זיך אויפרייסן ביי א חתונה
געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 4:37 pm
גאר אסאך איז שוין גערעדט און געשריבען געווארן וכמאמר העולם דהרבה קולמסין נשתברו ע''ז, איבער די ענין פון די היינטיגע חתונות און די הוצאות וואס דאס ברענגט מיט זיך. עס איז ארויס פון יעדן גבול, און די מליצה פון דמים תרתי משמע איז א קארני וויץ ווען מען רעדט פון די נושא.
די פשוטע טענה וואס מען הערט אסאך מאל איז, אז די עשירים רוקען ארויף די סטאנדארטען! אויב א שטריימעל קאסט 5,000 דאלער, וועט ער צאלן 6,000 דאלער כדי צו זיין מער ווי דער עוורידזש. און ווי נאר דער צווייטער עושר זעהט אז זיין קאלעגע צאלט 6,000 פארלאנגט ער דאס אויך. ביז רעכל און מעכל פארשטייען אז דאס ווערט היינט די סטאנדארט, וואס דעמאלטס קומט דער נעקסטער עושר און צאלט 7,000 פאר א שטריימעל. וחוזר חלילה...!
די שטריימעל איז א דוגמה, וכן נמי מיט מוזיק ביי חתונות. אויב איז די סטאנדארט צו האבן א שפילער מיט א זינגער, קומט דער עושר און ער וויל צושטעלן פאר זיינע חברים וידידים א שיינע און געשמאקע חתונה נאכט. און ער נעמט צו א גיטאר מיט א סעקסעפאון. א יאר שפעטער נעמען שוין רעכל און מעכל אויך, גייט דער עושר נאך א דרגה העכער. וחוזר חלילה...!
ממילא ווען מען זוכט א לעזונג צו די מכה אשר לא כתובה בתורה איז די ערשטע זאך וואס קומט ארויף אויפן געדאנק א זאך וואס הייסט חתונה תקנות. מען גייט אנצוימען דעם עושר און אים פארשרייבען פונקטלעך וואס ער מעג יא און נישט טוהן. ושלום על ישראל.
יעצט ווען מען קוקט זיך צו שטחיות'דיג איז טאקע אמת אז דער עושר איז דער וואס רוקט ארויף די סטאנדארטען יעדע יאר. אבער למעשה זעהן מיר אז וויפיל מאל קהילות קדושות האבן פראבירט מיט די מהלך איז עס דורך געפאלן. און די סיבה איז וויבאלד מען טארגעט נישט די אמת'ע סטאנדארטען ארויף ריקער.
לאמיר פראבירן זיך אריינצולייגען אינעם קאפ פונעם עושר. און זעהן ווער איז באמת דער וואס רוקן ארויף די סטאנדארטען.
דער עושר קומט אריין צו א חתונה, ער זעהט אן עמך חתונה מיט די עמך סטאנדארטען און ער טראכט צו זיך. דער מחותן דא פארדינט 100,000 דאלער א יאר. און זיין חתונה נאכט קאסט אים 10,000. קומט אויס אז די סטאנדארט פון חתונה מאכן איז לויט די עמך סטאנדארטען א צענטעל פון די יערליכע פארדינסט. נו אויב אזוי איך פארדין א מיליאן דאלער א יאר, דארף מיין חתונה נאכט קאסטען 100,000 דאלער, ווייל דאס איז דאך א צענטעל פון מיין יערליכע פארדינסט.
ער קלערט ווייטער, משוגע בין איך נישט, איך גיי נישט אראפ-פלאשען הונדערט טויזענט דאללער אין איין נאכט. אבער דאך מעג איך מיך ערלויבען א שענערע חתונה ווי די עמך איד. פארוואס? ווייל ווען מען גייט ארום פארן ביהמ''ד בדק הבית נאך געלט בעט מען פון יעדן 360 און פון מיר בעט מען 36,00 וכן ביי די דינער פונעם מוסד. איז פארוואס ביים חתונה מאכן דארף איך זיין אייניג מיט יעדן? איך גיי אויך צושטעלן עפעס וואס אנדערע שטעלן נישט צו.
