בלאט 1 פון 3
מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:59 pm
דורך מהודר
צוויי אידן - דריי דעות
https://www.yiddish24.com/miscellanies/177/99205
אויב געשעפטן מעגן פארקויפן אייטעמס וואס א מערהייט פון די געגענט ניצט נישט
ברוכים הבאים צום וועכענטליכע אנטקעטע.
מעגן גראסעריס אין היימישע געגנטער פארקויפן זאכן מיט נישט היימישע הכשרים ?
מעגן געשפטען אין היימישע געגנטער פארקויפן די עמי, משפחה, וכו' ?
מעגן קליידער געשפטען אין היימישע געגנטער פארקויפן נישט צניעותדיגע קליידער?
מעגן סעלפאון געשפטען אין היימישע געגנטער פארקויפן סמארטפונס ?
ר' וועלוועל טענהט אז עס איז נישט דא קיין שענערע חינוך ווי ווען עלטערן קענען זאגן פאר א קינד זיי מעגן און אונז מעגן נישט. ר' יואל טענהט אז אויב 80% פון די שטאט איז אויף א העכערע סטאנדארט אין אידישקייט דאן דארפסטו זיך צישטעלן צי דיין קאסטומער באזע.
ביטע קומט אריין מיט אייער דעה, ווער איז גערעכט די געשעפסטמאן וואס וויל מאכן געלט, אדער די קאסטומער וואס וויל נישט נכשל ווערן?
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:04 pm
דורך לייבל פריש
ר' וועלוועל פעלדמאן נאגעלט עס מיט איין אמת ווארט: אל תביאנו לידי נסיון
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:16 pm
דורך יום טוב
א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן מטעם צניעות איז קיין שאלה אז ער איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול און ער איז פולי אחריות דערויף
יעצט אין א געגנט ווי עס איז כמעט נישט בנמצא א געוויסע פירצה און אין דעם געגנט איז א העכערע דרגה און ווייל ער ברענגט דאס אריין ברענגט ער אראפ די אידישקייט סטאנדארטן אין דעם מקום איז נישט שייך צו זאגן איך טו מיין ביזנעס און דו האב שכל , אויב ביזטו גורם אראפצוברענגען די סטאנדארט ביזטו דער גורם, האסט א גוטן תירוץ ביזנעס, אבער פאר ביזנעס מאכסטו שאדן ברוחניות פאר אידן
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:29 pm
דורך יום טוב
מהודר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:59 pm
צוויי אידן - דריי דעות
https://www.yiddish24.com/miscellanies/177/99205
אויב געשעפטן מעגן פארקויפן אייטעמס וואס א מערהייט פון די געגענט ניצט נישט
ברוכים הבאים צום וועכענטליכע אנטקעטע.
מעגן גראסעריס אין היימישע געגנטער פארקויפן זאכן מיט נישט היימישע הכשרים ?
מעגן געשפטען אין היימישע געגנטער פארקויפן די עמי, משפחה, וכו' ?
מעגן קליידער געשפטען אין היימישע געגנטער פארקויפן נישט צניעותדיגע קליידער?
מעגן סעלפאון געשפטען אין היימישע געגנטער פארקויפן סמארטפונס ?
ר' וועלוועל טענהט אז עס איז נישט דא קיין שענערע חינוך ווי ווען עלטערן קענען זאגן פאר א קינד זיי מעגן און אונז מעגן נישט. ר' יואל טענהט אז אויב 80% פון די שטאט איז אויף א העכערע סטאנדארט אין אידישקייט דאן דארפסטו זיך צישטעלן צי דיין קאסטומער באזע.
ביטע קומט אריין מיט אייער דעה, ווער איז גערעכט די געשעפסטמאן וואס וויל מאכן געלט, אדער די קאסטומער וואס וויל נישט נכשל ווערן?
מענין לענין באותו ענין
זענען זיי טאקע די וואס דארפן דעבאטירן אזעלכע ענינים? איז דאס נישט א שאלה פון ולפני עור ? אפשר וועט איינער זיך מקיל זיין צוליב די מוראדיגע דעבאטע אויף כלל ישראל פלאטפארמע?
