בלאט 1 פון 1

פאסטן אום שובבי"ם

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:23 pm
דורך בערל דער פייפער
הייב מיר אן די טעמע,

ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג?

און ביי וועלכע קהילות איז עס מער אנגענומען?

Re: שובבי"ם פאסטן

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:26 pm
דורך בערל דער פייפער
יעצט איז מיין שאלה וואס טוט מען ווען דאנערשטאג געפאלט חמשה עשר בשבט,

פאסט מען מיטוואך?

אדער נאר ווען דאנערשטאג געפאלט ראש חודש פאסט מען מיטוואך ערב ראש חודש וואס איז סיי ווי א עניין צו פאסטן?

@נקודות טובות

Re: שובבי"ם פאסטן

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:29 pm
דורך דעת קדשי
בשערי תשובה (סימן תרפה סק"ב) שנוהגים שאם חל תענית שובבי"ם בט"ו בשבט שאין מתענים בהם.

Re: שובבי"ם פאסטן

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:25 am
דורך אנדערער
אין טשערנאביל פאסט מען פרייטאג א האלבן טאג

Re: פאסטן אום שובבי"ם

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:41 pm
דורך נקודות טובות
בערל דער פייפער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:23 pm הייב מיר אן די טעמע,

ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג?

און ביי וועלכע קהילות איז עס מער אנגענומען?
בלעטערנדיג אין די אלטע טעמעס צו זוכען די הלכות שבת אשכול האב איך מיך אנגעטראפען אין די טעמע....

די מקור פון תענית שובבים איז בעיקר בשנת העיבור, און דאס ווערט געברענגט אין מנהגי מהר"ש (די רבי פון מהרי"ל) און ווי אויך אין לקט יושר (תלמיד תרומת הדשן) די צוויי ברענגען עס נאר בשנת העיבור, און אויך נאר להתענות ביום חמישי.

שפעטער דער אר"י הק' און דער של"ה הק' מאכן שוין א מצב דערפון.