ווינטעלע'ס צוואה!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

כזאל עס יא טון? נע! סוועט נאר חרוב מאכן!
אבער די עולם דארף כאפן די מעסעדזש. גערעכט. אבער א ניק נעמט צייט עס זאל באקומען א געשעצטע פנים צעווישן מיינע ניק חבירים, סתם לייגען די גאנצע ארבעט אין גארבידזש אזוי בידים?!?
ווי אזוי וועט מיר @דער תהלים איד אנקוקן? (אוי פארגעסן ער איז שוין נישט אקטיוו...) וועט נאך @נקודות טובות לייקן מיין טייערע פאוסטס??
אבער סתם לאזן די פעין אין זיך וועט עס נאר ערגער מאכן...

ווינטעלע האט געארבעט שווער צי אנקומען צי די אקטיווע באניצער ראנג אזוי ווי דיך, אבער כבין יעצט אויפן וועג אלעס צי לייגן אין גארבידזש.

וואזשע דעיע לאנגע אריינפיר דא? כציטער פלעין צי קומען צים ווארט...


יאלא


המממ



עם, יא.
לאמיר ציקנייטשן יעצט מיין שיינעם ניק ציזאמען מיט מיין ווייטאג!


1 2 3
"ווינטעלע איז נאך א בחור"! בום!!!

ווא??? יע!!!

כאב חבירים וואס זענען פון אונזער פארברענגערס דא אויפן טישעל, שיינע אינגעלייט וואס פראווענען שיינע שמחות ב"ה,
דער א קידוש, דער האט שוין א שער-מאשין פאר זיין זיסע אינגעלע ב"ה.
דערנאך קען איך א בחור וואס טראגט די זעלבע מאסק אויף זיין פנים ווי מיר, .(ווי מיר ביז יעצט)
גראדע קען איך אויך אפאר פון די גרויסע ניקס אויפן אנדערע סייט, וואס שפילן אויך דעם געים, מיז ביזי שרייבן פאוסטס איבער די געקרוינטע ווייב, אז קיינער זאל חס ושלום נישט קענען פראבירן צי טראכטן אז מרעדט דא פון איינער וואס האט נאכנישט געטראפן זיין באשערטע.

פארוואס דארפן אזעלכע באטראפענע זיך טרעפן באטראפן?!

סדא א ראש חודש אשכול, א ליל שישי אשכול, א מאנסי אשכול, כמיין איך עפן א בחורים אשכול...

שוין די ווייטאג איז ארויס געקומען אן רשות.
מיין נאמען געב איך דיר נישט, אבער מיט מיין לעבן בין איך שטאלץ אפילו אונטער א ניק.

אויב די ביסט גוט, ביסטו גוט מיט א ווייב אדער אן.
מקען ברענגן די קאווערס פון די נייע צייטונגן אפילו מהאט נישט קיין ווייב. און
דער אינגערמאן וואס האט די טאלאנט פון שרייבן, האט עס נישט באקומען אונטערן חופה.

איך קען מארגן אריין וואקן מיט א נייע ניק אין שפילן טאטי. (כאשוין א איידיע פון א פאוסט איבער מיין ווייב)
אבער איין קשיא. פארוואס???

(מיין משגיח קומט איך דארף לויפן... :P )

הצלחה!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך פופציגער »

ווען אעך קען ווען לייקן מער ווי איין מאל א תגובה איי וואלד דו איט!!

זייער שטארק פון דיין זייט ארויסצוקומען אזוי!

ווינטעלע איז א געשעצטע ניק, א ניק מיט א הערליכע רעפוטאציע, א ניק וואס ספייסט צו צו דעם זייטל, פון ווען אידטיש איז געגרינדעט געווארן!