נקודה למחשבה
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:31 pm
דורך מהודר
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:16 pm
א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן מטעם צניעות איז קיין שאלה אז ער איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול און ער איז פולי אחריות דערויף
יעצט אין א געגנט ווי עס איז כמעט נישט בנמצא א געוויסע פירצה און אין דעם געגנט איז א העכערע דרגה און ווייל ער ברענגט דאס אריין ברענגט ער אראפ די אידישקייט סטאנדארטן אין דעם מקום איז נישט שייך צו זאגן איך טו מיין ביזנעס און דו האב שכל , אויב ביזטו גורם אראפצוברענגען די סטאנדארט ביזטו דער גורם, האסט א גוטן תירוץ ביזנעס, אבער פאר ביזנעס מאכסטו שאדן ברוחניות פאר אידן
מען רעדט נישט פון עפעס וואס איז קלאר נישט אויסגעהאלטן בצניעות לכו"ע, מען רעדט פון א זאך וואס איז ממש אויפן גרעניץ און געוויסע וועלן טענהן אז עס קען זיין נישט אויסגעהאלטן,
אז איר וועט אויסהערן דעם שמועס וועט איר פארשטיין
יעצט צום צווייטען נקודה וואס איר זאגט וועגן אידישקייט סטאנדארטן, למעשה איז דא 50% אידן וואס וואוינען אויך אין די שטאט און זיי האבן נישט די סטאנדארטן למשל עסן ou, אדער עמי משפחה וכו' פארוואס דארפן זיי ליידען וועגן אייערע סטאנדארטן? אז איר ווילט נישט קויפט נישט. מיינט נאך נישט אז ער מעג נישט פארקויפן.
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:33 pm
דורך יום טוב
מהודר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:31 pm

א זאך וואס ער איז מסופק צו דאס איז צניעות זאל ער פרעגן א דיין
אוודאי אויב איז 50% פון דעם געגנט אן אנדערע סטאנדארט איז אן אנדערע מעשה אבער מען רעדט דאך ווען יס איז דא א סטאנדארט
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:52 pm
דורך העלדיש
די געשעפטסמאן די פולסטע רעכט אריינצוברענגען.
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:57 pm
דורך איך
העלדיש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:52 pm
די געשעפטסמאן די פולסטע רעכט אריינצוברענגען.
ווער געט די רעכט צו זיין א מכשיל את הרבים ?
מען מעג לצורך פרנסה ?
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:01 pm
דורך שבת קודש
אין ב''פ און מאנסי ווי ס'איז דא אלע סארטן אידן מעגן די געשפעטן אלעס אריינברענגן
אין וומ''ס און קר''י ווי ס'איז דא נאר היימישע חסידישע אידן מעגן זיי אריינברענגן נאר זאכן וואס איז א לכתחלה פאר א חסידישע איד
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:04 pm
דורך איך
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:01 pm
אין ב''פ און מאנסי ווי ס'איז דא אלע סארטן אידן מעגן די געשפעטן אלעס אריינברענגן
אין וומ''ס און קר''י ווי ס'איז דא נאר היימישע חסידישע אידן מעגן זיי אריינברענגן נאר זאכן וואס איז א לכתחלה פאר א חסידישע איד
גוטע איידע
גאנץ א שיינע הכרעה
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:09 pm
דורך מהודר
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:01 pm
אין ב''פ און מאנסי ווי ס'איז דא אלע סארטן אידן מעגן די געשפעטן אלעס אריינברענגן
אין וומ''ס און קר''י ווי ס'איז דא נאר היימישע חסידישע אידן מעגן זיי אריינברענגן נאר זאכן וואס איז א לכתחלה פאר א חסידישע איד
פארוואס האלט איר אז וומסב"ג איז אזוי פיל מער חסידיש ווי בארא פארק?
