מקומות הקדושים אין אייראפע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1972
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2373

מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך שבת קודש »

נייעס פון די מקומות הקדושים אין אייראפע, בתי חיים, נסיעות למקומות הקדושים, וכו'
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1972
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2373

Re: נייעס פון די מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך שבת קודש »

ווי האלט די הכנסת אורחים אין סיגוט? ווען איז די פלאן דאס צו פארענדיגן?

בין איך דארט געווען פאר א שטיק צייט צוריק די ביהמ''ד דארט ממש א כלילת יופי, הלואי דא אין אמעריקא אזאלעכע בתי מדרשים..
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1972
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2373

Re: נייעס פון די מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך שבת קודש »

דעם שבת גייט פארקומען אין סיגוט א קידושא רבה לרגל הולדות הבת פון איינעם פון די בנין בראך נסיעה
זיי שרייבן אז דאס איז די ערשטע מאל וואס עס גייט פארקומען א קידוש אינעם ביהמ"ד פונעם עצי חיים/קדושת יו"ט/ייטב לב, זייט די צווייטע וועלט מלחמה...!
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 132

Re: נייעס פון די מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך בקי ביחוס »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:16 pm דעם שבת גייט פארקומען אין סיגוט א קידושא רבה לרגל הולדות הבת פון איינעם פון די בנין בראך נסיעה
זיי שרייבן אז דאס איז די ערשטע מאל וואס עס גייט פארקומען א קידוש אינעם ביהמ"ד פונעם עצי חיים/קדושת יו"ט/ייטב לב, זייט די צווייטע וועלט מלחמה...!
ר' יואל ברד"ש ג"ב
אוועיטער
ברסלב פלוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
Location: jerusalem
x 210
פארבינד זיך:

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ברסלב פלוס »

היה עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל!
היסטארישע באזוך און מאיעסטעטישע דעלעגאציע אין שפיץ פון לאנג-יעריגער שתדלן למען כלל ישראל הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן שליט"א זענען די טעג אראפ געפארן צום הויפט שטאט קיעוו אוקריינא, פאר ספעציעלע היסטארישע אוידיענץ אין פרעזידענטליכע קארידארן אין אפיס פונעם אוקריינא פרעזידענט זאלענסקי, די באזוך האט נאכגעפאלגט מיט א קייט פון פילע זיצונגען מיט העכסט אוקריינא פאליטישע פירער אין מיניסטארן און הויכע רעגירונג באאמטע.

די מאכטפולע היסטארישע באזוך איז צושטאנד געקומען אין דירעקטע לאנגיעריגע פעולות און מאסיווע השתדלנות פון העכסטראנגיקע קאנגרעס לייט און סענעטארן וועלכע ארבעטן צו ראטעווען אידישע בתי חיים אין היסטארישע אנגעלגנהייטן.
ארגענעזירט געווארן ע"פ בקשת ושליחות קודש פון זקני רבני מנהיגי ברסלב שליט"א, און רעזולטאט פון שאנדפולע געזעץ דורך געפירט דורך אומאן סיטי קאונסיל אין שפיץ פונעם לאקאל'ן מעיאר, נאכן אריבער פירן א געזעץ וועלכע טוהט אפמעקן די עקזיסטענץ פונעם היסטארישע אלט'ן בית החיים פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע מיט אירע טויזענטער קדושים, געבנדיג די מעגליכקייט עס אויפגראבן אין פארשוועכן ה"י.
דער אודיענץ האט געטראגן א ספעציעלע באדייט, צייגענדיג ספעציעלע וויכטיגקייט אינעם ענין, טראץ שווערע מלחמה אנגעלעגנהייטן און שווערע זיכערהייט מאסנאמען, איז דאס געווארן ארויף געברענגט אין אדרעסירט ביי העכסטע פירער פונעם לאנד, וועלכע האבן עס גענומען גאר ערענסט, אלס א אישו וועלכע פארפלאגט די אלגעמיינע אידישע געמיינדעס, און האבן פארשפראכן צו טוהן אלעס וואס איז אין זייער מעגליכקייט.
פרעזידענט זאלענסקי האט זיך אנגעבליך נישט געקענט באטייליגן זייענדיג אין שווייץ ביים G7 מיטונג מיט די העכסטע וועלט פירער, און האט באויפטראגט זיין פערזידענט'ליכע סטעף צו אויפנעמען די חשוב'ע דעלגאציע און זיין פערזענליכע העכסט באוואכטע פרעזידענטליכע פאלאץ, און באגלייט פערזענליך די סיטואציע און שטייט ווייטער אין פארבינדונג צו ראטעווען די בית החיים.
במשך דעם זיצונגען האט מען ארויפגעברענגט על שולחן מלכים פארשידענע נייע אספעקטן לקדם פני הרעה וויאזוי צו באשיצן די אידישע בתי חיים אין אפהיטן די היסטארישע פלעצער וועלכע טראגן א ספעציעלע באדייט פאר די אידישע וועלט, צו מאכן א אנדענק פאר פילע קדושים באצייכענען זייערע רציחות אין וועלכע זיי זענען ברוטאל אומגעקומען על קידוש ה'.
נאכן אויסהערן די רירענדע ווערטער איבער דעם שרעקליכן געפאר פארן עקזסטענץ פון בתי חיים אין אידישע אנגעלגנהייטן, זענען די געערטע באאמטע געווארן זייער איבערגענומען, עס האט געהאט א שטארקן אפקלאנג ביי די הויכע פענסטער, און האבן ארויסגעברענגט מיט גאר ווארימע ווערטער זייערע געפילן פאר די חשוב'ע דעלעגאציע בשליחות הרבנים, און האבן פארשפראכן פאר די שלוחי הרבנים זייער גרייטקייט צו ארבעטן צוזאמען מיט אלע מיטלען וואס עס וועט זיך אויספעלען זיכער מאכן אז די פינסטערע פלענער ומזימות רשע צו פארשוועכן אונזערע הייליגע בתי חיים אין אידישע היסטאריע ובפרט ערטער וועלכע טראגן א עקסטערע היסטארישע באדייט פאר די אידישע געמיינדע, זאלן ווערן אפגעהיטן אזוי ווי עס פאסט.
די באאמטע האבן אויך ארויס געברענגט זייער גרייטקייט צו אויפנעמען די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וועלכע קומען יאר יערליך קיין אומאן אויף ראש השנה, און הייבן שוין אן די טעג אנגרייטן איינשפאנען אלע רעגירונג אפטיילונגען וועלכע פארפיגן אויף די ראש השנה, ובפרט כהיום אין צייט פון מלחמה איז דאס אסאך שווערער אין מער קאמפלוצירט, און וועלכע זיי זיצן שוין צו אלעס אוועק שטעלן על צד היותר טוב.
כלל ישראל איז מתפלל היה עם פיפיות שלוחי עמך ישראל.
פיילס
unnamed (58).jpg
unnamed (60).jpg
unnamed (56).jpg
אוועיטער
ברסלב פלוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:58 am
Location: jerusalem
x 210
פארבינד זיך:

