בלאט 1 פון 2

ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am
דורך צווייזייטיג
ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:13 am
דורך שמח
כ'פארשטיי נישט פשט פון אזא שאלה!

זאל עס בטל ווערן פאר א גוט יאר! איז דא אן הו''א אנדערש?

נאכן איבער קלערן, ניין כ'פארשטיי נישט פשט!

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:53 am
דורך פייל און בויגן
צו וואס צילסטו מיט דעם טעמע?

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:43 am
דורך וואוילער
שמח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:13 am כ'פארשטיי נישט פשט פון אזא שאלה!

זאל עס בטל ווערן פאר א גוט יאר! איז דא אן הו''א אנדערש?

נאכן איבער קלערן, ניין כ'פארשטיי נישט פשט!
קוק די פערטע אפציע פונעם אנקעטע...

ס'ליידער דא מאנכע וואס באלעקן זיך די פינגער!

אדער איז דא אזעלכע וואס ווילן געדענקט ווערן אלס די מצילים פונעם דור, ממילא איז די אויפטוה נאר אויב די ישועה קומט דורך זיי.

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:45 am
דורך יום טוב
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
וואס איז מיט גזירת הגיוס אין אר"י דארט האט איר אויך די שאלה? אדער דארט ווילט איר נישט רעדן דערפון?

עס דערמאנט מיר פון די טענות פון די אגודאים אויף די קנאים אין אר"י,

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:45 am
דורך יום טוב
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
אודאי זאל דאס בטל ווערן און טאקע נאר דורך אזעלכע וואס מאכן נישט קיין פשרות

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:48 am
דורך שמייכלדיג
געוועלט די ערשטע.

אבער ס'פעלט נאך א אפשען, ווילט איר די גזירה זאל טאקע בטל ווערן במציאות, אדער נאר אז ס'זאל בטל ווערן פונעם אויבערפלאך.

דאס איז די וואס ווילן אז מ'זאל אויפהערן צו רעדן פון די גזירה און פון די פרטים, נאר מ'זאל עס לאזן פארשפארט אין די ערפארענע הענט פון דעם אחד המיוחד דער ערפארענער לויער וואס נעמט שוין קעיר און ווייסט וויאזוי זיך אויסצוקומען מיט די רעגירונג. ואתם תחרישון, קוקט'ס נישט אהין, רעדט'ס נישט דערפון, לאזט'ס געמאך, ס'איז מסודר, די ''גזירה'' זאל בטל ווערן.

די חברה פירן אן מיט פראפעגאנדע אז די גזירה איז שוין בעצם בטל, וועלן רעדן פון די גזירה מיט א שפאט כזה: 'די שרעקליכע גזירת החינוך...'

אזא בטילה איז מביאה לידי שעמום ולידי חטא. מיר דארפן אז ס'זאל ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא, בטילין ומבוטלין לא שרירין ולא קימין.

גזירה עבידא דבטלא

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:18 pm
דורך שמח
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:45 am
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
אודאי זאל דאס בטל ווערן און טאקע נאר דורך אזעלכע וואס מאכן נישט קיין פשרות
אויב איז דא פשרות איז דאך עס נישט בטל געווארן...

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:02 pm
דורך צווייזייטיג
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:45 am
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
אודאי זאל דאס בטל ווערן און טאקע נאר דורך אזעלכע וואס מאכן נישט קיין פשרות
דאס מיינט די צווייטע אפציע?

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:04 pm
דורך צווייזייטיג
שמח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:13 am כ'פארשטיי נישט פשט פון אזא שאלה!

זאל עס בטל ווערן פאר א גוט יאר! איז דא אן הו''א אנדערש?

נאכן איבער קלערן, ניין כ'פארשטיי נישט פשט!
לאמיר דיר פרעגן, אויב די קאורט ווארפט עס מארגן ארויס דורך אבי שיק, גייסט דיך פרייען אדער ס'גייט ציפן.

די זעלבע זאך פארקערט, אויב פעלדער מאכט מארגן א נייע בוזשעט...