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:12 pm
דורך שבת קודש
מהודר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:09 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:01 pm
אין ב''פ און מאנסי ווי ס'איז דא אלע סארטן אידן מעגן די געשפעטן אלעס אריינברענגן
אין וומ''ס און קר''י ווי ס'איז דא נאר היימישע חסידישע אידן מעגן זיי אריינברענגן נאר זאכן וואס איז א לכתחלה פאר א חסידישע איד
פארוואס האלט איר אז וומסב"ג איז אזוי פיל מער חסידיש ווי בארא פארק?
אין וומ''ס וואווינען נאר שטריימל אידן משא''כ ב''פ
בכלל איז ב''פ מיט פלעטבוש איין שטאט
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:26 pm
דורך להגדיל הטראסק
העלדיש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:52 pm
די געשעפטסמאן די פולסטע רעכט אריינצוברענגען.
מיט די היתר פון איך מעג טון וואס איך וויל
אט דעם היתר מעג אלזא גענוצט ווערן אים אונטערצורייסן עד חרמה (נישט פיזיש כמובן)
והעובדה עם החזן והרב ידוע
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:42 pm
דורך מהודר
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:12 pm
מהודר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:09 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:01 pm
אין ב''פ און מאנסי ווי ס'איז דא אלע סארטן אידן מעגן די געשפעטן אלעס אריינברענגן
אין וומ''ס און קר''י ווי ס'איז דא נאר היימישע חסידישע אידן מעגן זיי אריינברענגן נאר זאכן וואס איז א לכתחלה פאר א חסידישע איד
פארוואס האלט איר אז וומסב"ג איז אזוי פיל מער חסידיש ווי בארא פארק?
אין וומ''ס וואווינען נאר שטריימל אידן משא''כ ב''פ
בכלל איז ב''פ מיט פלעטבוש איין שטאט
98% אויב נישט 99% ב"פ גייט מיט א שטריימל שבת פונקט ווי וויליאמסבורג. ב"פ מיט פלעטבוש איז צוויי אנדערע שטעט פונקט ווי וויליאמסבורג מיט קראון הייטס זענען.
Re: מעגן געשפטען פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פון די געגנט האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:26 pm
דורך פרייליך
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:01 pm
אין ב''פ און מאנסי ווי ס'איז דא אלע סארטן אידן מעגן די געשפעטן אלעס אריינברענגן
אין וומ''ס און קר''י ווי ס'איז דא נאר היימישע חסידישע אידן מעגן זיי אריינברענגן נאר זאכן וואס איז א לכתחלה פאר א חסידישע איד
אויב איז ער א מכשיל את הרבים, מאי שנא וויפיל פראצענט ער איז מכשיל
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 9:35 pm
דורך טובי' שרייבער
ס'איז צי א כלליות'דיגע שאלה.
ווענדט זיך וואס, צו ס'איז באמת נישט אויסגעהאלטן אדער סתם א חומרא ווייל מ'האט עס נישט געזעהן ביים רבין אינדערהיים....
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:08 pm
דורך מהודר
ביטע נאר שטומען נאכן אויסהערן די שיעור
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:13 pm
דורך נקודות טובות
אין שלחן ערוך סימן קי''ז איז קלאר מבואר אז נאר ביי זאכן וואס איז אסור מן התורה איז דא אן איסור (מחלוקת הראשונים אם הוה איסור תורה או אסור רק מדרבנן) אבער ביי איסור דרבנן איז נישט קיין שום פראבלעם!
יעצט ק''ו ביי זאכן וואס די איסור איז נישט מדרבנן אויך נישט, און אפי' לפני עור איז נישטא, נאר דוקא א גדר ביי געוויסע. פארוואס אין די וועלט זאל דער מוכר נישט טארן פארקויפען? אפי' אויב נאר איינער וועט קויפן דאס און ער וועט אויף דעם מאכן געלט מעג ער! מיט וועלכע רעכט קען מען צווינגען א מוכר וואס צו פארקויפען? בעיני איז עס דומה צו חתונה תקנות, אז מען דארף מאכן תקנות פאר די עשירים כדי די עניים זאלן נישט נאכמאכען! הישמע כזאת?