ווינטעלע’ס הערליכע רעפוטאציע טוישט זיך נישט פון ווען כבין געווען זיכער ער איז אן עלטערער אינגערמאן, ביז ווען איך הער אז ער איז אן אומפארהייראטער אינגערמאן, און אויך נישט אויב באלד זאגט ער אז דער תגובה דא איז סתם א סקעם!...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3532
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך וואוילער »

האסט געלערנט אין ישיבה מיט @נקודות טובות וואס האט חתונה געהאט דעם יאר?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

וואו. שכח @פופציגער

דוינט ווארי, כאמיר נישט געקענט מוחל זיין פארן דריקן דעיע תמימותדיגע שיק קנעפל,
אבער נאכן זען דיין ריפליי דאנקעך גאט אז די שיק קנעפל עקזיסטירט.

א סקעם??? די סקעם איז געווען ביז יעצט!!!

איך לעב שוין געניג פאלטש אין מיין אמתע לעבן, סוי לאמיר לעבן אמתדיג אונטער מיין פאלטשע ניק.


די שמחות אשכול האט נאך פלאץ פאר נאך א פאוסט. וויל קיפ יאו פאוסטעד אי"ה.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:20 am האסט געלערנט אין ישיבה מיט @נקודות טובות וואס האט חתונה געהאט דעם יאר?
כווייס נישט וועלכע יארגאנג איר זענט, אבער איז נישטא מער קיין בחורים איבערגעבליבן אין דיין כתה פון ישובה?
אויב נישט, שנעל שרייב א שכח פאר גאט
viewtopic.php?p=63462#p63462
ווייל ליידער קענען זייער אסאך נישט ענטפערן א ניין אויף דעיע קשיא.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1286

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

דער אינגערמאן וואס האט די טאלאנט פון שרייבן, האט עס נישט באקומען אונטערן חופה.
אזוי גערעכט! און מיט יעדע זאך און דאס איז טאקע די מעלה פון א ניק אז מען קען מקבל זיין שיינע געדאנקען אן עס אפסטעמפלען פון פארדעם מיט יענעמ’ס פנים
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1796
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4809

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך נקודות טובות »

@ווינטעלע וואס איז פשט פונעם קעפל @ווינטעלע'ס צוואה? א צוואה שרייבט מען ווען מען גייט. דו גייסט נישט אין ערגעץ, דו בלייבסט מיט אונז!

איך קען פארהייראטע וואס שרייבען מיט א ניק וואס ווען נישט איך קען זיי וואלט איך נישט געקלערט אז זיי זענען עלטער ווי זעכצען. טאקע וויבאלד דער שטריימעל איז נישט קיין הכשר אויפן רייפקייט, דאס ווייב איז נישט קיין צייכען אויף קיין דעת, קינדער איז נישט קיין סימן אויף ישרות, און א טלית איז נישט קיין סיבה אויף תוכן! דערפאר פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס דו זאלסט קלערן אפי' פאר א מינוט אז אייער סטאטוס זאל אויסמאכען כלפי אייערע תגובות, און דאס נאך א נאמען געבן @ווינטעלע'ס צוואה!

דאס וואס איר האט גענומען די קאראזש זונטאג JULY 23 3:21 AM און זיך דא איינגעשריבען. און אנשטאט זיין סטאק מיט דיין מצב, האסטו געטראפען א פריוואטע ווינקעל ווי קיינער ווייסט נישט וואס ליגט באגראבען אונטער דיין ניק. און מנדב געווען 144 געלונגענע תגובות צום טיש איז ביי מיר ווערד אסאך אסאך מער ווי 144 פון מיינע תגובות!

איך גיי דיר נישט יעצט אנהויבען לייקן ווייניגער ווייל דו האסט געהאט א דראנג אראפצונעמען די מאסקע פון דיין פנים. דו ביסט ביי מיר נישט געווארן קיין דרגה שוואכער. אבער אויך גיי איך דיר נישט לייקען מער ווי ביז איצט. טאקע ווייל א זאכליכע תגובה איז נישט געוואנדען אין וויפיל קינדער מען האט!

די שטארקייט צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן אפי' דער אויבערשטער האט דיך נאך דעווייל נישט צוגעשיקט דיין באשערט'ן איז נישט עפעס וואס איך קען באגרייפען. חזק ואמץ, וד' עמכם גבורי החיל!

