בלאט 1 פון 1
מרדכי עמנואל נח, און זיין געפלאנטער אידישער יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:09 am
דורך מירון
פאר איבער צוויי הונדרעט יאר צוריק האט געלעבט דא אין אמעריקא א פרומער ערליכע איד מיטן נאמען מרדכי עמנואל נוח, וואס האט זייער געוואלט ארויס העלפן זיינע באקרידעוועטע אידישע ברודער ארום די וועלט.
ער איז אויפגעקומען מיט א געניאלען מייסטער פלאן. ער האט געהאט ספעציעלע איידיעס וויאזוי זיין פלאן זאל צושטאנד קומען און דערנאך וויאזוי דא אנצוהאלטן ביז משיח'ס טאג.
ער האט נאר געקענט אויספירן זיינע פלענער צוליב זיין שטארקע באציאונגען מיט אלע הויכע רעגירונגס לייט. פון קאנגרעס-לייט ביז צו א פרענזענליכע באקאנשאפט מיטן פרעזידענט אליין!
היסטאריקער קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי א איד אין יענע צייט האט אזויפיל דערגרייכט אין די רעגירונגס ראנגען אין די נאר וואס ניי געשאפענע מדינה וואס מען רופט ביז היינט צוטאגס אמעריקא. אזוי קענען זיי זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי ווייט ער איז אנגעקומען מיט זיינע פלענער.
פארזעצונג וועט קומען אי"ה
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:07 am
דורך מירון
מרדכי עמנואל ע"ה איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן אין שנת תקצ״ה, למספרם יולי דעם פערצענטען יארע 785’ אין פילידעלפיע, פענסילוועיניע.
זיין פאטער ע"ה איז געווען א סאלדאט אין די מלחמה פאר די אמעריקאנער זעלבסשטענדיגקייט, ער איז אויך געווען פון די ערשטע אידישע אימעגראנטן פון דייטשלאנד, אייראפע, וואס האבן באטראטן די פריש-געטראפענע אמעריקאנער ערד.
זיין מוטער האט געהייסן צפורה איז געווען א טאכטער פון עלטערן וואס האבן געשטאמט פון די אנוסים פון פארטוגאל. זייער משפחה נאמען איז געווען פיליפס.
מרדכי׳ס מוטער איז ל״ע אוועק אינגערהייט. די טאטע ווערדינג אן אלמן פון זיין אינגע אלמנה איז געווען זייער צובראכן, וועלדיג פארגעסן פון זיין פיין האט ער באשלאסן צוריק צופארן צו זיין היימלאנד אין אייראפע. זיינע צוויי קינדער מרדכי עמנועל, מיט זיין שוועסטער, פון וועם ער האט זיך שווער געקענט שיידן האט ער איבערגעגעבן פאר זיין געוועזענעם שווער, דער זיידע פון די קינדער אויפצוברענגען על דרך ישראל סבא.
דער זיידע האט געוואוינט אין טשארלסטאון, סאוט קארעליינא, וואו עס איז דאן געווען א שיינע קהילה פון עדת הספרדים.
מרדכי איז געווען אן אויסגעווענליכע פעאיגער מענטש, ער איז געווען אן איש מוצלח אין ביזנעס. מיט דער צייט איז ער זיך געגאנגען לערנען צו זיין אן אדוואקאט. צוליב זיין גוטן קאפ האט ער אלעס גאר שנעל אויפגעכאפט און ער איז גאר שנעל געשטיגן אין ראנג.
ער האט אויך געהאט א שטארקן חוש צו שרייבן אין באריכטן, רעפארטאזשען אין נייעסן. ער איז געווען ברייט באקאנט אין לאנד מיט זיינע פייערדיג ארטיקלן, עדיטארילען און מיינונגען איבער די דעמאלסדיגע פאליטישע אנגעלעגענהייטן. סיי אינערליכע אין אזוי אויך די אויסערליכע פאליטיק.
פארזעצונג וועט קומען אי"ה
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:09 am
דורך מירון
און יעצט ווייטער:
חוץ פון דעם וואס ער איז א סוקסעספולער מענטש איז ער געווען זייער באליבט און רעספעקטירט ביי אלע, ביי אידן און להבדיל ביי גוים צוגלייך. ער איז געווען אן ערנערגישער אידישער עסקן.
אויך איז ער געווען להבדיל, ווי מען רופט דאס אין אמעריקע א גרויסער ״עקטעוויסט״. ער האט כסדר פרובירט ארויס צו העלפן וועם אימער בפרט זיינע אידישע ברודער.
