בלאט 1 פון 1
דאס חפץ חיים וועבזייטל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:12 pm
דורך נקודות טובות
חפץ חיים וועבזייטעל!
יעדער ווייסט וואס מען מיינט, און יעדער פארשטייט פשט אין דעם צונאמען. עס זענען דא געוויסע וואס האבן אויף אונז א קרום אויג, און רופען אונז מיטן צונאמען חפץ חיים וועבזייטעל בלשון גנאי וזלזול.
עס איז געקומען די צייט צו נעמען די מהלך פון מאויבי תחכמני. מיר טוהן אפציעל אקצעפטירן די צונאמען חפץ חיים וועבזייטעל, אבער מיר טוהן דאס ריפארמירן אלץ אונזער סאמע גרעסטע מעלה. ''חפץ חיים וועבזייטעל'' וועט טאקע זיין די שיינקייט פון אונזער פארום!
דער ''חפץ חיים וועבזייטעל'' וועט נישט זיין לאורו פונעם הייליגען חפץ חיים נאר בעניני ציונות וטומאת עמלק, נאר ווען מען וועט רעדן פון ''חפץ חיים וועבזייטעל'' וועט מען וויסען אז די וועבזייטעל פירט זיך כשיטות החפץ חיים אין אלע ענינים!
ווי באקאנט איז די ציל וואס רבינו הקדוש רשכבה''ג מרן ישראל מאיר בן רבי אריה זאב הכהן זצ''ל האט גענומען אויף זיך איז געווען מעורר צו זיין אידישע קינדער בעניני בין אדם לחבירו. נעמען מיר אויף אונז א ציל צו מאכן רבינו הקדוש בעל חפץ חיים באקוועם בגנזי מרומים אז דער פארום טראגט זיין נאמען.
מיר עפענען דא אן אשכול מיטן נאמען ''חפץ חיים וועבזייטעל'' וואו מיר וועלן בעזר שמו יתברך ברענגען מאמרים וענינים בענין מרבה זיין אהבה אחוה שלום ורעות בין אדם לחבירו, ובין ניק לניקו. און מיט דעם וועלן מיר טאקע פארדינען דעם נאמען ''חפץ חיים וועבזייטעל'' און די חבורה וועט אי''ה זיין א שטאלץ פאר גאנץ כלל ישראל!
און ווי אויך וועלן מיר אלע זיך פארנעמען צו טוהן כאטש א קלייניקייט יעדן טאג, יעדער כפי דרגה דיליה זיך מחזק זיין אין די מצוה פון ואהבת לרעך כמך. און מיר וועלן אלע זוכה זיין צו זיין א חלק פון די הייליגע ''חפץ חיים וועבזייטעל''.
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:16 pm
דורך ווירקליך
לייק!!!
גראנדיעזע געדאנק!
לאמיר זיך טאקע ערליך פארדינען דעם טיטל!
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:30 pm
דורך נקודות טובות
חלק ההלכה.
לשון הרמב''ם הלכות דעות פרק ו'.
מצוה על כל אדם לאהוב את כל אחד ואחד מישראל כגופו שנאמר ואהבת לרעך כמוך, לפיכך צריך לספר בשבחו, ולחוס על ממונו כאשר הוא חס על ממון עצמו ורוצה בכבוד עצמו. והמתכבד בקלון חבירו אין לו חלק לעולם הבא.
חלק המוסר.
דער אויבערשטער זאגט פאר מלאכי הנביא גיי זאג פאר אידישע קינדער אהבתי אתכם אמר ד'! פשוטו כמשמעו איך האב אייך ליב! דער אויבערשטער האט אונז אלע ליב נאך מער ווי א מענטש האט ליב זיין אייגען קינד. בנים אתם לד' אלקיכם!
אבער טראכט אריין, דו האסט זייער שטארק ליב דיין קינד, און ווען איינער וועט פיינט האבן דיין זוהן וכ''ש אויב ער וועט אים וויי טוהן וועסטו דאך אודאי האבן אויף יענעם א שווער הארץ. פארוואס? ווייל דו האסט ליב דיין קינד!
ווען איר האט פיינט אדער טשעפעט חלילה דעם אויבערשטענ'ס קינד, זענט איר מצער דעם רבונו של עולם! דו זוכסט טאקע אז דער אויבערשטער זאל חלילה זיין אנגעווייטאגט אויף דיר? קענסטו זיך טאקע ערלויבען אז דער הייליגע באשעפער זאל כביכול ארום גיין מיט א הארץ פיל מיט טענות אויף דיר? (חפץ חיים - קונטרס אהבת ישראל פרק ד')
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:36 pm
דורך פרייליך
ווי ריפט מען אונז אהן אזוי ? מראה מקום?
