א בלאסן טישטוך אויפ'ן מוצאי שבת
געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:35 pm
אקעי, טוט אייך אן זיץ גארטלען, און לאמיר דא שילדערן א מוצאי שבת וויאזוי ידידי היקר דער מולטי טאלאנטפולער @טישטוך שילדערט עס מיט זיין אייגנארטיגע קריעטיוויטעט:
נישט יעדער וואס קאטשקעט קאלירן אויף זיין האנט גענאק איז אן ארטיסט.
נישט יעדער וואס דערקוטשעט דיר עד כלות איז אזא גרויסער פגע רע.
נישט יעדער וואס קורסירט איבער לאקאלע גאסן אויף הונדערט מייל פער שטונדע יאגט זיך.
נישט יעדער וואס קוקט אויפ'ן סעלפאן בשעת'ן רעדן מיט דיר איז מורא'דיג ביזי.
נישט יעדער וואס שמועסט זיך כסדר דורך מיט זיך זעלבסט איז אן אוטיסט.
נישט יעדער וואס כאפט אן א מיקראפאן מיט צוויי פינגער איז אן ערפארענער זינגער.
נישט יעדער וואס אטעמט פון די נאז לעכער מיט פארמאכטע אויגן איז א געהיילטער.
נישט יעדער וואס פרעצלט צונויף די פיס און פארקנייטשט די פינגער איז פארבינדן.
נישט יעדער וואס סראַפּכעט אוועק פון שוויץ גייט נישט אין שויער.
נישט יעדער וואס קנייטשט זיך איין דאס שטערן איז באמת קאנצעטרירט.
נישט יעדער וואס טוט אייביג חסד איז אזא גרויסע בעל חסד.
נישט יעדער וואס לערנט שעות רציפות איז א גרויסער תלמוד חכם.
נישט יעדער עסקן לטובת הכלל איז טאקע אן עסקן לטובת הכלל.
נישט יעדער וואס האט א גרויסע ספרים שטוב איז א יודע ספר.
נישט יעדער ארגאניזאציע וואס מאכט א קאמפיין איז קריטיש און לעבנסוויכטיג.
נישט יעדער וואס גייט א רעזשוואלקע פרייטאג צונאכטס איז א פרומער.
נישט יעדער וואס פרעסט אומבאגרייפליכע קוואנטומען איז א גראבער.
נישט יעדער וואס פאסט פערציג תעניתים איז אויסגעמאגערט.
נישט יעדער מיט א שיפע קאפל און טאפלטע מארדע איז א שמורים מעמבער.
נישט יעדעס באטל זאלציגע טרויבן זאפט איז א טייערע וויין.
נישט יעדער ניגון אויפ'ן היברעאישן שפראך איז טאקע אזוי שיין.
נישט יעדער איינער וואס רעדט ארויס ווערטער פון מויל זאגט עפעס.
נישט יעדער מיט העדפאנס און א מיסטריעזער מיקראפאן האט א גוטער פאדקעסט.
נישט יעדער מיט בליצנדע לעמפעלעך און סירענעס איז אן הצלה מעמבער.
נישט יעדער וואס איז אייביג אנליין אויף וואצעפ איז אוועילעבל.
נישט יעדע גרויסע הארטע אומעסבארע רונדעכיגע חלה איז זויערטייג.
אבער יעדער איינער וואס שלאפט שבת נאכמיטאג, קען נישט איינשלאפן מוצאי!
א גוט מארגן... מארגן מארגן מארגן... אידן אידן אידן...
א פרייליכן זונטאג!