מרדכי עמנועל איז געווען זייער שטאלץ מיט זיין אידישע רעליגיע. נישט נאר ער האט דאס נישט פרובירט צו באהאלטן, נאר ער פלעגט זוך כסדר אויפטוען דערמיט.
ער האט כמעט נישט פארפאסט א געלעגנהייט ארויסצוברעגען דעם איד, און זיין אידישע רעליגיע אויף גוטע פארבן. ער האט געהאלטן אז די אידישע תורה איז שטארק איינקלאנג מיט די להבדיל די אמעריקאנער געזעצן.
ער איז געווען א פייערדיגער פאטריאט פאר די דעמאלדיגער פארהאלטענסמעסיג נייער, אינגער מדינה אמעריקע.
א גרויס חלק פון זיין פאטריאטישקייט איז געקומען פון זיין קענטעניס אין די אידישע היסטאריע, ווי אידן זענען דורך אזויפיל צרות און רדיפות דורך די גוים. אויך איז ער געווען שטארק אריינגעטוען צו וויסן וואס איז דעמאלס פארגעקומען ארום די וועלט, ווי דער איד איז אויסגעפייניקט און אויס-גע'רודפ'ט געווארן אויף יעדן טריט אין שריט, דער ״ הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב" האט דאן געפלאמט אויף כמעט יעדע ווינקל ארום די וועלט.
דאס אלעס האט אים געברענגט צו גלייכן און דערנאך קעמפן פאר די ווירדן פון די נייע מדינה, ווי אלע האבן געהאט גלייכבארעכטיגונג און מען האט געקענט פראקטיצירן אידישקייט אן קיין שטער. דאס האט אים גאר שטארק בארירט. פאקטיש זענען מיר אלע נהנה פון דעם סיסטעם עד הזה. גלויבט השי״ת. דער אויבישטער זאל העלפן ווייטער ביז משיח׳ס טאג במהרה בימינו.
פארזעצונג וועט קומען אי"ה
כי גדול מרדכי בבית המלך ושמעו הולך בכל המדינות.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:57 pm
דורך מירון
ווי געזאגט איז מרדכי געווען שטארק באליבט ביי יעדן. זיין גוטן נאמען איז געגאנגען גאר ווייט, ער איז געווארן א מקורב למלכות און שטארק פארמישט אין דעם פאליטישן סיסטעם.
אין יאר 811' למספרם איז ער נאמינירט געווארן דורך דעם דעמאלס׳דיגער אמעריקאנער פרעזידענט ‘דשעימס מעדיסאן’ צו דינען אלס דער הויפט דיפלאמאט פאר אמעריקע אין די ריגא, (לאטוויא) ראיאן, וואס איז דאן געווען א קאלעניע אונטער רוסלאנד. היינט איז ריגא די הויפט שטאט אין דעם לאנד לאטוויא. למעשה האט אבער מרדכי עמנואל, פאר אומבאקאנטע סיבות זיך אנטזאגט פון אנעמען די פאזיציע.
אין יארע 813' איז ער נאכאמאל נאמינירט געווארן אלס הויפט דיפלאמאט, דאס מאל צו טוניס. איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מען האט אים נאמינירט איז געווען צוליב א קריזיס וואס האט זיך דעמאלס געשאפן צווישן די טוניסזישער קעניגרייך אין אמעריקע.
אין יענע צייטן האט די טוזניער רעגירונג אומאפיציעל-אפיציעל געהאט אן איינהייט פון א באנדע באוואפנטע פיראטן (ים רויבער), וואס פלעגן זיין סטאנציאנירט ביי די אויבערשטע טייל פון זייער מדינה טוניס, וואס געפונט זיך אויפן צפון עק פון אפריקא, ביים ברעג פון דעם 'מיטללענדישן ים'.
דער 'מיטללענדישן ים' פלעגט אמאל זיין דער הויפט וועג צו אינפארטירן און עקפארטירן סחורה פון איין לאנד צום צווייטן.
די סיבה דערביי איז געווען, ווייל זייער אסאך מדינות פון אייראפע, אפריקא און אפילו אזיע האבן געהאט א האפן צום דעם גרויסן ים. צוגאב האט מען געקענט ארויספארן צום אטלאנטישן אקעאן דורך א קארידאר וואס געפונט זיך אונטער די מדינה ‘גיבראלטאר’.
די איינהייט פון א באנדע באוואפנטע פיראטן פלעגן זיך כסדר דרייען אין אין די וואסערן נעבן צפון טוניס. שיפן פלעגן אריבשווימען אומוויסדיג וואס ווארט זיי אפ.