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:04 pm
דורך וואוילער
פרייליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:36 pm
ווי ריפט מען אונז אהן אזוי ? מראה מקום?
קוק פון דא און ווייטער
viewtopic.php?p=53442#p53442
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:27 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
איך קוק אן די נאמען חפץ חיים פשוט פשט, און דו וואס רופן אזוי די אידטיש סייט, מיינען נישט חלילה קיין שלעכטס.
דאס האט לכאורה גארנישט מיטן מחב"ס חפץ חיים.
חפץ חיים איז טייטש , ווילן לעבן.
אידטיש האט זיך געפענט פאר היימישע אידן וואס ווילן פשוט לעבן, און קענען רואיג שרייבן און שמועסן צווישן זיך, אן פרעשור אז עס גייט געמעקט ווערן פאוסטס על לא דבר.
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:02 am
דורך דער אנאנימער
גם אני חפץ חיים וועבזייטל!! חבר אני לכל אשר יראוך!..
(ווער געדענקט נאך...

)
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:21 pm
דורך משה גרויס
החפץ חיים (הל' לשה"ר כלל ד' סעי' י') כותב בזה"ל, "כי עיקר מה שהזהירה התורה בלשון הרע אפילו על אמת, הוא אם כונתו לבזות את חבירו ולשמוח לקלונו, אבל אם כונתו לשמור את חבירו שלא ילמוד ממעשיו, מהפשוט דמותר ומצוה נמי איכא". ועיין באר מים חיים (שם סקמ"ג)
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:31 pm
דורך Spa 42
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:27 pm
איך קוק אן די נאמען חפץ חיים פשוט פשט, און דו וואס רופן אזוי די אידטיש סייט, מיינען נישט חלילה קיין שלעכטס.
דאס האט לכאורה גארנישט מיטן מחב"ס חפץ חיים.
חפץ חיים איז טייטש , ווילן לעבן.
אידטיש האט זיך געפענט פאר היימישע אידן וואס ווילן פשוט לעבן, און קענען רואיג שרייבן און שמועסן צווישן זיך, אן פרעשור אז עס גייט געמעקט ווערן פאוסטס על לא דבר.
גענאגעלט.
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:26 pm
דורך נקודות טובות
ואהבת לרעך כמוך הוא סגולה לקבלת התפילת.
דער מגן אברהם אנהויב סימן מ''ו שרייבט, קודם תפלת שחרית יקבל עליו מ"ע של ואהבת לרעך כמוך.
די מקור הדברים איז פון שער הכוונות פון רבי חיים ויטאל, וז''ל. קודם שהאדם יסדר תפילתו בבית הכנסת, מפרשת עקידה ואילך, צריך שיקבל עליו מצות ואהבת לרעך כמוך. ויכוין לאהוב כל אחד מבני ישראל כנפשו, כי על ידי זה תעלה תפילתו כלולה מכל תפילות ישראל, ותוכל לעלות למעלה ולעשות פרי.
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:41 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:26 pm
ואהבת לרעך כמוך הוא סגולה לקבלת התפילת.
דער מגן אברהם אנהויב סימן מ''ו שרייבט, קודם תפלת שחרית יקבל עליו מ"ע של ואהבת לרעך כמוך.
די מקור הדברים איז פון שער הכוונות פון רבי חיים ויטאל, וז''ל. קודם שהאדם יסדר תפילתו בבית הכנסת, מפרשת עקידה ואילך, צריך שיקבל עליו מצות ואהבת לרעך כמוך. ויכוין לאהוב כל אחד מבני ישראל כנפשו, כי על ידי זה תעלה תפילתו כלולה מכל תפילות ישראל, ותוכל לעלות למעלה ולעשות פרי.
פון פשעווארסקער רבי ר' יענקעלע איז דא מימרא מיט א מעשה אין דעם ענין
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:11 pm
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:41 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:26 pm
ואהבת לרעך כמוך הוא סגולה לקבלת התפילת.
דער מגן אברהם אנהויב סימן מ''ו שרייבט, קודם תפלת שחרית יקבל עליו מ"ע של ואהבת לרעך כמוך.
די מקור הדברים איז פון שער הכוונות פון רבי חיים ויטאל, וז''ל. קודם שהאדם יסדר תפילתו בבית הכנסת, מפרשת עקידה ואילך, צריך שיקבל עליו מצות ואהבת לרעך כמוך. ויכוין לאהוב כל אחד מבני ישראל כנפשו, כי על ידי זה תעלה תפילתו כלולה מכל תפילות ישראל, ותוכל לעלות למעלה ולעשות פרי.
