שמויגער פלאטפארמע
געפאוסט: זונטאג יאנואר 21, 2024 8:17 pm
איך שטיי און איך וואונדער זיך, יעדן טאג קומט א צווייטער מיט א נייע אנשיקעניש, פרישע שאלות ווערן יעדן טאג אפגעבאקן, ווען א פלאכע יונגערמאן וואס פארלאנגט פאפולאציע שטייט דערונטער, און מענטשן זאגן דאס איבער און קאכן און שטותים וואס דער ניי געקרוינטע עסקן האט נארוואס ארויסגעזויגן פון פינגער, און אונז ברויכן ווערן אנגעשטעקט און אפעקטירט פון דעם
מיר גייען מאכן א סוף צו די אלע וואס פרובירן אונז צו אונטערטעניגן אונטער זייער פיצי שכל מיט וואס זיי שרייען מיט הויכהילכער אז מ'מוז דאס און מ'טאר נישט יענץ, יעדער פארשטייט אליין פון וועלכע ענינים מיר רעדן, יעדן טאג ברויך מען ליינען די גרויסע צעטליך מיט נארישקייט, צומאל מיט א נייע הלכה שאלה און צומאל וויל נאר דער נאר אויפמערקזאם מאכן די ציבור מיט א להסר מכשול גליון, עס איז געקומען די צייט אז די אלע קרומע קעפ זאלן אוועקשפאצירן פון אונז און אונז צורוה לאזן
עס דארף געגרינדעט ווערן א ספעצעלע פובליק פלאטפארמע ווי יעדע שמויגער וואס וויל אז מער ווי 10 מענטשן זאלן וויסן פון איהם זאלן קענען ארויפקומען און אפפלוידערן זיינע אלע קרעמפן וואס ליגט אינעם בויך, און ווער עס וויל וועט עס קענען אויסהערן, און ווער עס וויל נישט וועט אינאיינוועגס פטור ווערן פון די באנדע חכמים
איינער איז מיט מיר?