די חברה פלעגן איבערפאלן די שיפן מיט הייס געווער פון עטליכע זייטן און דערנאך שטורמען דעם שיף. זיי פלעגן נעמען אלע מאנשאפט אלץ משכונות און אריינטראגן טיף אין די מדינה אריין און פארשטייט זיך בא’גנב’ט אלע סחורה וואס האט זיך געפונען אויפן שיף.
דער עיקר קריזיס פלעגט זיך שאפן ווען זיי האבן געבעטן ריזיגע אויסלייז געלט פאר די געפאנגענע מאטראזן, פון די מדינות פון וואו זיי זענען געפאנגען געווארן.
Re: כי גדול מרדכי בבית המלך ושמעו הולך בכל המדינות.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:59 pm
דורך מירון
מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:57 pm
דער 'מיטללענדישן ים' פלעגט אמאל זיין דער הויפט וועג צו אינפארטירן און עקפארטירן סחורה פון איין לאנד צום צווייטן.
די סיבה דערביי איז געווען, ווייל זייער אסאך מדינות פון אייראפע, אפריקא און אפילו אזיע האבן געהאט א האפן צום דעם גרויסן ים. צוגאב האט מען געקענט ארויספארן צום אטלאנטישן אקעאן דורך א קארידאר וואס געפונט זיך אונטער די מדינה ‘גיבראלטאר’.
מערקט וויפל לענדער האבן פארטן/האפן צום ים. אין יענע טעג איז א שיף געווען די איינציגסטע וועג פון פירן שווערע סחורה פון איין לאנד צום צווייטן.
Re: כי גדול מרדכי בבית המלך ושמעו הולך בכל המדינות.
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:02 pm
דורך מירון
מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:57 pm
צוגאב האט מען געקענט ארויספארן צום אטלאנטישן אקעאן דורך א קארידאר וואס געפונט זיך אונטער די מדינה ‘גיבראלטאר’.
מערקט דער שמאלער קארידאר וואס געפונט זיך אונטער די מדינה ‘גיבראלטאר. (שפאניע).
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:16 pm
דורך מירון
פארזעצונג וועט קומען אי"ה באלד אדער מארגן
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:46 pm
דורך רואה חשבונות
מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:16 pm
פארזעצונג וועט קומען אי"ה באלד אדער מארגן
מיר ווארטן מיט ווארטן מיט שפאנונג. היפש אינטערסאנט.
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:58 pm
דורך מירון
און יעצט ווייטער:
ויהי היום א שיף מיט אמעריקאנער בירגער זענען אריבערגעפארן די טוזניער וואסער און זיי זענען געפאגען געווארן דורך די פיראטן און דערנאך פארהאלטן געווארן אלס קנעכט דורך די מלוכה אינסטאטאצן.
אונזער 'מרדכי עמנואל נוח' איז געווארן באויפטראַגט מיט באפרייען די אמעריקאנע געפאנגענע. דאס מאל האט ער אנגענומען די פאזיציע ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז א בחינה פון פדיון שבויים. קען גאר געמאלט זיין אז עס איז געווען אידן צווישן די געפאנגענע.
ער האט זיך גלייך אריינגעוארפן אין דעם ענין. ער איז אראפגעפארן קיין טוניס וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פאר 6 חדשים. מיט זיין פריינדליכער צוגאנג צו דיפלאמאטיע האט ער נושא חן געווען דארט, און עס איז אים געלונגען צו באפרייען אלע אמעריקאנער בירגער.
ממש נאך די סוקסעספולער באפרייאונג פון די אמעריקאנער געפאנגענע, פאר ער האט נאך אויספיעט צו באקומען דאס געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג האט מרדכי נוח באקומען א בריוו פון דעם דעמאלס׳דיגן סעקרעטרי אוף סטעיט ״דזעימס מאנראו״ אז ער איז אפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע צוליב "זיין רעליגיע, וואס איז א שטער צו דיפלאמטיע". פאר מרדכי האט דאס זייער פארדראסן.
ער האט געשריבן אומצאליגע בריוון צו דעם ווייסן הויז פאר אן ערקלערונג וואס די ווערטער ״שטערונג צו דיפלאמאטיע״ האט געמיינט? נאכדעם וואס האט זיך ארויס געוויזן אז פונקט פארקערט אז ער איז געווען דער וואס איז געווען סוקסעפול ארויס צו נעמען אירע בירגער פון געפענגעיש. ער האט אבער קיין געהעריג אנטווארט נישט באקומען.