איך קען דיך בכלל נישט, אבער דאס אז אידטיש האט באוויזען זיך אזוי שיין אויפצובויען און די פארגאנגענע פאר חדשים איז די ארבעט פון אלע טייערע ניקים דא, ואתה בתוכם! קיין שום חילוק אין די סטאטוס!

און צום שלוס. דער אויבערשטער זאל העלפען אז דו זאלסט קענען מעלדען דא בפומבי די גליקליכע מינוט ווען דו וועסט אויפגעראכטען ווערן. און דער אויבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל זיין גאר בקרוב ובנקל!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4720
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14048

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מיין הארץ איז מיט דיר, ווינטעלע.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

@נקודות טובות פארוואס ווינטעלעס צוואה? א צוואה שרייבט מען נישט ווען מען גייט, מען שרייבט עס ווען מען הייבט אן שפירן אלט.... :lol:
אבער ערענסט גערעדט, סגעקומען פון איבעריגע פחד אז אפשר וועט מען טאקע דארפן גיין, און אנהייבן דאס איטישע לעבן פון פריש...

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:50 pm דאס וואס איר האט גענומען די קאראזש זונטאג JULY 23 3:21 AM און זיך דא איינגעשריבען. און אנשטאט זיין סטאק מיט דיין מצב,
יאפס. אסאך קוראזש זיך איינצישרייבן "3:21 am" און האפן אז די עולם זאל טאקע אפקויפן אז מרעדט דא פון איינער וואס האט א ווייב, יע יע...



איך פריי מיך באמת צי זען די הצלחה פון א מקום וואס לאזט יעדעם זיין זיך.

קענען ארויסקומען אין פובליק מיט א אזא סטעיטמענט, איז צי פארדאנקן אלע תושבים דא פארן געבן די פרייקייט.
און לאמיר האפן אז מיט דעם האט מען אפגעקראצט נאך א שיכט צים פאזיטיווע ריכטונג וואס אידטיש האט געברענגט מיט זיך.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

האבעך געזאגט אז כוועל אפדעיטן מיט די שמחה,
און יא! ב"ה כקען זאגן הויעך צו מיינע אלע אידטיש חבירים

מזל טוב!

"שמחות בית ווינטעלע" מיטן פולן באדייט.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6628

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

@ווינטעלע אהער מיט א מאלעריי צו דעסקרייבן די שמחה!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3672
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4610

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך שמח »

ווינטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:54 pm האבעך געזאגט אז כוועל אפדעיטן מיט די שמחה,
און יא! ב"ה כקען זאגן הויעך צו מיינע אלע אידטיש חבירים

מזל טוב!

"שמחות בית ווינטעלע" מיטן פולן באדייט.
ב''ה, נאר אויף שמחות!!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך נאך וואס »

ווינטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:54 pm האבעך געזאגט אז כוועל אפדעיטן מיט די שמחה,
און יא! ב"ה כקען זאגן הויעך צו מיינע אלע אידטיש חבירים

מזל טוב!

"שמחות בית ווינטעלע" מיטן פולן באדייט.
מזל טוב מזל טוב!

דער אויברשטער זאל העלפען עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים, חיי נחת ושבע שמחות עד בלי די.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6628

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איז ער נישט גערעכט?
שוב יום אחד לפני מיתתך (פאר דיין מיסיס...)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 473
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 847

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך וואלף »

ווינטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:54 pm האבעך געזאגט אז כוועל אפדעיטן מיט די שמחה,
און יא! ב"ה כקען זאגן הויעך צו מיינע אלע אידטיש חבירים

מזל טוב!

"שמחות בית ווינטעלע" מיטן פולן באדייט.
מזל טוב מזל טוב!

דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל דורות ישרים ומבורכים וכל טוב ב'רוח'ניות ובגשמיות, ס'זאל שטענדיג זיין א איינגענעם ווינטעלע ביי דיר!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2694
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7415

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך פופציגער »

מזל טוב @ווינטעלע !!!