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך ברסלב פלוס »

ברסלב פלוס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:56 am היה עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל!
נאך בילדער
פיילס
unnamed (55).jpg
unnamed (59).jpg
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4210

Re: מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יישר!!

ווער איז די ערשטער אויף לינקס?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2794
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3160

Re: מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך אנדערער »

IMG-20240702-WA0000.jpg
IMG-20240702-WA0000.jpg (36.69 KiB) געזען געווארן 238 מאל
1 ?
2 קוקט אויס ווי א קויפמאן
3 ר' משה דוד נידערמאן
4 קויפמאן
4 שמעון קויפמאן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2794
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3160

Re: מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך אנדערער »

מיר זעט אויס די קויפמאן ברידער האבן געברענגט ר' משה דוד
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3937
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5120

Re: מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך שמח »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 1:19 am IMG-20240702-WA0000.jpg
1 ?
2 קוקט אויס ווי א קויפמאן
3 ר' משה דוד נידערמאן
4 קויפמאן
4 שמעון קויפמאן
דער ערשטער דאכט זיך מיר (נישט הונדערט פראצענט) איז אן אייניקל פון רמ''ד, גאלדבערג.

מאדנע אז ער איז אינעם בילד...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4401
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13658

Re: מקומות הקדושים אין אייראפע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פוילן - צום ערשטן מאל נאכן קריג זענען א מנין אידן געגאנגען מתפלל זיין ביים ציון פון הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצ"ל בעל האור לשמים צום 297׳סטע יארצייט נעכטן מיטוואך כ"ה תמוז, דאס קומט נאך וואס אין די לעצטערע וואכן איז אנדעקט געווארן די פונקטליכע פלאץ פון די מציבה וואס געפונט זיך ליידער אונטער א קליינע סטאדיום, די אידן האבן געצינדן לעכט און געזאגט תהילים לעילוי נשמת רבי מאיר בן רבי שמואל הלוי.

נאכן קריג האבן די פאלאקן גענצליך חרוב געמאכט דער אידישער בית החיים אין דער שטאט אפטא, דעמאלט האבן פילע גענומען די מציבות צו נוצן אלס שטיינער, אויפן פלאץ פונעם בית החיים איז געבויט געווארן א פארק און אין צענטער פון דער פארק שטייט א קליינע סטאדיום וואס ווערט ליידער באנוצט פאר קאנצערטן און שפילן.

פאר צוויי יאר צוריק זענען א גרופע עסקנים פון עטליכע אידישע גרופעס אין שפיץ פון ר׳ מאיר בולקע פון די דזשענערעישאנס ארגאניזאציע געפארן קיין אפטא וואו זיי האבן צוזאמגענומען די מציבות און אויפגעשטעלט א ספעציעלע מאנומענט פון זיי אינמיטן די פארק.

דאס יאר עטליכע וואכן פארן הילולא האט מען שטודירט מיט מאשינען אויף דער ערד פונעם סטאדיום און געטראפן די יסודות פונעם אוהל הקדוש און צייכענעס פון 3 קברים, נאכן צוריק צודעקן האט מען אנגעצייכנט אויף דער סטאדיום ערד וואו די מציבה פון דער אור לשמים זי"ע געפונט זיך, די אידן וואס זענען אהינגעפארן האבן אויפגעשטעלט פארן הילולא א טישל העכערן מקום הקבורה און מתפלל געווען להפקד בדבר ישועה ורחמים.
שרייב פאוסט