פאר מרדכי איז נישט אזוי ווייט אנגעגאנגען זיין פערזענדליכע כבוד, נאר דעם פאקט אז מען האט אים געקענט אפזאגן נאר ווייל ער איז א איד. ער געהאלטן אז דאס איז קעגן די פריציפן אויף וואס איז אמעריקע איז געבויט געווארן.
ער האט אויך געהאלטן אז דאס קען זיין א בכיה לדורות פאר די אינגע דעמאקראטישע מדינה. זייער אסאך אנגעזעהנע און רעספעקטירטע פאליטישאנס וואס זענען נאך באקאנט ביזן היינטיגן טאג אזוי ווי דשאן עדעמס, טאמאס דשעפרעסאן און דשימס מעדסאן, האבן געשריבן אפ-עדס אין די צייטונגען צו פארשרייען דעם אומרעכט פון אפזאגן א איד, נאר פאר די איינציגסטע סיבה ווייל ער איז א איד.
פארזעצונג וועט קומען אי"ה.
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:57 pm
דורך מירון
פארוואס טאקע האט די "מעדיסאן אדמינסטראציע" געוואלט פטור ווערן פון מרדכי עמנואל? ער איז דאך געווען פון זייער פארטיי? זיי האבן דאך אים לכתחילה אויפגענומען, זיי האבן דאך קלאר געוויסט אז ער איז א איד? און מען ווייסט נישט פון עפעס א ספעציעלע קאנפערטאציע ער זאל האבן געהאט מיט די אדמינסטראציע.
היסטאריקער זענען ביי די מיינוג אז די פאראדענוג אים צו באזייטיגן איז געקומען דורך דעם פרעזידענט אליין, צוליב א זייטיגע אורזאך. די אורזאך איז געווען ווי פאלגאנד:
ווי שוין פריער געשריבן איז אין יענע תקופה, אין די יארן פון די שפעטע 1700׳ער יארן און די אנהויב פון די 1800׳ער יארן, האט זיך די גאצע וועלט אנגעליטן פון די "פיראטן" פראבלעם בכלליות און בפרט מיט טוזניער פיראטן.
די רעגירונגן וועמענס מענטשן זענען פארכאפט געווארן, האבן פרובירט אויסצולייזן זייער פארכאפטע בירגער, מיטן גוטן און מיטן בייזן.
אין פַאל ווען א מיליטער פון א באטרעפענדע רעגירונג האט פרובירט צו מאכן אן אקציע צוריק צו כאפן זייערע מענשען, האט די טוזניער קעניגרייך ארויס געשיקט א ריזן מילטער פלאטע אפצושלאגן די אגרעסיע.
דו איינציגסטע וועג ווי אזוי זיי האבן ארויסגעגבן די פארכאפטע, פארשקלאפטע מענטשען איז געווען ווי געשריבן דורך גרויסע אויסלייז געלט.
פארשטייט זיך אז די באטרעפענדע רעגירונגען האבן זיך פרובירט צו דינגען אויף די סומע וואס די פיראטן האבן געבעטן. זיי האבן פרובירט צו האנדלן אויף ווי ווייט מעגלעך. די פיראטן זענען געווען הארטע ניסן, און פלעגן נישט זיך נישט בערכן אזוי גרינג. צוליב דעם פלעגן די פארהאנדלונגן אסאך מאל נעמען יארן.
געוויסע פאליטישע עקספערטן, מיינוג זאגער און אזוי אויך געוויסע אין די אלגעמיינע גאס, האבן אבער געהאלטן אז מען טאר נישט פארהאנדלן מיט די פיראטן, ווייל מיט פארהאנדלן מיט זיי, און עווענטועל באצאלן די אויסלייז געלט האט נאר געמאכט אז זאלן ווערן מער הונגעריג ווייטער צו אויסצופירן זייערע קרמינאלע אקטן.
אויך איז די געלט גענוצט געווארן דורך די פיראטן, זוך צו פארשטאקן און אויפריסטן מיליטעריש פאר די קומענדע אטאקעס. דעריבער איז אין יעדע לאנד געווען א מיינוגס פארשידנהייט צו מען זאל בכלל פארהאנדלן מיט זיי, צו מען מעג באצאלן אויסלייז געלט, און וויפל מען מעג באצאלן.
אין די אמעריקאנער גאס איז אויך געווען צוויי שיטות אין דעם ענין. אבער אמעריקאנער האבן אסאך מער גענייגט צו די מיינוג אז מען טאר נישט געבן קיין געלט און א אוודאי נישט צו געבן צופיל געלט, און ווי חז"ל זאגן שוין אין פודין את השבויין יותר מכדי דמיהן.
דאס איז געקומען צוליב דעם וואס מיט אפאר יאר פריער האט די אמעריקאנער רעגירוג דורך געגאנגען גנוי דעם זעלבן סטאטוציע.
