בלאט 1 פון 2

שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:45 am
דורך פ. לאקס
אויף די גרויסע נאכפראגע אויף די זשורנאל מאגאזין, עפן איך דען אשכול וואו מען וועט ארויפשטעלן די וועכענטליכע מאגאזין.

דא איז פון פרשת מטות מסעי

https://view.flipdocs.com/?ID=10027988_101267

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 2:45 pm
דורך פישפיקלאדיין
מען האט געשמועסט לעצטנס אז די אויסגאבע זוכט זיך צו פארקויפן.

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 5:28 pm
דורך זייער גוט
פאר מיר איז דאס דאס בעסטע און געשמאקסטע פון די אלע וועכנטלעכע אויסגאבעס וואס קומען אן אויף די פאסט!

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 6:15 pm
דורך פישפיקלאדיין
זייער גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:28 pm פאר מיר איז דאס דאס בעסטע און געשמאקסטע פון די אלע וועכנטלעכע אויסגאבעס וואס קומען אן אויף די פאסט!
קוקט אויס דו האסט א גוטע טעיסט... זיי מסביר וועלכע ארטיקלעך צייכנט זיך דער אויסגאבע אויס מער ווי אלע אויסגאבעס?

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 pm
דורך זייער גוט
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:15 pm
זייער גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:28 pm פאר מיר איז דאס דאס בעסטע און געשמאקסטע פון די אלע וועכנטלעכע אויסגאבעס וואס קומען אן אויף די פאסט!
קוקט אויס דו האסט א גוטע טעיסט... זיי מסביר וועלכע ארטיקלעך צייכנט זיך דער אויסגאבע אויס מער ווי אלע אויסגאבעס?
שמעון פריילעך איז נישט עפעס וואס א יעדער האט!

און הכלל די אייגענארטיגקייט פון די נייעס, האט עפעס א געשמאק צו ליינען!

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:09 am
דורך פישפיקלאדיין
ווער איז דאס שמעון פרייליך?

און וואס שרייבט ער דארט?

מיט וואס איז די נייעס 'אייגנארטיג'?

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:39 am
דורך פ. לאקס
@פישפיקלאדיין ליין עס העסטע זען

ער האט שיינע לאנגע באשרייבונגען איבער מעמדים וואס זענען געווען דורכאויס די וואך, און אויך אסאך מאל געשמאקע קרישקעלעך

היבש יוניק

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:46 am
דורך Azoi Tzi Zugen
שמעון פרייליך איז דאך דער לעגענדארער שרייבער אהוב על כל הר"ר שמעון יצחק פילאפ

זיין זון ר' משה אהרן איז דער הויפט שרייבער אין היימשטאט, אזוי מיין איך

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:27 pm
דורך פישפיקלאדיין
אהא, אב ובנו שכתבו את ה'חידוש'...

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:31 pm
דורך וואסאפשט
דרך אגב משרייבט פילאפף מיט א פ אדער ף אדער ביידע?

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:32 pm
דורך חכם
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:31 pm דרך אגב משרייבט פילאפף מיט א פ אדער ף אדער ביידע?
נישט פילעפף?

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:34 pm
דורך וואסאפשט
דאכט זיך אז נישט

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 11:39 am
דורך מי שברך
איינער קען ביטע ארויפלייגן די זשורנאל פון דעי וואך.

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 4:11 pm
דורך שמח
האט איינער די זשורנאַלן פון פ' דברים?

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 7:30 pm
דורך פ. לאקס
קרית יואל זשורנאל
פרשת דברים

https://view.flipdocs.com/?ID=10027988_939261

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מוצש"ק יולי 22, 2023 10:47 pm
דורך שמח
פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 7:30 pm קרית יואל זשורנאל
פרשת דברים

https://view.flipdocs.com/?ID=10027988_939261
איז שייך צו לייגן אין גוגל דרייוו?

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 10:37 am
דורך Azoi Tzi Zugen
זייער גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:51 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:15 pm
זייער גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:28 pm פאר מיר איז דאס דאס בעסטע און געשמאקסטע פון די אלע וועכנטלעכע אויסגאבעס וואס קומען אן אויף די פאסט!
קוקט אויס דו האסט א גוטע טעיסט... זיי מסביר וועלכע ארטיקלעך צייכנט זיך דער אויסגאבע אויס מער ווי אלע אויסגאבעס?
שמעון פריילעך איז נישט עפעס וואס א יעדער האט!

