הרה"ק רבי אברהם בורנשטיין זי"ע, בעל אבני נזר מסאכאטשאב - י"א אדר א' תר"ע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:51 am
*יארצייט דינסטאג י"א אדר*
*הרה"ק רבי אברהם ב"ר זאב נחום זי"ע, (בורנשטיין), בעל אבני נזר, מסוכטשוב,*
ער איז געבוירן אין שטאט בענדין אין פולין, בשנת תקצ"ט,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי זאב נחום בעל אגודת אזוב מביאלא זי"ע,
בן הרה"ק רבי אהרן בורנשטיין משצקוצין זי"ע,
מגזע הגה"ק בעל הרמ"א זי"ע,
ומגזע הגה"ק בעל הש"ך זי"ע,
ומגזע הגה"ק בעל מעשה רוקח זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת דובריש ע"ה,
ער איז געווען א גאון הגאונים קדשי קדשים, מאור הגולה ויחיד בדורו, שר התורה ויראת ד' טהורה מאורן של ישראל, ער איז געווען א בקי בש"ס ופוסקים, ער איז געווען א בעל מחדש נפלא און א למדן נפלא און א עילוי עצום בתורה, פון די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו דעם גאון וקדוש מיט די שווערסטע שאלות און זיינס א פסק הלכה איז געווען אנגענומען אין די גאנצע וועלט, טויזענטער תלמידים זענען געקומען לערנען צו דעם גאון, און דער גאון האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גאונים און גדולים בתורה,
בשנת תר"י איז די משפחה פונעם אבני נזר זי"ע אריבער וואוינען אין שטאט אלקוש וואס דארט איז זיין טאטע געווען רב, און דארט איז דער אבני נזר באוויסט געווארן אלס "העילוי מאלקוש", ער איז שוין דאן מפורסם געווארן מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה, בשנת תרט"ז האט זיין טאטע הרה"ק רבי זאב נחום זי"ע, אנגענומען דאס רבנות אין שטאט ביאלה פודלוסק על פי די בקשות פון זיין מחותן הרה"ק השרף מקאצק זי"ע,
ווערט דערציילט, אז דער הייליגער שרף מקאצק זי"ע האט דערציילט, אז איין יאר פורים אין שטאט בענדין, זענען אלע אידן פון שטאט געווען פארנומען מיט די מצוות היום משלוח מנות און מתנות לאביונים, אבער איין איד האט אין דעם גרויסן טאג פורים געזעצן אין זיין שטוב און עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה און התלהבות עצומה, דאס איז געווען דער טאטע פונעם הייליגען אבני נזר הרה"ק רבי זאב נחום זי"ע, וואס איז געווען מפורסם אלס א גאון בתורה און א איש קדוש מאוד,
דערציילט דער הייליגער שרף מקאצק זי"ע, אז עס איז געווארן א גרויסע רעש אין הימל אין די פמליא של מעלה, ווייל אן די תורה פון דעם גאון רבי זאב נחום זי"ע וואלט די וועלט נישט געהאט קיין קיום, ווייל די וועלט קען נאר שטיין אויף תורה, און דערפאר האט מען דאן געגעבן א גרויסע מתנה פארן גאון רבי זאב נחום זי"ע, אז עס וועט אים געבוירן ווערן א קינד וואס וועט זיין א שר התורה און באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, און דער קינד איז געווען דער גרויסער גאון מפורסם הגה"ק רבי אברהם בעל אבני נזר מסוכטשוב זי"ע,
עס ווערט געברענגט אז ווען דער גאון דער אבני נזר איז געווען צוויי יאר אלט, האט דער טאטע אנגעהויבן מיט אים לערנען די אלף בית, אבער לפלא אזוי ווי דער טאטע האט מיט אים געלערנט אלף האט שוין דער קינד ווייטער געזאגט די אלף בית און אויך די נקידות אן דעם וואס דער טאטע זאל אים דאס אויסלערנען, און נאר א חודש שפעטער האט שוין דאס קינד געדאווענט אין א סידור כזקן ורגיל,
נאך זייענדיג א קליין קינד איז דער גאון דער אבני נזר ליידער זייער נישט געזונט געווארן, דאן איז דער טאטע רבי זאב נחום זי"ע געזעצן און עוסק געווען בתורה, איז די רעבעצין אריין געקומען און זיך אפגערעדט פארן מאן, אז דער קינד איז זייער נישט געזונט און פארוואס דער מאן קוקט זיך נישט אים אויפן קינד, איז דער טאטע אריין צום קינד אין שטוב, אבער ווי נאר דער קינד האט געזען דעם טאטן, איז ער לפלא געווארן אינגאנצן געזונט, האט זיך דער מאן אנגעריפן צו זיין רעבעצין, קוק נאר דאס קינד איז ב"ה געזונט,
א שטיק צייט שפעטער איז דאס קינד נאכאמאל קראנק געווארן, אבער די מאן איז דאן נישט געווען אין שטוב, די דאקטורים האבן דאן אויף געגעבן אויפן קינד, איז די רעבעצין ארויס אויפן גאס, און זי האט אויף געהויבן די הענט צום הימל און שטארק געוויינט,
ממש דאן איז דורך איינער וואס איז געווען אנגעטון ווי א גוי א פויער, און פרעגט די מאמע פארוואס זי וויינט אזוי, האט די מאמע דערציילט אז איר אברהמ'לע איז נישט געזונט און די דאקטורים האבן שוין אויף געגעבן, דאן האט דער גוי געזאגט, גיי אריין אין שטוב און שטעל צוזאם דעם און דעם מעדעצין, און גיב דאס פארן קינד און ער וועט געזונט ווערן, און דער גוי איז נעלם געווארן, די מאמע האט אויסגעפאלגט וואס דער גוי האט געהייסן און די קינד איז טאקע געזונט געווארן, שפעטער האט דער צדיק דער אבני נזר געזאגט, אז ער איז זיכער אז דער גוי איז געווען אליהו הנביא ז"ל,
ווען דער אבני נזר זי"ע איז געווען פינעף יאר אלט, איז דאן דורך אין דעם שטאט אלקוש דער צדיק הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע, דער טאטע רבי זאב נחום זי"ע איז ארויס מיט זיין קינד העילוי רבי אברהם זי"ע מקבל פנים זיין דער צדיק מווארקא, דאן האט דער צדיק מווארקא גענומען דעם קינד ביי די האנט און זיך מפלפל געווען מיט אים בדברי תורה,
דער צדיק מווארקא איז ממש ארויס פון התפעלות פון דעם גדלות פון דעם עילוי נפלא, און דאן האט דער צדיק אים געגעבן א ברכת צדיק, אבער דער קינד איז נישט געווען צופרידען און געזאגט, רבי ביטע בענטש מיך מיט א ברכה פרטיות נישט מיט קיין ברכה כלליות, דאן האט דער צדיק מווארקא ארויף געלייגט ידיו הקדושות אויפן קעפל פונעם קינד, און אים געבענטשט מיט א ברכה אז ער זאל זוכה זיין צו זיין א גדול בישראל,
און דאן האט דער הייליגער ווארקער זי"ע געהייסן פארן טאטן, אז ער זאל מיטן קינד לערנען שלחן ערוך אורח חיים, יארן שפעטער ווען זיין טאטע האט זיך אמאל מפלפל געווען מיט זיין קינד אין שלחן ערוך אורח חיים, און דער טאטע האט זיך גאר שטארק געוואונדערט פון ווי דער קינד איז אזוי באהאווענט אין שולחן ערוך, האט ער געזאגט פארן טאטן, אז ער געדענקט דאס נאך פון אלס קינד ווען דער טאטע האט דאס געלערנט מיט אים,
ביי די 10 יאר האט ער שוין מחדש געווען חידושים נפלאים, און גאנץ ש"ס און פוסקים איז שוין דאן געווען שגור בפיו, ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין הייליגען טאטן הרה"ק רבי זאב נחום זי"ע, אויך איז ער געווען א תלמיד מובהק פון זיין שווער הרה"ק השרף מקאצק זי"ע. זיין דרך נפלא אין פלפול האט ער געלערנט פון זיין טאטן און פון זיין גרויסן שווער,
ביי די 13 יאר האט ער חתונה געהאט צו הרבנית הצדקת מרת שרה צינא ע"ה,
בת הרה"ק רבי מנחם מענדל השרף מקאצק זי"ע,
בן הרה"ק רבי יהודה לייבוש זי"ע,
בן הגה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע,
בן הנגיד הגה"ק רבי לייבוש זי"ע,
דערציילט מען אז בשעת ווען מען איז ארויס צום חופה, האט דער הייליגער קאצקער זי"ע אן געכאפט די האנט פונעם חתן, און ער האט אים דאן געוואונטשן א ברכה, אז זיין גוף קדוש זאל זיין געזונט און שטארק, צו קענען אויס האלטן זיין גרויסע מוח,
ער האט געוואוינט נאך זיין חתונה ביי זיין שווער דער הייליגער שרף מקאצק זי"ע, ער האט זוכה געווען צו א געוואלדיגע קרבה יתירה ביי זיין שווער, דער שווער דער שרף מקאצק זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן איידעם, אז מען טאר אים נישט מבטל זיין פון לערנען תורה אפילו אויף א רגע ממש, ווייל ער האט די נשמה און די מח פונעם הייליגען מהר"ל מפראג זי"ע, דארט איז ער געבליבן ביז ווען זיין שווער איז נסתלק געווארן כ"ב שבט בשנת תרי"ט,
אפילו ער איז אנגעקומען צו זיין שווער סוף ימיו וואס מען האט קיינעם נישט אריין געלאזט, דאך האט ער געהאט א אפען טיר ביי זיין שווער וואס פלעגט אים בעטן אז ער זאל אים יעדן טאג זאגן חידושי תורה, און ער האט מעיד געווען אז רוב פון זיין חידושי תורה און זיין סדר הלימוד האט ער קונה געווען זייענדיג נאנט מיט זיין הייליגן שווער זי"ע,
נאכן פטירה פון זיין שווער איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון זיין שוואגער הרה"ק רבי יצחק מאיר אלטר בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע, אויך פלעגט ער אסאך פארן צו דעם תלמיד מובהק פון זיין שווער הרה"ק רבי חנוך העניך מאלכסנדר זי"ע.
בשנת תרכ"ג האט מען אויף גענומען דעם גאון אלס רב אין שטאט פארצאוו, אבער נאך אפאר יאר בשנת תרכ"ז האט זיך דער גאון אוועק געצויגען פון שטאט און מען האט אים דאן אויף גענומען אלס רב אין שטאט קראשנעוויץ, דא אפילו זייענדיג שוין א רב אין א גרויסע שטאט, איז ער דאן געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון זיין שוואגער דער הייליגער חידושי הרי"ם מגור זי"ע, און אויך בצלו פון הרה"ק רבי חנוך העניך מאלכסנדר זי"ע, בשנת תר"ל נאכן פטירה פון דעם צדיק מאלכסנדר זי"ע, איז דער גאון פאר אפאר יאר געווארן רב אין שטאט נאשעלסק,
בשנת תרמ"ג האט ער אנגענומען דאס רבנות אין שטאט סוכטשוב און דארט האט ער אויף געשטעלט זיין באוויסטע ישיבה וואס האט ארויס געגעבן חשובע תלמידים. ער איז געווען א גאון הגאונים, קודש קדשים, מאור הגולה, יחיד בדורו, שר התורה ויראת ד' טהורה, מאורן של ישראל,
אלע גדולי דורו זענען געקומען צו אים פאר זיין גרויסע גאונות אין תורה און הלכה, טויזענטער חסידים זענען זיך געקומען מסתופף זיין בצילו, און לערנען תורה און עבודה ביי אים, פון די גאנצע געגענט אין פולין איז מען געקומען מיט די שווערסטע שאלות פאר זיין חוות דעת, זיין דעת תורה איז געווארן אנגענומען אין יעדע קרייז, און פון זיין ביהמ"ד און תלמידים זענען ארויס גדולי ישראל ובתוכם,
הגה"ק רבי מאיר דן פלאצקי בעל כלי חמדה זי"ע,
הגה"ק רב יואב יהושע וינגרטן בעל חלקת יואב מקינצק זי"ע,
הגה"ק רבי אריה צבי פרומר בעל ארץ צבי מקוזיקלוב זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק פייגנבוים אב"ד ווארשא זי"ע,
הגה"ק רבי אברהם מנדלזון בעל דברי אברהם דומ"ץ ווארשא זי"ע,
הגה"ק רבי שאול משה זילברמן בעל פרדס שאול מווירשוב זי"ע,
הגה"ק רבי צבי יהודה בעל אביר הרועים מאמלוק קאליש זי"ע,
דער הייליגער אבני נזר זי"ע האט אמאל געזאגט אז אין זיין לעבן האט ער צוויי מאל געזען חילול שבת, און אויב ער וואלט ווען געזען א דריטע מאל חילול שבת וואלט ער נישט געקענט מחבר זיין דעם הייליגע חיבור אגלי טל, פון דעם פגם פון נאר זעהן חילול שבת קודש,
דער גאון האט איבער געלאזט זיינע הייליגע ספרים,
ספר אבני נזר,
ספר נאות הדשא,
ספר אגלי טל.
ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיינע קינדער,
בנו יחידו, הרה"ק רבי שמואל בעל שם משמואל מסוכטשוב זי"ע, ממלא מקום אביו בסוכטשוב,
בתו, מרת אסתר בריינדל ע"ה, אשת דודה הרה"ק רבי מאיר בורנשטיין זי"ע,
ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן לא פסק פומיה' מגירסא, ער האט נאך עוסק געווען אין תורה די לעצטע טאג פון זיין לעבן, דעם טאג פון זיין הסתלקות איז ער געווען בשמחה און ער האט געבעטן אז מען זאל אים ברענגען די ספר המהר"ל מפראג, און ער האט אין דעם ספר עוסק געווען פאר א שטיק צייט,
די תלמידים דערציילען אז בשעת די פטירה האט זיין פנים געלאכטן און ער איז געווען ביים קלארן דעת, זיין איינציג זון און איידעם זענען געשטאנען ארום זיין בעט, און ווען איינע פון די אייניקלעך האבן געזען אז זיין פיס האט זיך אביסל אראפגערוקט פונעם בעט און געוואלט פאריכטען, האט ער געווינקען אז מען זאל דאס נישט טון ווייל ביי א גוסס איז די הלכה אז מען טאר נישט אנרירען דעם גוסס, און ער האט דעם פיס אליין פאראכטען.
ביי יציאות נשמה האט ער געהאלטן און איין זאגן די ווערטער "מְקַבֵּץ נִדְחֵי עַמּו יִשרָאֵל" און יצאה נשמתו בנשיקה.
נסתלק לגנזי מרומים ביום א' פרשת כי תשא, י"א אדר א' בשנת תר"ע, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט סוכטשוב.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.