דאנסמאל האט דאס אמעריקאנער מיליטער ארויסגעשיקט א גאר געשולטע בריגאדע פון די ים פלאטע און אנגעמאכט באדייטענע שאדנס צו די פיראטן. די שאדענס פאר די פיראטן זענען געווען כמעט פאטאל. עס האט זיך געענדיגט מיט אן אפמאך צו צאלן אסאך ווייניגער געלט ווי די פיראטן האבן געוואלט.
יעצט האבן די אמעריקאנער געהאלטן אז וויבאלד זיי האבן שוין איינמאל געוויזן פאר די פיראטן אז מיט די אמעריקאנער קען מען זיך נישט אזוי גרינג אנהויבן, שטייען די אמעריקאנער אין בעסערע פאזיציע נישט צו דארפן באצאלן קיין גרויסע געלטער.
למעשה האבן זיך די פיראטן נישט געלערנט א לעקציע, זיי האבן געוואלט 60 טויזענט דאלער פער מענטש!! וואס זיי האבן געהאט אין געפעינגעניש. בימים ההם איז דאס געווען א מַאינטיג מיט געלט!! אמעריקע האט נאר געוואלט באצאלן א דארסטיש נידרעגערע נומער פון 3 טויזענט פער מענטש.
דאס איז געווען אביסל נאאיוו מצד די אמעריקאנער צו האלטן אז מיט 3 טויזענט דאלער וועט מען קענען באפרייען די פארכאפטע. מרדכי עמנואל האט דאס גוט פארשטאנען. ער האט פארדעם האט ער געגעבן אנצוהערן פאר די טוזניער קעניגרייך אז מען קען פארהאנדלן.
ווי נאר ער האט דאס געגעבן אנצוהערן, האבן זיך די רעדער אנגעהויבן צו דרייען, זאכן האבן זיך אנגעהויבן צו רוקן.
דער פרעזידענט האט אויך פארשטאנען וואס מרדכי עמנואל האט פארשטאנען. נאר וואס דען? דער דעת הקהל איז אבער געווען זייער קעגן דעם. פאליטיש האט זיך אים דאס נישט געלוינט, דעריבער האט ער זייער נישט געוואלט צאלן מער ווי די אויבערמאנטע סכום.
דערווייל האט אבער מרדכי עמנואל ווייטער פארהאנדלט מיט די טוניזיער/פיראטן, האלטענדיג אז צום סוף וועט די אמעריקאנער רעגירונג מיטגיין מיט אים.
צום סוף ווען מען האט באשטימט דעם ענדגילטיגן סכום, יעצט איז פרעזידענט מעדיסאן געווען אין פארגעלעגענהייט, ער געוואלט זעהן די אמעריקאנער בירגער באפרייט אבער פון די אנדערע זייט האט זייער נישט געוואלט דער המון עם זאל געוואויר ווערן וויפל געלט מען האט באצאלט.
ער האט געמאכט א שנעלן חשבון אז דאס וועט נישט פאסירן. דאס פאלק וועט שנעל געוואויר ווערן די דעטאלן פונעם דיעל. יעצט האט ער האט געקענט באשטיין די דיעל זאל נישט צושטאנד קומען.
ער איז אויפגעקומען מיט א געניאלען פלאן. ער וועט לאזן מרדכי עמנואל פערטיגן דעם דיעל און מ'וועט אים אפזאגן אין די זעלבע צייט און פארקויפן פאר די אמעריקאנער גאס אז דאס געלט וואס ער האט צוגעזאגט האט ער געטוען אויף זיין אייגענעם האנט, והראיה ער איז שוין דאן נישט געווען איינגעשטלעט ביי די רעגירונג צוליב זיין אידישקייט.
פרעזידענט מעדיסאן האט אויך געוויסט אז מרדכי עמנואל איז א גרויסער ווארט'ס מענטש, און אז ער האט שוין געשלאסן א דיעל וועט ער טוען אלעס אין די וועלט צו האלטן ווארט, אפילו עס קומט אויפן פרייז פון צאלן פון זיין איינעם טאש און טאמער וועט אויספעלן וועט ער נעמען אן הלוואה.
אזוי וועט פרעזידענט מעדיסאן האבן אלע דריי וועלט, ערשטענס אז די געפאנגענע וועלן בפרייט ווערן און די קריזיס וועט אוועק גיין. צווייטנס וועט ער נישט דארפן ליידן פאליטיש אז ער האט באצאלט צופיל געלט פאר די פיראטן ועל כולם די אמעריקאנער רעגירונג וועט נישט דארפן באצאלן א רויטן צענט.