אפשר קען מען מאכן א שטיקל אידטיש פארברענג לכבוד די שמחה...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4720
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14048

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מזל טוב!
האסט געמאכט מיין טאג.
@להגדיל הטראסק אונז ווארטמיר נאך אויף דיינע ברכות...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2061
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6628

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מזל טוב!!! דער באשעפער זאל העלפן אז די שמחה זאל זיך ציען געשמאק ווי א לופטיג @ווינטעלע אין א הייסן טאג,
די הכנות צו די חתונה זאל אנקומען גרינג, שאפינג, דירה, דעיטס פאר די ימי השמחה, געשמאקע רילעישאנשיפ מיט די מחותנים, זי זאל גוט פארשטיין צו דיר, און דעזיגנירן אין ליווינג רום א באזונדערע וואנט אלס ארט גאלעריע...

אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט קינדער וואס טאנצן אונטער די פיס, און מאכן טראבל ווי געזונטע קינדער אבער דו זאלסט עס קענען געניט האנדלען,

דער באשעפער זאל דיר געבן,
א זיס לעכטיג לעבן,
דיין שטוב וועבן
מיט הצלחה קלעבן
ברוחניות ווי דיין שטרעבן
מיט גשמיות דערנעבן

ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דעם עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן קול כלה, דער אייבערשטער אונזער אייביגע האפענונג זיין ממלא, און אונז אלע, גיין קעגן משיח בשמחה ובצהלה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3672
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4610

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך שמח »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:09 pm מזל טוב!!! דער באשעפער זאל העלפן אז די שמחה זאל זיך ציען געשמאק ווי א לופטיג @ווינטעלע אין א הייסן טאג,
די הכנות צו די חתונה זאל אנקומען גרינג, שאפינג, דירה, דעיטס פאר די ימי השמחה, געשמאקע רילעישאנשיפ מיט די מחותנים, זי זאל גוט פארשטיין צו דיר, און דעזיגנירן אין ליווינג רום א באזונדערע וואנט אלס ארט גאלעריע...

אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט קינדער וואס טאנצן אונטער די פיס, און מאכן טראבל ווי געזונטע קינדער אבער דו זאלסט עס קענען געניט האנדלען,

דער באשעפער זאל דיר געבן,
א זיס לעכטיג לעבן,
דיין שטוב וועבן
מיט הצלחה קלעבן
ברוחניות ווי דיין שטרעבן
מיט גשמיות דערנעבן

ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דעם עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן קול כלה, דער אייבערשטער אונזער אייביגע האפענונג זיין ממלא, און אונז אלע, גיין קעגן משיח בשמחה ובצהלה.
גא''מ הק' @שמח
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

אמן! אמן! אמן!
Wow שכח שכח!!!

אי"ה ביי אונז אלע אויף שמחות געזונטערהייט, און מזאל נאר קענען מיטיילן שמחות דא אויפן טישל!!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

@להגדיל הטראסק איר זענט א לייוו קאצקע צוקער!
שכח! אמן אמן!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 160

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך נאך וואס »

ווי איז די ווארט?
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:03 pm מזל טוב @ווינטעלע !!!



אפשר קען מען מאכן א שטיקל אידטיש פארברענג לכבוד די שמחה...
צוגרעטלך אויף מיין קאסטן...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך ווינטעלע »

נאך וואס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:33 pm ווי איז די ווארט?
די ווארט איז שוין געווען.

מהאט אלס געמאכט אין איין שאס, כדי די חתן זאל קענען ענדיגן זיינע בחורישע יארן אין ארץ ישראל.

שכח טאקע פאר @שרגא @קשאנובער פארן זיך משתתף זיין מיט מיין שמחה!
און נאך אפאר טייערע ניקס וואס מקען נישט ארויסשרייבן.. געווען א זכיה צו אפנעמען אייער ברכות!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5946
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12842

Re: ווינטעלע'ס צוואה!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW!!!

דאס איז עכט???

מזל טוב!!! מזל טוב!!! מעומק לבב!!! שמחה גדולה לרוב!!!
שרייב פאוסט