דיינע סטאנדארטען טארסטו נישט ארויפצווינגען אויף א צווייטען. נישט ביים חתונה מאכן, און נישט ביי השגחות, און נישט ביי ליין מאטריאל וכדו'. לעב פאר דיר, און לאזן יענעם לעבן פאר זיך! און אויב האסטו מורא פאר חינוך דאן זעה אריינצולייגען אין דיין קינד אז ער זאל אויך פארשטיין די חומר הדברים, מיטן צווינגען דעם מוכר האסטו גארנישט אויפגעטוהן פאר חינוך!
פארשטייט זיך אז אזא שטאט ווי קרית יואל האט אנדערע דינים, ווייל די שטאט איז מתחלה געגרינדעט געווארן צו זיין אפגעטיילט פון די גאס.
@מהודר איך האב נישט געשטימט ווייל איך האב נישט אויסגעהערט די שמועס.
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:31 pm
דורך יאנטשי
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:13 pm
אין שלחן ערוך סימן קי''ז איז קלאר מבואר אז נאר ביי זאכן וואס איז אסור מן התורה איז דא אן איסור (מחלוקת הראשונים אם הוה איסור תורה או אסור רק מדרבנן) אבער ביי איסור דרבנן איז נישט קיין שום פראבלעם!
דארט רעדט מען פון הנאה האבן פון א איסור דורך פארקויפן פאר גיום, קומט נישט אריין אין אונזער שמועס, און אוודאי נישט צו מאכן קיין ק"ו...
יורה דעה סימן קי''ז
► Show Spoiler
שלא לעשות סחורה מדבר איסור. ובו סעיף אחד:
כל דבר שאסור מן התורה אף על פי שמותר בהנאה אם הוא דבר המיוחד למאכל אסור לעשות בו סחורה (ואפילו לקנותו להאכילו לפועליו עובדי כוכבים אסור) (כך משמע מב"י מהגהות מיימוני פ"ח דמאכלות אסורות) חוץ מן החלב שהרי נאמר בו יעשה לכל מלאכה ואם נזדמנו לצייד חיה ועוף ודגים טמאים (וכן מי שנזדמנה לו נבילה וטריפה בביתו) (טור) מותר למכרם ובלבד שלא יתכוין לכך: הגה וצריך למכרה מיד ולא ימתין עד שתהא שמינה אצלו (ב"י בשם א"ח) וכן מותר לגבות דברים טמאים בחובו מן העובד כוכבים דהוי כמציל מידם (רשב"א בתשובה) ואסור למכור לעובד כוכבים נבילה בחזקת כשירה (טור) (ועיין בחושן המשפט סימן רכ"ח) וכל דבר שאין איסורו אלא מדבריהם מותר לעשות בו סחורה:
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:34 pm
דורך שבת קודש
די פראבלעם פון פארקויפן די עמי/משפחה אין היימישע חסידישע געגנטער איז אז אין זייער אסאך וואכן האבן זיי זייער פראסטע פראנט קאווערס און זיי ליגן אויסגעלייגט אין פראנט פון די סטארס ווי יעדער קוקט דאס הייסט מכשיל געווען אידן וואס האלטן זיך אפ פון קוקן אויף אזאלעכע בילדער,
אבער דאס עצם זיי פארקויפן זעה איך נישט קיין פראבלעם.
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:35 pm
דורך וואוילער
@נקודות טובות
מ'רעדט נישט פון צווינגען און נישט פון לפני עור דאוריתא, די דיון איז אויב עס איז נארמאל מענטשליך אויסגעהאלטן.
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:01 pm
דורך יום טוב
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:13 pm
אין שלחן ערוך סימן קי''ז איז קלאר מבואר אז נאר ביי זאכן וואס איז אסור מן התורה איז דא אן איסור (מחלוקת הראשונים אם הוה איסור תורה או אסור רק מדרבנן) אבער ביי איסור דרבנן איז נישט קיין שום פראבלעם!