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:05 pm
דורך יום טוב
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:02 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:45 am
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
אודאי זאל דאס בטל ווערן און טאקע נאר דורך אזעלכע וואס מאכן נישט קיין פשרות
דאס מיינט די צווייטע אפציע?
ניין
נישט "נאר טאמער " און אז נישט נישט נאר עס זאל יא בטל ווערן און נישט דורך מפשרים אפילו דורך אנדערע איז אויך גוט

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:07 pm
דורך שמח
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:04 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:13 am כ'פארשטיי נישט פשט פון אזא שאלה!

זאל עס בטל ווערן פאר א גוט יאר! איז דא אן הו''א אנדערש?

נאכן איבער קלערן, ניין כ'פארשטיי נישט פשט!
לאמיר דיר פרעגן, אויב די קאורט ווארפט עס מארגן ארויס דורך אבי שיק, גייסט דיך פרייען אדער ס'גייט ציפן.

די זעלבע זאך פארקערט, אויב פעלדער מאכט מארגן א נייע בוזשעט...
קלאר אז איך גיי זיך פרייען אז די גזירה איז אויס!

קען זיין מיין נפש הבהמיות וועט שפירן א קליינער ציפ, אבער קודם זאל עס "אינגאנצען" בטל ווערן אן דארפן מאכן פשרות, מיט נפש הבהמיות וועט מען זיך דאן מטפל זיין...

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:12 pm
דורך שבת קודש
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
אינטעסאנט צו וויסן וואס וואלסטו געשטימט אויב די גזירת הגיוס אין ארץ ישראל גייט בטל ווערן דורך די אגודה?

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:15 pm
דורך יום טוב
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:12 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:09 am ביטע טראכטן א מינוט און ענטפערן אויפריכטיג.
אינטעסאנט צו וויסן וואס וואלסטו געשטימט אויב די גזירת הגיוס אין ארץ ישראל גייט בטל ווערן דורך די אגודה?
סאך א גרינגערע שאלה וואס טוט ער אויב די גזירה ווערט בטל דורך די שרעקליכע פעלדער געזעץ

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:17 pm
דורך וואס נישט
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:14 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:04 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:13 am כ'פארשטיי נישט פשט פון אזא שאלה!

זאל עס בטל ווערן פאר א גוט יאר! איז דא אן הו''א אנדערש?

נאכן איבער קלערן, ניין כ'פארשטיי נישט פשט!
לאמיר דיר פרעגן, אויב די קאורט ווארפט עס מארגן ארויס דורך אבי שיק, גייסט דיך פרייען אדער ס'גייט ציפן.

די זעלבע זאך פארקערט, אויב פעלדער מאכט מארגן א נייע בוזשעט...
איינער האט אמאל געפרעגט ר יענקעלע זי"ע וואסמטוט מען אויב משיח קומט און מזעהט אז דאס איז דער ליובאוויטשער , האט ער געענטפערט "דעמאלטס זאל ער נישט קומען " ודפח"ח
לויט ווי איך געדענק האט ר' יענקעלע געזאגט 'איך וועל מיטגיין אבער איך וועל מיך ווינדערן אז אויף דעם האט מען אזוי לאנג געווארט'

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:55 pm
דורך שמייכלדיג
אין קעפל שטייט ווילט איר באמת אין אייער הארץ אז די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

דאס וואלט געדארפט זיין %100 פאר די ערשטע, באמת אין הארץ וויל יעדער איד גוט אינגאנצן לשם שמים...

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:41 pm
דורך הר ההר
א הייליג פאלק די אידישע פאלק, מען איז גרייט נאכצוגעבן אויף אייגענע אגענדעס אלעס פארן באשעפערס וועגן! מי כעמך ישראל! 88 פראצענט זענען גרייט אז יבא הנס מ''מ!