און הכלל די אייגענארטיגקייט פון די נייעס, האט עפעס א געשמאק צו ליינען!
אלס א פשוטער תושב לאמיך זיך ערלויבן צו זאגן אזוי. דער שרייבער איז אויסדרוקליך גאר א גוטער שרייבער, פון די סאמע בעסטע.

אבער, זיין פרנסה איז נישט אז ער איז דער שרייבער פון דעם צייטונג, נאר נאכ'ן ענדיגן אלע צייטונגען גיט מען מיטוואך אדער דאנערשטאג א קלאפ צאם אלעס וואס קומט אונטער די הענט. דאס שפירט זיך זייער שטארק סיי ביים ליינען, און סיי ביים קוקן אויפן אויסשטעל, ווען א פרק שיעור איז א ריזיגע נייעס און א העדליין אין נ"י טיימס איבער עפעס א קרישקעלע איז נאך גרעסער, ס'האט נישט קיין טעם. ס'איז נישט קיין מערכת וואס גיט ארויס א צייטונג.

די אנדערע 2 לאקאלע צייטונגען פון ביידע קהילות, זענען א געהעריגע 6-טאגיגע מערכת, מיט אינהאוז פולטיים שרייבער, רעדאקטארן, דעזיינער, און זיי זענען ביידע אין א געוויסן זין נאך שענער און רייכער ווי די וואס זייערע קהילות פארקויפן אין גראסערי. דאס איז דער פשוט'ער מציאות.

און בעצם, איך ווייס נישט וואס דער עקסטערע טעמע דא דארף צו דינען... ס'דא א כלליות'דיגע צייטונגען אשכול און דארט ברענגט מען די צייטונגען און די לינקס, און יעדער קען דרוקן אויף וועלכע ער וויל... אויב האסטו עפעס מיט איין ספעציפישע צייטונג איז דא גענוג זייטלעך וואו מ'קען שטיפן אגענדעס... איך וואלט געראטן די מנהלים דאס צו פארשטיין אליינס און וכו'

Re: "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 12:53 pm
דורך פ. לאקס
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:37 am

עס איז דא אן עקסטערן טעמע אויף יעדע אויסגאבע אין קרית יואל...

די טעמע דינט אויסצושמועסן אויף אן ערוואקסענער שטייגער די מעלות, חסרונות, חידושים, וכדומה פון דעם ספעציפישן אויסגאבע.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר ווילט די מנהלים זאלן דא טון, צולייגן זייער מיינונג? זיי וועלן דאס טון אינערהאלב א שמועס ווען עס וועט אנטוויקלט ווערן

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 11:43 am
דורך סאטמערע שוויצער
איינער מיט מער אפדעיטס צו די דזשורנאל איז שוין טאקע פארקויפט די וואך איז עס נישט ארויסגעקומען און אינעם היימשטאט איז געווען אן ציטאט פונעם דזשורנאל פון צוויי וואכן צירוק

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:59 pm
דורך שמח
סאטמערע שוויצער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 11:43 am איינער מיט מער אפדעיטס צו די דזשורנאל איז שוין טאקע פארקויפט די וואך איז עס נישט ארויסגעקומען און אינעם היימשטאט איז געווען אן ציטאט פונעם דזשורנאל פון צוויי וואכן צירוק
עס איז יא אנגעקומען.

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:49 pm
דורך באלטמיר
פארשטיי איך נישט וואס די ציל מיט אזא נייעס, וועלכע ער געט נישט קיין שים פרטים, וואס וויל ער דא פינקטלעך?

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:44 pm
דורך וואסאפשט
באלטמיר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:49 pm פארשטיי איך נישט וואס די ציל מיט אזא נייעס, וועלכע ער געט נישט קיין שים פרטים, וואס וויל ער דא פינקטלעך?
כהאב זיך אויך זייער געווינדערט

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:07 am
דורך יאנטשי
באלטמיר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:49 pm פארשטיי איך נישט וואס די ציל מיט אזא נייעס, וועלכע ער געט נישט קיין שים פרטים, וואס וויל ער דא פינקטלעך?
זיך אויך גאר שטארק געווינדערט

אויף אידישע וועלט שרייבט איינער די פאלגענדע

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4503621
אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:12 pm דער געגענט פון די געשעפט האלט אינמיטן ווערן אידישליך מיט אידישע סטארס, א שטיק צייט צוריק זעענדיג אז עס פארמאגט אן אומבאקאנטע הכשר מיט א אידישע נאמען בין איך אריין זיך נאכפרעגן און קויפן א וואסער

די סטאר האט א הכשר גערופן CMD וואס איז די ראשי תיבות פון Congregation Midrash David

זי נוצט נאר היימישע אינגרידיענטס אזוי ווי גאלדען פלאו מילך וכדומה, זי האט געוואלט האבן א היימישע השגחה און מ'האט איר נישט געוואלט געבן. זי זאגט אז מ'האט פארלאנגט אז ס'זאל נישט האבן קיין סיעטינג וואו צו עסן און זי קען זיך נישט צושטעלן דערצו ווייל ס'איז אין טאון.