יעצט ק''ו ביי זאכן וואס די איסור איז נישט מדרבנן אויך נישט, און אפי' לפני עור איז נישטא, נאר דוקא א גדר ביי געוויסע. פארוואס אין די וועלט זאל דער מוכר נישט טארן פארקויפען? אפי' אויב נאר איינער וועט קויפן דאס און ער וועט אויף דעם מאכן געלט מעג ער! מיט וועלכע רעכט קען מען צווינגען א מוכר וואס צו פארקויפען? בעיני איז עס דומה צו חתונה תקנות, אז מען דארף מאכן תקנות פאר די עשירים כדי די עניים זאלן נישט נאכמאכען! הישמע כזאת?
דיינע סטאנדארטען טארסטו נישט ארויפצווינגען אויף א צווייטען. נישט ביים חתונה מאכן, און נישט ביי השגחות, און נישט ביי ליין מאטריאל וכדו'. לעב פאר דיר, און לאזן יענעם לעבן פאר זיך! און אויב האסטו מורא פאר חינוך דאן זעה אריינצולייגען אין דיין קינד אז ער זאל אויך פארשטיין די חומר הדברים, מיטן צווינגען דעם מוכר האסטו גארנישט אויפגעטוהן פאר חינוך!
פארשטייט זיך אז אזא שטאט ווי קרית יואל האט אנדערע דינים, ווייל די שטאט איז מתחלה געגרינדעט געווארן צו זיין אפגעטיילט פון די גאס.
@מהודר איך האב נישט געשטימט ווייל איך האב נישט אויסגעהערט די שמועס.
אויב איז א זאך נישט בצניעות ע"פ הלכה דאן קען זיין אפילו אז זי הייסט אן עוברת על דת , איז דאס לפני עור! און אויב איז מען דורך דעם מכשיל אידן מיט הרהורים רעים איז דאס לפני עור! און אויב איז דאס משנה דעם מקום לרעה איז ער מפסיד דעם ציבור !
לא תלכו בחוקות הגוי איז א דאורייתא
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:29 pm
דורך All the best
איין זאך איז זיכער אז די שאלה באלאנגט נישט צו דעפאטורן אויף 2 אידן 3 דיעות!
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:11 pm
דורך פופציגער
אידן מעגן אויסשמועסן דעות... פסקים נעמט מען נישט פון דא
Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 27, 2024 7:55 pm
דורך נקודות טובות
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:31 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:13 pm
אין שלחן ערוך סימן קי''ז איז קלאר מבואר אז נאר ביי זאכן וואס איז אסור מן התורה איז דא אן איסור (מחלוקת הראשונים אם הוה איסור תורה או אסור רק מדרבנן) אבער ביי איסור דרבנן איז נישט קיין שום פראבלעם!
דארט רעדט מען פון הנאה האבן פון א איסור דורך פארקויפן פאר גיום, קומט נישט אריין אין אונזער שמועס, און אוודאי נישט צו מאכן קיין ק"ו...
יורה דעה סימן קי''ז
► Show Spoiler
שלא לעשות סחורה מדבר איסור. ובו סעיף אחד:
כל דבר שאסור מן התורה אף על פי שמותר בהנאה אם הוא דבר המיוחד למאכל אסור לעשות בו סחורה (ואפילו לקנותו להאכילו לפועליו עובדי כוכבים אסור) (כך משמע מב"י מהגהות מיימוני פ"ח דמאכלות אסורות) חוץ מן החלב שהרי נאמר בו יעשה לכל מלאכה ואם נזדמנו לצייד חיה ועוף ודגים טמאים (וכן מי שנזדמנה לו נבילה וטריפה בביתו) (טור) מותר למכרם ובלבד שלא יתכוין לכך: הגה וצריך למכרה מיד ולא ימתין עד שתהא שמינה אצלו (ב"י בשם א"ח) וכן מותר לגבות דברים טמאים בחובו מן העובד כוכבים דהוי כמציל מידם (רשב"א בתשובה) ואסור למכור לעובד כוכבים נבילה בחזקת כשירה (טור) (ועיין בחושן המשפט סימן רכ"ח) וכל דבר שאין איסורו אלא מדבריהם מותר לעשות בו סחורה:
קוק אריין אין די ראשונים בטעם האיסור, די זעלבע איז גילטיג דא.