סעקרעטרי אוף סטעיט מאנראו האט געשיקט א פערזעינליכע שליח מיט א פארמאכטע קאנווערט, וואס דארט איז געשטאנען אז ער איז אפגעזאגט פון זיין אמט. מרדכי עמנואל האט פאר קיינעם פון זיינע ארומיגע נישט פארציילט וועגן דעם בריוו ווייל ער האט געוואלט אויספירן דעם לעצטן חלק פונעם דיעל.
מרדכי עמנואל פון די אנדערע זייט האט געהאלטן ווארט און ער האט אויסגעבארגט געלט צו באצאלן פאר די פיראטן, מיטן חשבון אז ער גייט צוריק באקומען דאס געלט ווייל די מעדיסאן אדמינסטראציע האט דאך אים קיינמאל געזאגט אז זיי זענען נישט צופרידן פונעם פרייז פארן דיעל. זיי נאר געזאגט אזויפיל אז ער איז אפגעזאגט געווארן ווייל ער איז א איד. אזוי ארום איז געלונגען עכ״פ אויסצולייזן די געפאנגענע.
ער האט שפעטער זייער שווער געארבעט אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל אים כאטשיג צוריק צאלן. עס איז אים צום סוף געלונגען צוריק צוזעהן זיין געלט.
טאקע פאר די זעלבע אויבערמאנטע סיבה, די אדמינסטראציע האט געוואלט פאר יעדן פרייז אוועק-ווישן די פרשה און גארנישט מער הערן דערפון. איי די רעגירוג האט באצאלט דערפאר? נא דאס איז דאך געווען א פריווטע אונטערנעמונג פון מרדכי עמנואל און די רעגירוג מיט זייער גרויס חסד צוריקגעצאלט ווייל ער האט דאס געטוען ארויס צו העלפן די מדינה.
פארזעצונג קומט אי"ה:
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:04 am
דורך מירון
און יעצט ווייטער:
נאך די גאנצע מעשה האט זיך מרדכי עמנואל געצויגן קיין ניו יארק. אנקומענדיג קיין ניו יארק האט ער באקומען א ידיעה אז עס דא וואס ווילן באשולדיגן אז ער איז אפגעזאגט געווארן פון זיין רעגירונגס פאסטן ווייל ער האט פארשווענדט צופיל געלט זייענדיג אויף זיין מיסיע אין טוניס. ווי מ'זאגט פאליטיקס עז יוזשעל...
מרדכי עמנואל האט זיך דאן תיכף אראפגעזצט אין געשריבן א ביכל פון 128 זייטן צו דעטאלירן אלע פרטים פון זיין רייזע קיין טוניס און פונקטליך ארויס געשריבן אלע פעולות וואס ער האט אלס געטוען אין די 6 חדשים וואס ער האט געארבעט פאר די באפרייאונג פין די פארכאפטע.
למעשה איז ער נאך ווייטער געשיקט געווארן דורך די אמעריקאנער רעגירונג אויף פארשידענע אנדערע דיפלאמאטישע מיסיע׳ס קיין ענגלאנד, פראנקרייך, שפאניע און נאך.
דא אין ניו יארק האט ער געגרינדעט עטליכע פראמינענטע צייטונגען, וואו ער איז פארבליבן דינען אלס רעדאקטער און שרייבער פאר א לענגערע צייט. ער איז ווייטער געבליבן שטארק פארמישט אין עסקנות, להבדיל אקטיוויזעם און פאליטישע פיגור. שפעטער איז ערוועילט געווארן אלס דער "שעריף" פון ניו יארק. אויך האט ער געדינט א שטיק צייט אלס דשזאדש/לענד סאוועיער/ שופט.
מרדכי עמנואל האט געהאט אן איטערסאנטע שיטה, א דערהערער וואס האט שוין היינט מערערע אנהענגער, אז די אינדיען שבטים וואס זענען געווען דא פאר קלאמבוס האט אויסגעטראפן אמעריקע זענען גאר די פארלוירענע עשרת השבטים. ער האט געשריבן א גאנצע בוך דערויף.
פארזעצונג קומט אי"ה:
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:24 pm
דורך פופציגער
זייער אינטערסאנט!! יישר כח!
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:37 pm
דורך מירון
איינער האט מיר אנגעפערעגט אין אישי:
האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:33 am
איר ווייסט אז גדולי ישראל זענען ארויסגעקומען זייער שארף אנטקעגן זיין רעיון פון מאכן א אידישער ישוב?