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:26 pm
דורך יום טוב
עס איז א בחינה ווי די מלחמה אין אר"י מיר ווילן חלילה נישט אז די אראבער זאלן געווינען ווייל דאן איז א סכנה פאר אידן אבער אויך ווילן מיר נישט די ציונים זאלן געוואונען ווייל זיי זענען משנאי השם , מיר ווילן אז דער אייבישטער זאל מציל זיין אלע אידן און די מדינה זאל אונטערגיין ,

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:45 pm
דורך צווייזייטיג
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:26 pm עס איז א בחינה ווי די מלחמה אין אר"י מיר ווילן חלילה נישט אז די אראבער זאלן געווינען ווייל דאן איז א סכנה פאר אידן אבער אויך ווילן מיר נישט די ציונים זאלן געוואונען ווייל זיי זענען משנאי השם , מיר ווילן אז דער אייבישטער זאל מציל זיין אלע אידן און די מדינה זאל אונטערגיין ,
פיר אויס.
פעירלס אן קיין גזירה איז א סכנה פאר...

דיין פארטיי'ס עגא?

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:42 pm
דורך דעת קדשי
די ברך משה פלעגט זאגן אז סאיז דא אידן וואס זאגן
יה״ר שיתקדש שם שמים ״על ידינו״! דאס איז א תנאי.
ואם חלילה לא על ידינו, אל יתקדש!

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:33 am
דורך הדעה והכתיבה
וואס נישט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:17 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:14 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:04 pm
לאמיר דיר פרעגן, אויב די קאורט ווארפט עס מארגן ארויס דורך אבי שיק, גייסט דיך פרייען אדער ס'גייט ציפן.

די זעלבע זאך פארקערט, אויב פעלדער מאכט מארגן א נייע בוזשעט...
איינער האט אמאל געפרעגט ר יענקעלע זי"ע וואסמטוט מען אויב משיח קומט און מזעהט אז דאס איז דער ליובאוויטשער , האט ער געענטפערט "דעמאלטס זאל ער נישט קומען " ודפח"ח
לויט ווי איך געדענק האט ר' יענקעלע געזאגט 'איך וועל מיטגיין אבער איך וועל מיך ווינדערן אז אויף דעם האט מען אזוי לאנג געווארט'
הרב דאמב זצ"ל האט געענטפערט אויף דעם מיט א שאלה אויף צוריק וואס וועסטו טון אז דו וועסט זעהן אז דאס איז א דאנקי?

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:36 am
דורך פופציגער
א מין פאררוקטע אשכול דאס.

סארי.

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:47 am
דורך אנדערער
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:36 am א מין פאררוקטע אשכול דאס.

סארי.
פארוואס?

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:04 am
דורך ווינטעלע
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:26 pm עס איז א בחינה ווי די מלחמה אין אר"י מיר ווילן חלילה נישט אז די אראבער זאלן געווינען ווייל דאן איז א סכנה פאר אידן אבער אויך ווילן מיר נישט די ציונים זאלן געוואונען ווייל זיי זענען משנאי השם , מיר ווילן אז דער אייבישטער זאל מציל זיין אלע אידן און די מדינה זאל אונטערגיין ,
היי. טעיק יור סיט.

א קאווע מיט ספלענדע וועט העלפן?

גראדע סנאך דא אשכולות וואס דעס איז נאכנישט דערמאנט געווארן....

Re: ווילט איר די גזירת החינוך זאל בטל ווערן?

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:35 am
דורך יום טוב
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:45 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:26 pm עס איז א בחינה ווי די מלחמה אין אר"י מיר ווילן חלילה נישט אז די אראבער זאלן געווינען ווייל דאן איז א סכנה פאר אידן אבער אויך ווילן מיר נישט די ציונים זאלן געוואונען ווייל זיי זענען משנאי השם , מיר ווילן אז דער אייבישטער זאל מציל זיין אלע אידן און די מדינה זאל אונטערגיין ,
פיר אויס.
פעירלס אן קיין גזירה איז א סכנה פאר...

דיין פארטיי'ס עגא?
אז וויבאלד פעירלס האט גענומען א ציל צו טון דייקא אנדערש ווי מיין רבי זאל די ישועה קומען דורך אן אנדערע וועג , נישט ח"ו אז עס זאל נישט קומען קיין ישועה אודאי זאל די גזירה בטל ווערן אבער נישט דורך זיי