וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון בעט?
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:51 pm
אויפשטיין פרי... א ווארט וואס ברענגט מיר אויף קאשמארן... שוין אין ישיבה קטנה האט מיר עס אפגעקאסט שווערע געלטער אין קנסות, וויפיל מאל איך האב זיך צוגעזאגט אז "פון היינט און ווייטער..." האט עס געהאלטן פונקט א טאג (אמאל דאס אויך נישט), מיינע מגיד שיעורים האבן מיר נישט געקענט פארשטיין " ביסט דאך א מתמיד, דו יכול'סט פיין, פארוואס ביסטו שטעקן געבליבן ביים אויפשטיין" גיי פארצייל זיי וויפיל מאל איך האב זיך אליין געפרעגט די פראגע, און געבליבן ביים צריך עיון, פשוט ס'נישט געגאנגען. אפגערעדט אין ישיבה גדולה, ווען צוליב די לויזערע ווערטשאפט איז עס אסאך ערגער געווארן, איך שעם זיך צו זאגן וויפיל מאל איך האב פשוט פארפאסט חצות(נישט מיין שולד, חצות האט אנגעהויבן אויספאלן ממש פארטאגס...), "וואס וועט זיין מיט שידוכים" האט מיין מאמע געפאדערט, "וואס וועט זיין מיט דיינע חברותות" האט דער משגיח געמאנט, אוי, חברותות... וויפיל עגמת נפש איך האב מיטגעמאכט אין מיין יונגע לעבן(...), ווען די חברותות האבן זיך איינס ביי איינס אפגעפעקלט, און געגאנגען זוכן בעסערע גליקן, נאך א וואך צוויי פון נאכאנאנד אנטוישט ווערן פון מיינע הבטחות. אמאל האט מיר זאגאר גענומען א גאנצע וואך אויסצוגעפינען אז מיין חברותא זיצט שוין מיט א צווייטן...
א עקסטערע פרשה איז געווען מיט די דיאגנאזן וואס זענען געקומען פון אלע זייטן "ס'זיכער דיין וועיפ וואס איז שולדיג" האט מיין מנהל דערקלערט, "ס'זעט אויס עפעס נפשיות'דיג ברויכסט זען א פראפעסיאנאל" האבן די @פופציגערס מסביר געווען , "פרוביר מיט קנסות\פראדאקטיוו\בשעה\א נייע חברותא\ א פרישע לימוד" האב איך טעגליך באקומען הערות פון די גוטהארציגע צוקוקער, טייל האב איך פרובירט און זיך אליינס איבערצייגט אין זייער אומווירקזאמקייט, ווען אויף די אנדערע בין איך שוין געווען מיואש פון פראבירן, און אזוי האב דורכגעשטופט מיינע צוויי יאר אין ישיבה גדולה, מיט היבש הצלחה אין לימודים, אבער נאר אין די צווייטע האלב פונעם טאג.
טראץ די שווארצע נביאות, בין איך ביי די אכצן בשטו"מ א חתן געווארן(מיין שווער האט זיך נאר נאכגעפרעגט ביי די נאכמיטאג מגי"ש, איך האף אז ער קוקט נישט אויף אידטיש...) מיט א פרישקייט האב איך זיך צוגעזאגט אז דאסמאל מיין איך עס אמתדיג...כ'מיין, ווער ווייסט נישט אז אין דעם ווענדט זיך די גאנצע שלום בית(אליין געהערט פון חתן מדריך...), אבער ס'האט קיינמאל נישט פאסירט. שבע ברכות איז דאך שבע ברכות, דערנאך איז געקומען א גוטע פאר וואכן וואס סנעמט ביז מ'גייט אריין אין סקעדזשול, ביז איך בין אויסגעלאפן פון תירוצים, און געדארפט קוקן דעם מציאות אין פנים, אז ניין, איך האב נישט געביטן הויט, און געבליבן דער זעלבע לוזער, וואס קען זיך נישט ארויסזען פון בעט קיין נפק"מ ווי שטארק איך וויל.
היינט צוטאגס האלט עס שוין נישט ביי די שטאפל פון פארפאסן חצות, ב"ה, אבער איך בין נאכנישט פטור געווארן פון דעם "מחלה"(איז עס דען נישט?), איך פיל ווי מיינע טעג ווערן מיר צורינען מיט גארנישט, מיין טייערע שעות גייען אין מיסט טאג איין טאג אויס, און איך מוז עפעס טון דערצו.
אשר על כן, האב איך באשלאסן זיך צו ווענדן צו מיינע חברים אויף "אידטיש", און מיין ציל איז צווייפאכיג, איינס, צו הערן ענקער עקספיריענס אין דעם נושא, און זיך מחזק זיין מיטן "צרת רבים", והשנית והעיקר, ווערט דער עולם געבעטן אריינצוקומען מיט חיזוק, געדאנקען, און עצות וואס קען העלפן מיך און אנדערע אין דעם הינזיכט, איך גלייב אז ס'דא אסאך וואס וועלן זיך טרעפן כאטש טיילווייז אין מיינע שורות, און וועלן נהנה זיין דערפון, והיה זה שכרי.
נ.ב. אויב ווילסטו שרייבן "אז מ'לייגט זיך פרי, שטייט מען אויף פרי" - מיין טאטע האט דיר שוין אויסגעכאפט...(אזוי אויך ווייס איך שוין אז "א גוטע זאך קומט אן שווער", און אז רצון ברעכט אייזן", פעלט נישט אויס קיין חזרה...)