ער מאכט אפ ביי זיך אז איך גיי טוישען צוויי זאכן.
1) די מעניו זאל זיין אביסעל שענער, אנשטאט טשיקען וועל איך געבן בהמה פלייש אן אפגרעיד פון צוויי טויזענט דאלער.
2) די מוזיק וועל איך נעמען צוויי אינסטרעמענטען ווייטער אן אפגרעיד פון צוויי טויזענט דאלער.
יעצט בסך הכל קאסט אים די חתונה נאכט מיט פיר טויזנט דאללער מער ווי דעם עמך איד.
די שטריימעל פארן חתן קויפט ער אויך נישט די עמך שטריימעל, ווייל זיין לעבן אין אלגעמיין איז אויף א העכערע סטאנדארט. זיין הויז האט געקאסט צוויי מיליאן דאללער אנשטאט איין מיליאן. זיין קאר קאסט הונדערט טויזענט דאללער אנשטעט א @פופציגער. אין באנק וועט אים עס נישט מאכן קיין חילוק, סאו פארוואס נישט?
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון אלע תענוגי עולם הזה כמבואר בספרי מוסר. נאר פון דעם אז ער מעג זיך פארגינען עפעס וואס דער עמך איד פארגינט זיך נישט ווייל ער קען עס נישט עפאורדען (ווען ער קען עס ווען עפאורדען טוט ער עס ווען אויך, והא ראיה איינמאל עס ווערט א סטאנדארט ערלויבט ער זיך עס אפי' אויב די באנק נומערען קרעכצען שטארק)
די פראבלעם הויבט זיך אן מיט די וואס מוזן ווייזען פארן עולם אז איך קען אויך, און ער מאכט נאך דעם עושר כאטש וואס ער ווייסט קלאר אז דער עושר פארדינט צען מאל מער פון אים א יאר! ער איז דער וואס הויבט די סטאנדארטען פאר צוויי סיבות.
1) ווייל יעצט גייען דאך משה און בערל אויך ווילן ווייזען אז זיי קענען.
2) ווייל דער עושר גייט זעהן איבער'ן יאר אז די סטאנדארטען זענען העכער וועט ער ווייטער גיין א שטאפעל מער. און מיט רעכט!
און אזוי איז פארן די סטאנדארטען כסדר ארויף און ארויף כסדר.
יעצט צו די טענות פון די אלע אומ-פארגינערס וואס שרייען אז דער עושר וואלט אסאך מער אויפגעטוהן ווען ער געבט געלט פאר אנדערע אידן חתונה צו מאכן. וויל איך זאגן אזוי.
1) ער האט טאקע אין די נאכט אויסגעצאלט נאך א חתונה פון א איד וואס מיטשעט זיך.
2) איך ווייס אז ער וואלט מער אויפגעטוהן, אבער אין דעם פאל האט דער אויבערשטער אים געגעבן די כח הבחירה. און ער וויל אנדערש זיך אויפרייסען ביי א חתונה. און ער האט די רעכט דערפאר.
3) דא גיי איך שוין שרייען! איר שעמט זיך נישט? ווער זענט איר צו רעדן בכלל? אנשטאט קוקען וואס דער עושר טוט און אים פראבירן צו נאכמאכען, קענט איר דאך אויך געבן די איבריגע געלט פאר ארימעלייט! מאך חתונה אויף די סטאנדארטען פון צען יאר צוריק, און דאס איבריגע צוטייל פאר צדקה! איר טוט דאס נישט, אבער פונעם עושר פארלאנגט איר אז ער זאל עס טוהן?
4) איר פארלאנגט פונעם עושר אז ער זאל אוועקגעבן יעדען דאלער זיינע פאר צדקה, און ווען ער געבט דאס ווייסט איר אים אוועקצומאכען אז ער טוט דאס בלויז פאר כבוד און עטענשטען. און מיין הונדערטער איז אסאך מער ווערד.