בלאט 1 פון 1
רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון - י"א אדר תרצ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:29 pm
דורך מירון
דער ראגוטשובער גאון איז געבוירן געווארן אינעם ראגוטשוב אין שנת תרי"ח צו זיין טאטן רבי אפרים פישל ראזין ז"ל. ווען ער געווען א בר מצוה בחור איז ער געפארן לערנען קיין סלוצק אין ישיבה פונעם דארטיגן רב - רבי יוסף דוב סאלאוויטשיק ז"ל, און פון דארט איז ער געגאנגען לערנען אין שאקלאוו צו די ישיבה פון הגאון רבי יהושע לייב דיסקין. פון קליינווייז אן איז ער געווען מפורסם אלץ עלוי נפלא! נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין עיר הבירה ווארשא, דארט אין ווארשא איז געווארן א רב פאר חסידים. נאך די ערשטע וועלט קריג איז געגאנגען קיין דווינסק.
Re: רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון - י"א אדר תרצ"ו
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:01 pm
דורך מירון
א מענטש/א איד קען האבן דריי אנדערע מעלות/טאלאנטן
א) א גוטן קאפ, שטאפל 2) א גאונישן קאפ
ב) א גוטן זכרון, שטאפל 2) א פאטאוגראפישע זכרון
ג) מתמיד, שטאפל 2) האבן דעם כח פון זיצן אין לערנען שעות אויף שעות
רוב מענשן האבן נישט אלע דריי און אפילו זיי האבן אלע דריי האבן זיי נישט דעם צווייטן שטאפל, נאר יחודי סגולה און גאוני הדור.
רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון האט געהאט אלע דריי אויפן העכסטן שטאפל במלוא מובן המולא. זיין זכרון: ער האט געהאט ממש על לשונו ש"ס בבלי, ירושלמי, תוספתא, ספרא, ספרי, רמב"ם ועוד. זיינע גאונות: ער פלעגט באקומען בריוון מכל קצוי תבל און אלע צוריקגעשריבן נאך יענעם טאג און אלעס בקיצור נמרץ! איינע פון די פרייע חברה וואס זענען אמאל געקומען באזוכן דעם ראגאטשאווער, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: צוויי איינשטיין'ס קען מען ארויסנעמען פון דעם איינעם מוח!
דער הייליגער רמב"ם און זיינע ספרים זענען געווען א גרויס עסק ביים ראגאטשאווער, ער פלעגט אים עמטליך רופן רבי (מיין רבי) אין זיינע ספרים ווי ער שרייבט סתם 'רבינו' אדער 'רבינו הגדול' מיינט דאס דער הייליגער רמב"ם. זיינע באי ביתו זאגן אז יעדן טאג נאכן דאווענען פלעגט ער צוגיין צום שאנק וואו דער סעט רמב"ם איז געווען פלאצירט און געמאכט מיט די הענט און געזאגט: גוט מארגן רבי. ביינאכט פארן גיין שלאפן פלעגט ער מאכן מיט די הענט און זאגן: גוט נאכט רבי!
דער סאטמאר רב ז"ל האט אמאל געזאגט, אז מ'זעהט אויף זיינע ספרים אז ער האט געלערענט תורה לשמה, ווייל אין זיינע ספרים ברענגט ער נאר דברי הראשונים עכ"ז האט ער קיינמאל געפסקנט קעגן א שו"ע. דער ברך משה ז"ל האט אמאל געזאגט ביי א דרשה - שטייט אין די גמרא "חש בראשו יעסוק בתורה" האט ער דערציילט אז דער ראגאטשאווער האט געהאט אסאך שווערע קאפ-וויי (migraine), אבער געזאגט איך זע נישט אין מיר קיין שום ביטול תורה, נאר מן התם קומט דאס פון אן הקפדה פון ראשונים און אחרונים וואס איך קריג מיר מיט זיי כדי זיך אנצונעמען פאר דעם הייליגע רמב"ם. ער האט ממשך געווען אז אולי - קען זיין האט ער פוגע בכבודם געווען, אבער עכ"ז איז אלעס געווען כדי אז דער רמב"ם זאל ארויסקומען גרעכט!
תורתו מגן לנו
Re: רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון - י"א אדר תרצ"ו
געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:18 pm
דורך שמייכלדיג
מירון האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:01 pm
איינע פון די פרייע חברה וואס זענען אמאל געקומען באזוכן דעם ראגאטשאווער, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: צוויי איינשטיין'ס קען מען ארויסנעמען פון דעם איינעם מוח!
ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז געווען א משכיל ביאליק, און ער האט אים צוריקגעזאגט אז פון די ברעקעלעך וואס פאלן אראפ ביים אויסהאקן וועט מען האבן אויך עטליכע ביאליק'ס...
להבדיל בין טומאה לטהרה
Re: רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון - י"א אדר תרצ"ו
געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 2:24 am
דורך טיפע טאשן
מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:29 pm
דער ראגוטשובער גאון איז געבוירן געווארן אינעם ראגוטשוב אין שנת תרי"ח צו זיין טאטן רבי אפרים פישל ראזין ז"ל. ווען ער געווען א בר מצוה בחור איז ער געפארן לערנען קיין סלוצק אין ישיבה פונעם דארטיגן רב - רבי יוסף דוב סאלאוויטשיק ז"ל, און פון דארט איז ער געגאנגען לערנען אין שאקלאוו צו די ישיבה פון הגאון רבי יהושע לייב דיסקין. פון קליינווייז אן איז ער געווען מפורסם אלץ עלוי נפלא! נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין עיר הבירה ווארשא, דארט אין ווארשא איז געווארן א רב פאר חסידים. נאך די ערשטע וועלט קריג איז געגאנגען קיין דווינסק.
ווי האט ער געוואוינט נאכדעם און ווי ליגט ער?
Re: רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון - י"א אדר תרצ"ו
געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 9:11 am
דורך בתכתקי
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 2:24 am
ווי האט ער געוואוינט נאכדעם און ווי ליגט ער?
דווינסק
Re: רבי יוסף ראזין, דער ראגאטשאווער גאון - י"א אדר תרצ"ו
געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 9:17 am
דורך מירון
מיילך האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 9:11 am
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 2:24 am
ווי האט ער געוואוינט נאכדעם און ווי ליגט ער?
דווינסק
ער האט געוואוינט רוב פון זיינע יארן אין עיר הבירה ווארשא, פוילן. נאך די ערשטע וועלט קריג איז צוריגעגאנגן קיין דווינסק ושם מנוחתו כבוד.
אגב אז מ'רעדט שוין פון זיין וואוינארט ווארשא איז כדי צו דערמאנען אז ביי די ערשטע וועלט קריג ווען מ'האט שטארק באמבעדירט דעם הויפט שטאט ווארשא איז א איד א באקאנטער צום גאון אריבערגעגאנגען דאס הויז פונעם ראגאטשאווער גאון, און דער ראגאטשאווער און ווייזט אים ער זאל שנעל אריינקומען. דער איד וואס איז אריבערגעגאנגען דאס הויז האט געמיינט אז דער ראגאטשאווער וויל היטן פון די באמבעס, ניין, דער ראגאטשאווער זאגט איך האב דיר דא אריינגערופן ווייל איך האב יעצט געטראכט א תירוץ אויף קשיא וואס איך האב שוין לאנג און איך מיין אז איך האב יעצט געפונען א תשובה און איך וויל אייך עס יעצט איבערזאגן...