רבי זאב וואלף מטשארני-אוסטראה ז"ל - ה' אדר תקפ"ג
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:35 pm
רבי וועלוועלע מטשארניאוסטרהא איז געווען פון די געהויבענסטע תלמידים פון די בני היכלא פונעם מגיד הגדול פון מעזריטש ז"ל. ער איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נפתלי צבי ז"ל.
נאך אין די גאר אינגע יארן האט זיך שוין אין אים ארויסגעוויזן געוואלדיגע כשרונות. אזוי אויך איז די התמדה בתורה פון דעם קליינעם צדיק וועלוועלע, ממש געווען עד להפליא. ליידער איז ער נתייתם ווען ער איז נאך געווען א קינד פון בלויז 8 יאר ר"ל. ער האט דאן אנגעהויבן צו פארן צום הייליגן מגיד הגדול, וואס האט ארויסגעוויזן צו אים א חיבה יתירה.
נאך די הסתלקות פון זיין רבי דער מגיד הגדול, האט ער זיך מדבק געווען אין זיין נייעם רבין משולם פייבוש מזשבאריזש בעל יושר דברי אמת ז"ל.
שפעטער האט רבי וועלוועלע אליינס גענומען דעם שבט הנהגה און אלע גדולי ישראל בדורו האבן זיך מדבק געווען אין אים א שטיייגער ווי דער אבי בית וויזשץ וקאסוב - דער אהבת שלום, רבי דוד שלמה פון סוראקא - בעל הלבושי שרד ועוד ועוד.
בשנת תקנ"ח - ווען רבי משולם פייש מזשבאריזש איז נסתלק געווארן מעלמא הדין, האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל און דארט האט ער זיך באזעצט אין עיה"ק טבריא יע"א. דארט איז געווארן פון די מנהיגי עדת החסידים און אסאך געטוען צו העלפן לינדערן די שווערע מצב הפרנסות אינעם יישוב אין ארץ ישראל.
אין חוץ לארץ האט אויף זיין פלאץ איבערגענומען זיין תלמיד מובהק דער הייליגער אהבת שלום ז"ל. רבי וועלוועלע האט אים געשיקט א ספעציעלע בריוו ווי ער האט אים געבענטשט אויף המשכת המלוכה און עס זאל זיך נישט אפטוען פון זיינע קינער ביז משיח'ס טאג.
מנחתו כבוד אין אלטן בית החיים אין טבריא