איך האב געקאלט די השגחה עס איז א טאטע מיט א זון
די טאטע הייסט הרב דניאל Navaro כ'מיין אז די זון הייסט דוד
די טאטע קען נישט עכט אידיש די זון אבער יא, ער זאגט מיר אז ער האט געלערענט אין היימישע ישיבות

זיי געבן זייער הכשר בעיקר און פלעטבוש, זיי זענען א קליינע הכשר, זיי זענען נישט ניי, אויף די שאלה ווי אזוי זי איז אנגעקומען צו אים זאגט ער אז זיי הייסן א ספרד'ישע איזרעלי הכשר.

ער שיקט דא אראפ איינעם פון מאנסי יעדע וואך פאר א משגיח און ער האט קאמערעס א גאנצן צייט.
די פרוי וואס האט די סטאר איז א שומר שבת, זי האט אויך דארט א מאמע און שוועסטער אדער טאכטער, דער בעל מכשיר ווייסט נישט וויפיל זיי האלטן.

איך ווייס נישט וואס די מאטיוון פון די 'אומשילדיגע' נייעסל איז
https://goo.gl/maps/aD5mnyzJ872HoPSr6

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:30 am
דורך אסמכתא בעלמא
בקיצור, ס'איז די רעדע פון אן "אויפדעקונג" אז?

וואס איז די איידיע פון משוגע מאכן מענטשן?

Re: שמועסן ארום די "זשורנאל" מאגאזין (קרית יואל)

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:49 pm
דורך וואסאפשט
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:07 am
באלטמיר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:49 pm פארשטיי איך נישט וואס די ציל מיט אזא נייעס, וועלכע ער געט נישט קיין שים פרטים, וואס וויל ער דא פינקטלעך?
זיך אויך גאר שטארק געווינדערט

אויף אידישע וועלט שרייבט איינער די פאלגענדע

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4503621
אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:12 pm דער געגענט פון די געשעפט האלט אינמיטן ווערן אידישליך מיט אידישע סטארס, א שטיק צייט צוריק זעענדיג אז עס פארמאגט אן אומבאקאנטע הכשר מיט א אידישע נאמען בין איך אריין זיך נאכפרעגן און קויפן א וואסער

די סטאר האט א הכשר גערופן CMD וואס איז די ראשי תיבות פון Congregation Midrash David

זי נוצט נאר היימישע אינגרידיענטס אזוי ווי גאלדען פלאו מילך וכדומה, זי האט געוואלט האבן א היימישע השגחה און מ'האט איר נישט געוואלט געבן. זי זאגט אז מ'האט פארלאנגט אז ס'זאל נישט האבן קיין סיעטינג וואו צו עסן און זי קען זיך נישט צושטעלן דערצו ווייל ס'איז אין טאון.

איך האב געקאלט די השגחה עס איז א טאטע מיט א זון
די טאטע הייסט הרב דניאל Navaro כ'מיין אז די זון הייסט דוד
די טאטע קען נישט עכט אידיש די זון אבער יא, ער זאגט מיר אז ער האט געלערענט אין היימישע ישיבות

זיי געבן זייער הכשר בעיקר און פלעטבוש, זיי זענען א קליינע הכשר, זיי זענען נישט ניי, אויף די שאלה ווי אזוי זי איז אנגעקומען צו אים זאגט ער אז זיי הייסן א ספרד'ישע איזרעלי הכשר.

ער שיקט דא אראפ איינעם פון מאנסי יעדע וואך פאר א משגיח און ער האט קאמערעס א גאנצן צייט.
די פרוי וואס האט די סטאר איז א שומר שבת, זי האט אויך דארט א מאמע און שוועסטער אדער טאכטער, דער בעל מכשיר ווייסט נישט וויפיל זיי האלטן.

איך ווייס נישט וואס די מאטיוון פון די 'אומשילדיגע' נייעסל איז
https://goo.gl/maps/aD5mnyzJ872HoPSr6
וועם האבן זיי געבעטן א הכשר און מהאט נישט געוואלט גיבן?