זונטאָג
כחצות היום: "בשעה 1:00 מיטאָג!"
ווערן דראמאטיש געעפנט די תורה'דיגע טויערן פון
"חלוקת לימוד כל הש"ס"
צו אדורכלערנען די 2,711 דפים פון תלמוד בבלי אין טאָג פון היסטאָרישן "סיום והתחלת הש"ס"
אויף אונזער העכסט סאפיסטיקירטן "ש"ס-סיסטעם"
https://limudshas.satmer.org/dashboard
אדער אויף "קול הסיום" 718-970-8976
זקנים עם נערים – חדשים גם ישנים – לומדים ונבחנים – אברכים ובעלי בתים – אהבת קדומים – יושבי אוהל – בעלי בתים – נגידים ושועים – רבנן ותלמידיהון – מורי צדק וראשי ישיבה, כולם כאחד יחד, אלע אינאיינעם: "לימוד כל הש"ס"!
לרגל דעם היסטארישן יום המיוחל, דער לאנג-ערווארטעטער "יום סיום הש"ס", וואס קומט פאר קומענדיגן זונטאג שלח, י"ט סיון הבעל"ט, נאך צוועלף יאר וואס טויזנטער בני הקהלה איבער די גאנצע וועלט האבן אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס מיט חודש'ליכע בחינות, איז דער "יום הסיום" באשטימט אלס "יום לימוד כל הש"ס", ווען טויזנטער בני החבורה, זקנים עם נערים, חדשים גם ישנים, וועלן אינאיינעם נאכאמאל איבערלערנען "גאנץ ש"ס", אין איין טאג, אויף איין פלאץ, אין די שעות איידער דער מעמד סיום הש"ס.
דער "יום לימוד הש"ס", וועט זיך אנהייבן מיט א היסטארישע תורה'דיגע פייערונג, ווען אלפי חברי החבורה וועלן, דורכאויס די שעות פונעם טאג, אין א פייערדיגער קול תורה אדיר וחזק, אינאיינעם אדורכלערנען "גאנץ ש"ס", מרישא ועד גמירא, פון די משנה 'מאימתי קורין את שמע בערבין', אנהויב מסכת ברכות, ביז די ברייתא 'אל תקרי הליכות אלא הלכות", ביים סיום פון מסכת נדה, וואס וועט שליסן א היסטאריש-הייליגער גייסט פון אלע בני החבורה, "הדרן עלך כולא תלמודא"!
דאן וועט מען שפאנען מיט תורה'דיגע טריט צום דאפעלטן "סיום הש"ס", וואו מען וועט פייערן א תורה'דיגן פראגראם בראשות גדולי ומאורי ישראל שליט"א, ווען ביים סאמע שפיץ וועט מען פייערליך אויסשרייען: "הדרן עלך כולא תלמודא"!
דער תורה'דיגער רעיון מאחד צו זיין אַלע בני החבורה פון אומעטום דורך נאָכאַמאָל איבערלערנען גאַנץ ש"ס, איז געווארן איבערגעשמועסט און ערהאַלטן די ברכת הקודש פונעם מייסד החבורה, כ"ק אדמו"ר רבינו שליט"א, וועלכער האט אויסגעדריקט זיין התפעלות און פולסטע הסכמה צו דעם רעיון נפלא.
דער עצם געדאנק פון אדורכלערנען "גאנץ ש"ס" אינאיינעם מיט א גאנצע חבורה, איז געווען איינגעפירט בכל תפוצות ישראל נאך אין דער אלטער היים. אין יעדע אידישע קהלה איז געווען א "חברה ש"ס", וואו מ'האט איינגעטיילט אלע מסכתות הש"ס צווישן אלע חבירים, וואו יעדער האט געלערנט זיינע באשטימטע דפים, און צו יעדע צייט-שניט האט מען געפראוועט א סיום הש"ס, און פונדאסניי אנגעהויבן ש"ס מיט א פרישע חלוקה צווישן אלע לומדים.
א שטארקן חידוש להלכה טרעפט מען שוין אין בארימטן ספר שדי חמד (מערכת המ"ם, כלל קצח), וואו ער דערמאנט אזא סארט חלוקה פון איינטיילן ש"ס צווישן מערערע לומדים, און ער שרייבט אז דאס ווערט פאררעכנט פאר יעדן איינציגן פון די לומדים ווי ער וואלט זעלבסט אליינס אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס! ווי ער שרייבט בלשונו: "ומצוה שעושין אותה הרבה בני אדם בשותפות, כל אחד נוטל שכר כאילו עשאה כולה לבדה, ומטעם זה נוהגים כל בני ישראל לעשות חברת ש"ס, ומחלקים את הש"ס בין כמה בני אדם, שכל אחד יקח מסכת אחרת, ועושין סיום, ושורת הדין נותנת שיטול כל אחד שכר טוב כאילו למד כל הש"ס כולו".
"כל התורה כולה על רגל אחת"! אין דעם סדר פון "לימוד כל הש"ס" וועט דער ריזן ציפער פון 2,711 דפים פון די 36 מסכתות הש"ס, ווערן צוטיילט צווישן די אלפי לומדים, וועלכע וועלן זיך צונויפקומען כאיש אחד בלב אחד, אין איין טאָג, אויף איין פּלאַץ, אין די שעות איידער דער היסטאָרישער "סיום כל הש"ס", און אינאיינעם אַדורכלערנען "גאנץ ש"ס", אין א אחדות'דיגע אטמאספערע, מיט א פייערדיגן קול תורה, וכולהון מתאחדין בתורתינו הקדושה.