די ניין סארטן חתן טאנצערס - פאר שוואכע הערצער
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 02, 2024 8:41 am
געזען דעם ארטיקל אויף איי וועלט און הנאה געהאט. איך קען באשטיין אז אידן פון אידטיש (חפץ חיים אידן..) זאל אויך הנאה האבן.
דער בעל המאמר רופט זיך כתמר יפרח. תשועת חן חן לו.
------
געווען אמאל די וועלט צוטיילט אין צוויי קאטעגאריעס, א זכר אין א נקבה, סימפעל, אבער יארן שפעטער האבן די חברה אנטדעקט אז די מענטשהייט איז אסאך מער קאמפליצירט, אין איז צוטיילט לויט יעדעמ'ס תכונות הנפש, איינער צוטיילט דאס אויף קאלירן, איינער לויט די מזלות, א דריטער לויט די טעג פינעם וואך, ניין נאמבערס, וכהנה עוד.
איך מיין אז מ'קען צוטיילן די מענטשהייט לויט וויאזוי ער טאנצט, יאפ גוט געהערט, נעקסטע חתונה וואס די גייסט, לייג צו קאפ, עסטע זעהן יעדער דער וואס טאנץ אינמיטן ציטן חתן האט אנדערע תכונות הנפש, אין ס'איז סאך טיפער ווי די מיינסט. ובזה החלי
דער כוכב הנוגע, די שטערן קנייטשער, אזוי ווי די האסט אים נאר ארויסגעצויגן פינעם רינג צום סענטער, געט ער זיך א צעקנייטשט די שטערן, ווי א פאריעריגער נוי סוכה, אין פארמאכט די אויגן ווי אינמיטן נעילה, וואס הייסט ער האט גרויסע כוונות יעצט, ער טאנץ שמות, די זינגער קנאקט יעצט בן בג בג אין ער טראכט גאר פין אבא דאמא אין פזר קש"ב, וואס פארשטיי איך.
די נעקסטע אין די רייע איז דער נחבא אל הכלים, ער איז איינער וואס וויל באמת נישט מאכן א מצב פין זיך, ממש אנטלויפט פין ציען אויפמערקזאמקייט, אין דער יונג גייט נישט טאנצן ווען ס'קומט זיין רייע, נע חלילה, ער הייבט אן צוריק צו בעקן אזוי ער באמערקט אז מ'מיינט אים, ער וויל באמת נישט קיין כבוד, צוויי גיבורים שטעלן זיך ביי זיינע צוויי פלייצעס אין מ'שלעפט אים ווי אין רעמסס אין גארנישט, די בחור רירט זיך נישט, וואס הייסט ער וויל נישט מ'זאל מאכן אן עסק פין אים, די חתן שטייט קעגן אים א צווייטער שלעפט אים ביים גארטל, די גלעזער שוין געפלויגן די גאנצע עולם קוקט שוין נאר אויף אים, אין ב"ה פיינעלי אונזער ענוותנותן אין שוין מוותר אין געבט זיך אונטער בדיעבד, וואס טוט מען נישט פאר א ביסעלע ענווה,
די נעקסטע איז די סוד שיחער, ער כאפט אן די חתן אין הייבט אן אריין רוימען אינעם חתן אויער גאנצטע מדרשים, די מוזיק באמבערט עס איז אוממעגליך אז אונזער טאנצער הערט זיין אייגענע קול, אבער די חתן שמייכלט צוריק אין שאקעלט מיטן קאפ ווי כאילו ער פארשטייט די דשאוק אין האפט נאר עס איז נישט געווען קיין קשיא, אבער ער שרייט ווייטער, דערמאנט די חתן ווי ער פלעגט שלאפן אין שיעור א', עכ"פ וויכטיגע ענינים.
דערנאך איז די בור שמאבד טיפה, ער פשוט ווייסט נישט די פיפטע חלק אינעם לעבן בכלל, אין איינע פין די פלעצער ווי ס'קלאפט אויס איז ווען אפצולאזן די חתן אנגעשוויצטע הענט אין צוריק גיין אונעם רינג ווי ער איז געקומען, ער טאנצט אין טאנצט ווי כאילו אלץ ווארט נאר אויף אים, וואס הייסט ער איז דאך די עלטער פעטער פינעם זיווג ראשון, ער שאקעלט לולב מיטן חתן'ס הענט, דערווייל ווען ער טאנץ נאך גיימער צום נעקסט.
די נעקסטער האט אזא אינטערעסאנטער מנהג, כ'מיין ס'קומט נאך פין זיין זיידע, אז ווי נאר די חתן ווערט אוועיליבל צו טאנצן מיט אים, הייבט ער אויף ביידע הענט אים די לופט אין הייבט אן אזא קליינע ברוגז טאנץ אויפן וועג צום חתן, אין ער פאדערט פינעם חתן זאל אים אפ שפיגלען מיט זיין מאדנע תימנער טאנץ, רחמנות די חתן, ער קעדאטשקעט זיך אין פארנט פין די גאר געשמאקע בחור,
שוין, די קומעדיגער איז די חבר נאמן, ער ווייסט נישט אז די אנגענומענע כלל אז מ'טאנץ פנים אל פנים, אהין אין צוריק ווי א פארעלער פארקינג, אבער דער כאפט אן די חתן פינעם זייט אין לייגט ארויף זיין רעכטע הענט אויפן חתן'ס פלייצע אין הייבט אן ארום לויפן ארום די רינג, אין מיט די לינקע הענט מאכט ער סימנים ווי א קאר ווייפער אז די עולם זאל זיך יעצט הייבן, ער טאנץ דאך מיטן חתן יעצט,
דע קומענדיגער איז די להשיג תלמיד, קאנפידענס ביז פאריז, ער געט א כאפ אן די חתן ווי די לינדזען זופ מיט כוח אזש די חתן הענט בלוט ווערט קאמפליטלי אפגעשטעלט, ער טאנץ מיט אייפער, אין פינקט יעצט שפאצירט אריבער אונטער אים אונזער דריי יעריגער יענקי גאר געלאסן, מיטן זיסן דאשיק אויפן קאפ, אין בום….
דערנאך איז דער פושט בגדים, דער טאנץ שוין פאר א שעה אינעם רינג, אלעס פארט כשורה, אבער ווי נאר די חתן מאכט קאנטעקט מיט אים אינעם סענטער, הייבן זיך זיינע בגדים זיך אויפלאזן שטייטלעך, די גארטל הייבט אן ציען אויף אראפ, די שטריימעל פאלט, די גלעזער גליטשט, די קאפל גייט אויף דרום, איינער מאכט אים אים טייט די גארטל, א צווייטער בינט אים צו די שיך, יעדער קוקט אוועק..
די לעצטער איז די אייגען געמאכטע עסקן, ער מאכט זעכער אז די חתן טאנץ מיט די זיידעס, ווען נישט אים וואלט די חתן געטאנצן מיטן פאטאגראפער יעצט, ער ברענגט די גלעזל סודה, לייגט זיין ריזן שטריימעל אויף די פיצי דרייצן יעריגער בחור, טוישט די טאנץ יעדע זעקס סעקונדעס ביי הארא, אקוצער ער ראנט די עווענט דא, וועלעכע פין דעם ביסטו?
אה, די פרעגסט פארוואס איז שרייב זעכע שטותים? פשוט די גראמער דא גייט מיר אויפן נערווען אין ס'שפעט…