען דעם עבודה ביים צדיק מבייטש, אויך איז דער הייליגער צדיק רבי שאול בראך זי"ע אפילו זייענדיג רב אין שטאט קאשוי, כמה פעמים געקומען צום טיש שבת קודש ביינאכט צום צדיק מבייטש זי"ע, אויך ווען דער צדיק איז נסתלק געווארן, האט דער צדיק רבי שאול בראך זי"ע זיך געזארגט אז מען זאל דעם גאון באערדיגן אויף א גאר חשובע פלאץ אינעם ביה"ח,
הגה"ק רבי שאול בראך מקאשוי זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע תלמידים, "קוקטס אויף א צורה פון א איד וואס האט קיינמאל נישט חוטא געווען, און ער איז פון די נוטרי הברית, און דערפאר שיינט זיין צורה",
דער צדיק רבי אהרן מבייטש זי"ע איז געווען מפורסם מיט זיין צורה וואס האט ארויס געשיינט דעם קדושה מיט וואס דער צדיק האט זיך געפירט, אויך איז ער געווען באקאנט אלס א גאר ווארעמע בעל תפלה מיט א געוואלדיגע נעימות, הונדערטער אידן זענען געקומען נאר כדי צו מיט האלטן זיינע ווארעמע תפילות וואס האט צענימען דעם הארץ פון אלע וואס זענען דארט געווען, ער האט אפגעראכטן דעם עבודה שבלב מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש און ער מיט דעם מעורר געווען לבבות של ישראל לתשובה ותיקון המעשים ורבים השיב מעוון,
ווערט געברענגט, אז די אייניקלעך פונעם גרויסן צדיק וקדוש רבי אהרן מבייטש זי"ע, האבן אמאל ראש השנה בעפאר די תקיעות נאך געקוקט דעם זיידן ווי אזוי ער גרייט זיך צום דאווענען מוסף און תקיעות, האט מען געהערט ווי דער צדיק וקדוש מיט זיין גרויס עניוות רעדט זיך דורך בינו לבין קונו מיט די ווערטער, רבוש"ע מען האט מיך אויס געקליבן צו דאווענען מוסף און בלאזן שופר פארן ציבור, ווער בין איך, וואס בין איך, ווי אזוי זעהן אויס מיינע טעג און ווי אזוי זעהן אויס מיינע נעכט, מיין שבת קודש און ימים טובים",
"נאר בזכות פון מיין גרויסן טאטן דער הייליגער אמרי נועם זי"ע, און זכות פון מיין זיידן רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע און זכות פונעם הייליגע זיידע דער זרע קודש מראפשיץ זי"ע, און בזכות פון דעם הייליגען קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע דער סניגורן של ישראל גיי איך דאווענען", און מיט דעם איז דער צדיק אריין צו די תקיעות,
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
הרה"ק רבי אלתר אליעזר הורוויץ מבייטש זי"ע, חתן הרה"ק רבי משה יהודה לייב שפירא מסטריזוב זי"ע, בזיווג שני חתן הרה"ק רבי יוסף ניימאן מאיסטריק זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם צבי הירש הורוויץ מבייטש ניו יארק זי"ע, חתן הרה"ק רבי אריה לייב רוקח מביקאווסק זי"ע,
בתו הצדקת מרת תרצה ע"ה, אשת הרה"צ רבי חיים סג"ל ליבערמאן מדאברא זי"ע,
בתו הצדקת מרת בילא ע"ה, אשת הרה"צ רבי יקותיאל יהודה גראס מברבשט זי"ע,
בתו הצדקת מרת דבורה ע"ה, אשת הרה"צ רבי ישכר בעריש הלפרין אב"ד אלפין זי"ע,
בתו הצדקת מרת צפורה ע"ה, אשת הרה"צ רבי משה הורוויץ זי"ע, בן הרה"ק רבי יוסף הורוויץ מקראס זי"ע, נכד הרה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק זי"ע,
נסתלק געווארן לגנזי מרומים י"ב אדר א' בשנת תרפ"ז, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט קאשוי, סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבי שאול בראך מקאשוי זי"ע,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
הרה"ק רבי אהרן ב"ר מאיר הורוויץ זי"ע מבייטש - י"ב אדר א' תרפ"ז
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2369
Re: הרה"ק רבי אהרן ב"ר מאיר זי"ע, (הורוויץ), מבייטש - י"ב אדר א' תרפ"ז
מצבתו
- פיילס
-
- מצבת רבי אהרן הורוביץ.png (255.64 KiB) געזען געווארן 316 מאל
Re: הרה"ק רבי אהרן ב"ר מאיר זי"ע, (הורוויץ), מבייטש - י"ב אדר א' תרפ"ז
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:10 amבשנת תרמ"ו איז דער צדיק געווארן רב אין שטאט בייטש, דארט האט ער געדינט פאר בערך 25 יאר אלס רב און געפירט די עדה הקדושה, און וויבאלד דער שטאט בייטש איז געווען נאנט צום שטאט גארליץ, פלעגט דער צדיק אסאך פארן זיך מסתופף זיין בצלו פון זיין גרויסן פעטער שוואגער הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע,