בלאט 1 פון 1

שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 11:42 am
דורך צוקוקער
נישט צום גלייבן אבער לויט ווי עס הייסט וועט מען חס ושלום דעם שב"ק פארברענען ספרי תורה אין שוועדן, די רעגירונג האט געזאגט זי וועלן עס צולאזן

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 11:50 am
דורך Azoi Tzi Zugen
קודם א שכוח פאר די נייע סייט! ס'זעט אויס הערליך

איך האב געזען די נייעס וועגן די ספר תורה אויף די מעין פעידזש אבער איך קען נישט אריינגיין אין די לינק מיין פילטער בלאקט עס. וואס איז די מעשה??? מ'לעבט דא אין מיטל אלטער??? עפעס מאכט נישט סענס

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 11:59 am
דורך צוקוקער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:50 am קודם א שכוח פאר די נייע סייט! ס'זעט אויס הערליך

איך האב געזען די נייעס וועגן די ספר תורה אויף די מעין פעידזש אבער איך קען נישט אריינגיין אין די לינק מיין פילטער בלאקט עס. וואס איז די מעשה??? מ'לעבט דא אין מיטל אלטער??? עפעס מאכט נישט סענס
נאכדעם וואס געוויסע (נישט אידן) האבן פארברענגט א קוראן פארנט פון א מאסק האט איינער, אין די 30'גע יארן, געזאגט ער גייט טוען נקמה און פארברענען א ספר תורה רח"ל
וויבאלד לעגאל איז עס מותר, וועט ער עס קענען ח"ו אויספירן, בשעת איבער די גאנצע וועלט שיקט מען בריוון קיין שוועדן מען זאל נישט צולאזן

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 12:02 pm
דורך רואיגער
קעפל איז ראנג.

סאיז נישט קיין גזירה, נאר א פראבלעם אז ליידער לאזט דאס א רעגירונג טון.

ווי זיי זאגן איז דאס פארברענען רעליגיעזע ביכער אויך ליגאל אין געוויסע שטעט אין אמעריקע, לאמיר האפן אז עס וועט נישט ווערן א פרישע טרענד רח״ל…

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 12:04 pm
דורך פסח
אינטערוויו: פּאָליציי אין שוועדן האָבן געגעבן א פּערמיט פאַר א פּובליק פאַרזאַמלונג פאָרנט פון די מדינת ישראל אַמבאַסאַדע, וואו א חומש וועט ליידער ווערן פאַרברענט מאָרגן שבת
ו' מטו"מ פ״ג

עסקן אין שוועדן
3:53
https://www.yiddish24.com/interviews/12/87510

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 12:14 pm
דורך אסמכתא בעלמא
אקעי! עס הייבט אן מאכן סענס. (סענס??? רח"ל!!)

יעצט, פון וואו האבן די באנדיטן א ספר תורה בכלל?

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 2:10 pm
דורך נחום
ווי שווער מיינסטו איז עס צו פארשאפן?

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 2:28 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פרעגסט ערנסט?

האסט מיר אפשר איינס? איך דארף עס פאר מיר אינדערהיים...

ס'שאפצעך נישט אזוי. אפשר גאר איז עס א פאלשע ספר תורה בכלל.

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
דורך נחום
ספרי תורה מוז נישט מיינען א עכטע גאנצע ספר תורה ס'קען זיין אפאר חמשים אדער תנ'ך ה'י.

אבער פאר די רייט פרייז קען איך דיר פארשאפן איינס.

און חוץ מזה קען עס זיין א פסולע תורה אדער א געפרינטענע, דו מיינסט זיי קענען אלע הלכות פון א כשרע תורה?

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 2:58 pm
דורך יאנטשי
נחום האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
און חוץ מזה קען עס זיין א פסולע תורה אדער א געפרינטענע, דו מיינסט זיי קענען אלע הלכות פון א כשרע תורה?
א פסולע איז עפעס ווייניגער שוידערליך ווי א כשרע?

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 2:59 pm
דורך נחום
יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:58 pm
נחום האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
און חוץ מזה קען עס זיין א פסולע תורה אדער א געפרינטענע, דו מיינסט זיי קענען אלע הלכות פון א כשרע תורה?
א פסולע איז עפעס ווייניגער שוידערליך ווי א כשרע?
איך זאג דען אז ס'איז ווייניגער שוידערליך? ס'איז פשוט גרינגער פאר זיי צו באקומען.

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:52 pm
דורך נחום
א בריוו פון הרב יצחק יוסף צום שוועדישער קעניג
IMG-20230714-WA0174.jpg
IMG-20230714-WA0174.jpg (97.9 KiB) געזען געווארן 1779 מאל

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 4:21 pm
דורך פארד
:o :o :o רח״ל!!

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 5:03 pm
דורך וועלגערערס צום טיש
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרה

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 6:28 pm
דורך מאנטרעאל
דאס איז נישט קיין ספר תורה לויט מיין אינפערמאציע, סתם א בייבל.

Re: שוידערליכע גזירת שריפת ספרי תורה אין שוועדן

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 6:47 pm
דורך פארשטייער
לויט ווי כהאב געליינט טוט שוועדן אנהייבן צו ארבעטן אויף א געזעץ וואס וועט עס מאכן אומלעגאל.