פון פשעווארסקער רבי ר' יענקעלע איז דא מימרא מיט א מעשה אין דעם ענין
נו... קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא.
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:19 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:11 pm

איך ווייס נישט קלאר
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 4:34 pm
דורך אנדערער
באקומען פריוואט
ר' דניאל פריש ז"ל איז געווען אין אנטווערפען' און ר' יענקעלע זצ"ל איז ארומגעגאנגען פרעגן יעדן צי ער איז מסודר מיט עסן שלאפן וכו'.
ס'האט אים פארדראסן, פארן דאווענען?
ווען ער איז געקומען צו אים האט ער אים טאקע פארגעהאלטן.
האט אים ר' יענקעלע געענטפערט, מ'זאגט פארן דאווענען הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך, מיינסט אז ס'איז סתם א לחש?...
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 4:45 pm
דורך משה גרויס
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:19 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:11 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:41 pm
פון פשעווארסקער רבי ר' יענקעלע איז דא מימרא מיט א מעשה אין דעם ענין
נו... קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא.
איך ווייס נישט קלאר
די מעשה גייט עפעס אזוי: הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע פלעגט יעדע אינדערפרי אויסטיילן קאווע אין בית המדרש פון זיין שווער זי"ע, און שואל זיין בשלומם פון די אידען דארט, און אזוי פלעגט ער מחזק זיין די עצמות יבישות, (כידוע, זיין שטארקע עניוות און זיין שטארקע אהבת ישראל).
איינמאל איז אנגעקומען דארט הגה"צ המקובל ר' דניאל פריש זי"ע, און עס האט איהם פארדראסן אז אז ר' יענקעלע שמיעסט ארום פארן דאוועינען (ער האט נישט געוויסט אז ער איז אן עדים ביים רבין), און ווען ר' יענקעלע איז אנגעקומען צו ר' דניאל (געבן שלום, און מכבד זיין מיט א קאווע) האט איהם ר' דניאל פארגעהאלטן, פארן ארומרעדן דברים בטלים לפני התפילה, האט ר' יענקעלע געזאגט, אז מדארף מקבל זיין פארן דאוועינען די מצוה פון ואהבת לרעיך כמוך במחשבה, בדיבור, ובמעשה,...און ר' דניאל האט שטארק הנאה געהאט.
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 4:51 pm
דורך משה גרויס
אנטשילדיט @אנדערער . איך האב נישט באמערקט ביים אנפאנגען אז די האסט עס שוין ארויפגעברענגט, באשערט, גם זו לטובה
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:00 pm
דורך אנדערער
משה גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 4:51 pm
אנטשילדיט @אנדערער . איך האב נישט באמערקט ביים אנפאנגען אז די האסט עס שוין ארויפגעברענגט, באשערט, גם זו לטובה
גוט אזוי. איך האב געהערט א דריטע ווערסיע אבער איך געדענק עס נישט
Re: די חפץ חיים וועבזייטעל
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:37 pm
דורך הר ההר
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:00 pm
משה גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 4:51 pm
אנטשילדיט @אנדערער . איך האב נישט באמערקט ביים אנפאנגען אז די האסט עס שוין ארויפגעברענגט, באשערט, גם זו לטובה
גוט אזוי. איך האב געהערט א דריטע ווערסיע אבער איך געדענק עס נישט
ווי אזוי זאגט ר' אלעמלך בידערמאן אלעמאל. שנים מקרא ואחד תרגום. זאגט עס צוויי מאל און דערנאך פארטייטש עס אויף דיין שפראך.
Re: דאס חפץ חיים וועבזייטל
געפאוסט: זונטאג מערץ 10, 2024 12:11 am
דורך פופציגער
מיר ווארטן @נקודות טובות זאל אונז ווייטער אפדעיטן..
Re: דאס חפץ חיים וועבזייטל
געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 11:16 am
דורך דער תהלים איד
יישר כח @נקודות טובות פאר'ן גיבן דעם לינק אהער.
איך האב צייטן וואס כ'ווער אזוי פארנומען אז איך קען בכלל נישט אריינקומען פאר טעג און וואכן. קוקט אויס אז דו האסט דאס געשריבן אין איינע פון די צייטן, ממילא האב איך דאס קיינמאל נישט געליינט.
הייליג און טייערע ווערטער!!