איך וויל נישט ארויפלייגן פארן פאבליק די שארפע בריוו, איך וויל דיר נישט שטערן, איך וויל בלויז וויסן אויב דו ביסט באקאנט מיט די פאקטן?
יא, איך ווייס, אבער ביטע קוקן וואס איך גיי שרייבן אין דעם נעקסטן פארזעצונג.
זיין מייסטער פלאן - זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:06 pm
דורך מירון
נאכן ארומפארן א האלבע וועלט און צוזעהן די רדיפות אויף זיינע אידישע ברודער איז איינגעפאלן א געדאנק פאר מרדכי עמנאל נח, צו מייסד זיין אן עיר מקלט, פאר אחינו בני ישראל שבגולה.
ער האט געוואלט בויען א שטאַט וואס זיין געאייגענט נאר פאר אידן. וואו אידן וועלן קענען פרייוויליג און רואיג דינען דעם אויבישטן, בויען ישיבת, בתי מדרשים און אלע זייערע אידישע געברויכן אן ווערן געשטערט דורך די אנטעסמישע רעגירונגען. ער האט געוואלט זיין באשיצט דורך דער אמעריקאנער געזעץ, וואס לויטעט די סעפראציע פון רעגירונג אין רעליגיע.
לויט אלע היסטאריקער האט ער נישט געוואלט האבן אן אייגנע מדינה, נאר א 'ספעציעלע געגענט' נאר פאר אידן, געפירט דורך אידן, וואס זאל באלאנגען פאר די פאראייניגטע שטאטן.
מרדכי עמנואל האט באשלאסן אז דער בעסטער פלאץ פאר די המצאה וועט זיין אין א פלאץ אין אפסטעיט ניו יארק, וואס הייסט 'גרענד איילענד'. עס איז ארום גענומען מיט די נייעגרא וואסערן. נאנט צו די באקאנטע נייעגרא פאולס.
בילד - מאפע
- א מאפע פון דעם גרענד איילענד (גרויסע אינזל) געגענט.gif (15.63 KiB) געזען געווארן 736 מאל
גרענד איילענד איז אן אינזעל וואס איז ארומגענומען מיטן ים פון איין זייט און א שמאלער טייך פון די צווייטע זייט. דאס איז בימים ההם געווען דער בעסטער פלאץ פאר ביזנעס.
דער גרויסער ביזנעס צענטער "מאנהעטן" איז נאר געווארן א ביזנעס צענטער צוליב דעם וואס די האפן זענען געווען גוט אויסגעשטעלט פאר די שיפן וואס זענען געקומען אייראפע. גנוי ווי גרענד איילענד איז מאנהעטן ארומגענומען מיטן ים פון איין זייט און א שמאלער טייך פון די צווייטע זייט.
אין יענע טעג איז א שיף אויפן וואסער געווען דאס בעסטע טראנספערטאציע מיטל. דאס האט ערמעגליכט צו גרינג פירן אסאך סחורה פון איין פלאץ צום צווייטן. וועגן אט די סיבה האט אונזער מרדכי עמנואל אפגעקויפט דווקא די טערעטאריע.
די טערעטאריע האט ער האט אפגעקויפט פון די אידיאנער שבטים. ער האט געצאלט דערפאר א סומע פון איבער 90 טויזענט דאלער! פאר אומגעפער 52 סקווער מייל. א הון תועפת פאר א ריעל עסטעיט דיעל בימים ההם.
בילד - מאפע
- א מאפע פון דעם גרענד איילענד (גרויסע אינזל) געגענט #2.jpg (68.94 KiB) געזען געווארן 736 מאל
ער האט א נאמען געגעבן זיין נייעם יישב "אררט" לכאורה איז דאס געקומען וועגן דעם וואס זיין משפחה נאמען איז געווען נוח.
נח ווי באקאנט איז געווען אין די תיבה ביי די מבול. נאדעם וואס די מבול האט זיך געענדיגט איז די תיבה געבליבן שטעקן אויף די הרי אררט.
שנת תקע״ו אין די זומער איז געפראוועט געווארן א גרויסע הנחת אבן הפינה. אידן נישט אידן צוגלייך זענען זיך צוזאמגעקומען צו פייערן מיט גרויס פאמפ און פראפעגאנדע די צערעמאניע פון לייגן דעם גרונד שטיין אויפן נייעם שכינה. דער עולם וואס האט זיך באטייליגט זענען געווען מייסטענס גוים וואס האבן געוואלט ארויסווייזן סאלידעריטעט פאר די אידישע בירגער.