סקומט נאך וואס טערקיי האט נישט געוואלט אננעמען שוועדן אין נאטא צוליב אפאר סיבות, איינע פון די סיבות איז געווען די מעשה מיטן קוראן, איז דעמאלטס בשעתן האנדלן מיט טערקיי און שוועדן איבער א נאטא מעמבערשיפ, האבן זיי צוגעזאגט צו מאכן אזא געזעץ.

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל, אין שוועדן

געפאוסט: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:41 pm
דורך פארשטייער
בחסדי השם האבן זיך זאכן געטוישט צום גוטן ווען דער פירער וואס האט געוואלט פארברענען ספרי קודש האט אפגעשטעלט די פלענער די לעצטע מינוט, ווי ער זאגט האט ער בכלל נישט געהאט אין פלאן עכט צו פארברענען די ספרים, נאר האט געוואלט ציען אטענשן צו די מוסלעמענער קרואן וואס איז פארברענט געווארן.

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל, אין שוועדן

געפאוסט: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:45 pm
דורך מאנטרעאל
פארשטייער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:41 pm בחסדי השם האבן זיך זאכן געטוישט צום גוטן ווען דער פירער וואס האט געוואלט פארברענען ספרי קודש האט אפגעשטעלט די פלענער די לעצטע מינוט, ווי ער זאגט האט ער בכלל נישט געהאט אין פלאן עכט צו פארברענען די ספרים, נאר האט געוואלט ציען אטענשן צו די מוסלעמענער קרואן וואס איז פארברענט געווארן.
וואס איז זיין ציל? ער וויל עפעס ערייכן?

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל, אין שוועדן

געפאוסט: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
דורך בעל מנוחה
מאנטרעאל האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:45 pm
פארשטייער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:41 pm בחסדי השם האבן זיך זאכן געטוישט צום גוטן ווען דער פירער וואס האט געוואלט פארברענען ספרי קודש האט אפגעשטעלט די פלענער די לעצטע מינוט, ווי ער זאגט האט ער בכלל נישט געהאט אין פלאן עכט צו פארברענען די ספרים, נאר האט געוואלט ציען אטענשן צו די מוסלעמענער קרואן וואס איז פארברענט געווארן.
וואס איז זיין ציל? ער וויל עפעס ערייכן?
קוקט אויס אויבן אויף ווי בלויז אנטי רעליגיע.
און אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע פארעכטן

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל, אין שוועדן

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:27 am

ווי בעל מנוחה זאגט...

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל, אין שוועדן

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:54 am
דורך מאנטרעאל
פארשטייער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:27 am
מאנטרעאל האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:45 pm
פארשטייער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:41 pm בחסדי השם האבן זיך זאכן געטוישט צום גוטן ווען דער פירער וואס האט געוואלט פארברענען ספרי קודש האט אפגעשטעלט די פלענער די לעצטע מינוט, ווי ער זאגט האט ער בכלל נישט געהאט אין פלאן עכט צו פארברענען די ספרים, נאר האט געוואלט ציען אטענשן צו די מוסלעמענער קרואן וואס איז פארברענט געווארן.
וואס איז זיין ציל? ער וויל עפעס ערייכן?
ווי בעל מנוחה זאגט...
שכח

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל, אין שוועדן

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 6:12 pm
דורך והיתם נקיים
בעל מנוחה האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
מאנטרעאל האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:45 pm
פארשטייער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:41 pm בחסדי השם האבן זיך זאכן געטוישט צום גוטן ווען דער פירער וואס האט געוואלט פארברענען ספרי קודש האט אפגעשטעלט די פלענער די לעצטע מינוט, ווי ער זאגט האט ער בכלל נישט געהאט אין פלאן עכט צו פארברענען די ספרים, נאר האט געוואלט ציען אטענשן צו די מוסלעמענער קרואן וואס איז פארברענט געווארן.
וואס איז זיין ציל? ער וויל עפעס ערייכן?
קוקט אויס אויבן אויף ווי בלויז אנטי רעליגיע.
און אויב איינער ווייסט אנדערש ביטע פארעכטן
זיכער נישט, יעצט ווייסט מען שוין אז יענער איז דוקא א רעליגיעזער וועמען ס'האט געעגבערט אז מ'טוט עס צו זיין רעליגיע.

יעדער וואס האט געהערט די נייעס האט פארשטאנען אז מ'רעדט אדער פון מוסלומענער אדער פון מענטשן וואס ווילן אז מ'זאל טעלארירן די מוסלומענער (ווייל זיי האבן עס אנאנסירט אין רעאקציע צו די קוראן פארברענונג), אבער איך האב ערווארטעט אז אין די נישט טאלערירנדע (און אזויגערופענע "רעליגיעזע") רייען זאל מען זען די טעלארירנדע אלס "אנטי-רעליגיע" (ווייל זיי טעלארירן אלע רעליגיעס), וזה דרכם כסל למו.

Re: שוידערליכע פלאן פון שריפת ספרי תורה רח"ל אין שוועדן

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:31 pm
דורך ניקל
פארלאמענט און דענמארק גייט דורכפירן א געזעץ וואס וועט פארבאטן צו פארברענען רעליגיעזע ספרים
דאס קומט נאכדעם וואס ווי באריכטעט דא אז און שוועדן האט איינער געוואלט פארברענען ספרים קודש אבער ב"ה ער האט צוריקגעצויגן