בלאט 1 פון 1

איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:25 pm
דורך ווינטעלע
פארן מיר געבן די כוחות דיר צי דאנקען, אפילו יעצט ווען מיין טאג איז געפארן פינקט פארקערט ווי איך האב געוואלט. (סגעפארן פינקט ווי "דו" האסט געוואלט)

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:26 pm
דורך ווינטעלע
פארן עס קענען ארויסשרייבן!

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:05 pm
דורך להגדיל הטראסק
פארן דאווענען פרי היינט!
פארן נישט זאגן קיין תחנון היינט! (טראץ וואס ביי רוב מנינים האט מען יא געזאגט...)
אז די אויל טשעינדזש האט גענומען אסאך שנעלער ווי גערישט!
אז @ווינטעלע גייט אן!!! הגם כ'האב נישט קיין אנונג צו זיין מעשה איז אמת וכו' אבער ווי ר'@פופציגער זאגט, באיזה צורה שהוא איז @ווינטעלע מונטער...
באשעפער דו ווייסט אז כ'האב נאך אסאך וואס דיר צו דאנקען, אבער נישט אלעס דארף גיין פאבליק...

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:13 pm
דורך בערל דער פייפער
אז מיין ציין טוט מיר נישט וויי ב”ה

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:35 pm
דורך להגדיל הטראסק
אז כ'האב געכאפט מיין מנין מנחה
אז נאך די צוויי זעצעס אין פרצוף היינט האב איך נאך געקענט געהעריג דרייוון
ביסט מקנא? א מינוט צוריק איז נישט געווען דער איסור פון אדר צו זיין 'אנגעזעצט'...

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 7:21 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אז איך האב זיך געקענט איינהאלטן פון שרייבן א פאסט וואס האט נישט געדארפט געשריבן ווערן...(@להגדיל הטראסק ווייסט וואס..)

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:35 pm
דורך הר ההר
על חיינו המסורים בידך! וואס איז שייך? ער געט מיר אלעס!

Re: איך דאנק דיר באשעפער...

געפאוסט: זונטאג פעברואר 11, 2024 10:22 pm
דורך פליט
פאר די באפרייאונג פון די משכונות!!!!!!!!!

כבין פלעין פריילעך. שכח טאטי!

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:06 pm
דורך וואלף
אז איך קען דיר דאנקן

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:51 pm
דורך פליט
פארן אונז געבן די מתנה פון תשובה!

כניץ עס גוט אויס...

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:03 pm
דורך מירון
פליט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:51 pm פארן אונז געבן די מתנה פון תשובה!

כניץ עס גוט אויס...
חזק ואמץ! ניסן איז ימי אהבה, גדולה תשובה [מאהבה] שזדונות נעשות לו כזכיות (גמרא יומא).

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:30 pm
דורך Spa 42
אז איך האב געהאט די זכי' מהנה צו זיין ביז אהער אידישע קינדער אויף דעם סייט מיט אינטערסאנטע נייעס, בילדער, ווידיאו'ס וכו'.
און נישט בלויז געזוכט צו ווארפן פאוסט'ס אן קיין אינהאלט.

והקב"ה יעזור להלאה.

מיר זענען גרייט ממשיך צו זיין ביתר שאת ויתר עוז.


-Spa-

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:00 pm
דורך ס'קען זיין אז..
Spa 42 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:30 pm
אז איך האב געהאט די זכי' מהנה צו זיין ביז אהער אידישע קינדער אויף דעם סייט מיט אינטערסאנטע נייעס, בילדער, ווידיאו'ס וכו'.
און נישט בלויז געזוכט צו ווארפן פאוסט'ס אן קיין אינהאלט.

והקב"ה יעזור להלאה.

מיר זענען גרייט ממשיך צו זיין ביתר שאת ויתר עוז.


-Spa-
קענסט מאכן אזוי
מיין דאנק.

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:45 pm
דורך פליט
פארן אונז שיקן @ספא צוויי אין פערציג אלס א גוטע שליח אונז צו מהנה זיין אויף א כשר'ע און אויסגעהאלטענע וועג. ערז אונז ממש מחיה!!

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 5:14 pm
דורך פיקאפ טראק
אז די האסט אריינגעגעבן די קלוגשאפט אין מענטשן, אויפציקומען מיט אזא זאך ווי א קאר! מ'קען גיין און קומען, ווי מ'וויל, גרינגערהייט!!

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: מיטוואך מאי 15, 2024 5:54 pm
דורך אנדערער
פיקאפ טראק האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:14 pm אז די האסט אריינגעגעבן די קלוגשאפט אין מענטשן, אויפציקומען מיט אזא זאך ווי א קאר! מ'קען גיין און קומען, ווי מ'וויל, גרינגערהייט!!
זאגט דער פיקאפ טראק...

Re: איך דאנק דיר באשעפער…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:23 am
דורך הר ההר
פארן מיר געבן אידטיש.
מען איז אין די מאד פון זיך אויסבלאזען און מען קען עס טון אנאנים, קיינער ווייסט אפילו נישט אז איך האב יעצט געכאפט א רוק.