ער האט ספעציעל געמאכט א גרויסע מצב כדי צו שלעפן אויפמערקזאמקייט פון די גאנצע וועלט. ער האט געוואלט אז אלע אידן בכל קצווי תבל זאלן דאס ליינען אין זייערע היימלענדער אין די צייטונגען, כדי צו ערוועקן א דורשט צו קומען צו זיין נייעם אידישן יישב.
דארט ביי די צערמאניע האט מרדכי עמנאל נח געהאלטן א פייערדיגע רעדע ווי ער האט גערופען אלע אידן פון די גאנצע וועלט צוקומען צו זיין נייעם יישב. עס איז געדעקט געווארן דורך אלע צייטוגען אין לאנד און אויך אויסלאנד. דער טאג האט זיך געענדיגט מיט ספעציעלע מוזיק. דערנאך האט מען געלייגט א גרונט שטיין וואס איז געווען אויסגעקריצט דערויף דעם פסוק פון שמע ישראל.........
למעשה וויפל ער האט פרובירט האט זיך אבער דער פלאן נישט איינגעגעבן. ער איז ארום געפארן אין די גאנצע וועלט. גערעדט מיט עמון עם, און מיט רבנים אבער אן ערפאלג.
וואלטן כאטש טייל אידן אים געפאלגט, וואלט מען ווען געקענט פארמיידן אסאך אידישע קרבנות פון די שווערע פאגראמען, פון די ערשטע וועלט קריג און אפגערעדט פון די צווייטע וועלט קריג.
רבות מחשבות בלב איש, אבער עצת השם הוא תקום!!
ענדע
Re: זיין מייסטער פלאן - זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:11 pm
דורך מירון
מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:06 pm
דערנאך האט מען געלייגט א גרונט שטיין וואס איז געווען אויסגעקריצט דערויף דעם פסוק פון שמע ישראל..
א בילד פונעם שטיין וואס איז נאך פארבליבן ביזן היינטיגן טאג
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:45 pm
דורך בערל דער פייפער
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:24 pm
זייער אינטערסאנט!! יישר כח!
יישר כח,
Re: מרדכי עמנואל נוח, און זיין געפלאנטע אידישע יישוב
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 4:48 pm
דורך מירון
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:24 pm
זייער אינטערסאנט!! יישר כח!
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:45 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:24 pm
זייער אינטערסאנט!! יישר כח!
יישר כח,
מיי פלעשזאר!
Re: מרדכי עמנואל נח, און זיין געפלאנטער אידישער יישוב
געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 2:22 am
דורך טיפע טאשן
למעשה וויפל ער האט פרובירט האט זיך אבער דער פלאן נישט איינגעגעבן. ער איז ארום געפארן אין די גאנצע וועלט. גערעדט מיט עמון עם, און מיט רבנים אבער אן ערפאלג.
איז געווען א עכטע סיבה דערצו אדער אזוי היינט ווי מען וועט וואוינען אומבאקוועם ווי איידער גיין צו א נייע פלאץ?
Re: מרדכי עמנואל נח, און זיין געפלאנטער אידישער יישוב
געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 11:04 pm
דורך מיט קלארקייט
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 2:22 am
למעשה וויפל ער האט פרובירט האט זיך אבער דער פלאן נישט איינגעגעבן. ער איז ארום געפארן אין די גאנצע וועלט. גערעדט מיט עמון עם, און מיט רבנים אבער אן ערפאלג.
איז געווען א עכטע סיבה דערצו אדער אזוי היינט ווי מען וועט וואוינען אומבאקוועם ווי איידער גיין צו א נייע פלאץ?
viewtopic.php?p=61559#p61559
אפשר קען מען טאקע אביסל מער אויסשמועסן וואס די רבנים'ס טענה דערקעגן איז געווען און ארויף ברענגען דעם בריוו?
Re: מרדכי עמנואל נח, און זיין געפלאנטער אידישער יישוב
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 5:13 pm
דורך דער תהלים איד
העכסט אינטערסאנט.
ס'ערשטע מאל איך ליין דאס! א פארבארגענער שטיק היסטאריע. קיינמאל געהערט.
Re: מרדכי עמנואל נח, און זיין געפלאנטער אידישער יישוב
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 8:50 pm
דורך פרייליך
על גאולתינו דאכצעמער שרייבט דערוועגן
Re: מרדכי עמנואל נח, און זיין געפלאנטער אידישער יישוב
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 9:07 pm
דורך מיט קלארקייט
פרייליך האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 8:50 pm
על גאולתינו דאכצעמער שרייבט דערוועגן
זייער קורץ, און איך פארשטיי נאך נישט וואס די ישוב איז אקעגן די שלש שבועות? סך הכל א אידישע געגנט ווי קרית יואל!