היינט נאכט פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע, ער איז געבוירן בערך שנת תק"ל צו זיין טאטע רבי צבי הירש זצ"ל.
ער איז געווארן יונגערהייט א תלמיד מובהק פון דער הייליגער קאזניצ'ער מגיד זי"ע, ער האט געלערנט ביי אים תורה ועבודה אויף א געוואלדיגע פארנעם.
ע"פ פקודת פונעם הייליגען חוזה האט ער מקבל געווען אויף זיך די עול הרבנות,
ז' שבט תר"ג איז ער נסתלק געווארן.
זי"ע
הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע - ז' שבט תר"ג
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 459
Re: הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע - ז' שבט
איינע פון די גאר גרויסע תלמידים פונ'ם הייליגן רבי'ן פון לובלין זי"ע איז געווען הרה"ק רבי מרדכי דוד אונגאר זי"ע, וואס ע"פ צוואתו פונ'ם רבי'ן פון לובלין האט ער אויפגעהערט צו נהנה זיין מיגיע כפו (ער האט געהאט א וויין פאבריק בירושה פון זיינע עלטערן, די נאמען "אונגאר" קומט פון דעם וואס זיי זענען ארומגעפארן אין מדינת "אונגארן" פארקויפן וויין), און ער איז געווארן מפורסם פאר א קדוש אלוקי און מנהיג ישראל, ווי צובראכענע אידען האבן זיך אויסגעגאסן זייער פארביטערט הארץ, און זיי האבן געפויעלט ישועות און רפואות. ער איז געווען א מחותן מיט הרה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זי"ע, א זון פונ'ם הייליגן ישמח משה זי"ע.
ז' שבט תר"ג האט ער צוריק געקערט זיין הייליגע נשמה לשמי מעלה, און ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל קיינעם נישט מקבר זיין ארום אים, נאר זיינע קינדער.
על פי צוואתו האט מען אויף זיין מציבה געשריבען די פאלגענדע ווערטער: פ"נ המצוה על מצבתו, לבאר לא להוסיף, הרב החריף 'המכיר ערכו', מ' מרדכי דוד בהרבני הצדיק מ' צבי, עלה במרום ז' שבט תר"ג לפ"ק לו דומיה תהלה, ת.נ.צ.ב.ה. - און ער האט מסביר געווען אז "הרב" קען מען שרייבן, ווייל זיין רבי די הייליגער חוזה פלעגט אים אנרופען די "לאנד'ס רב". "החריף" קען מען שרייבן ווייל יעדער ווייסט אז ער איז א חריף. און "המכיר ערכו" קען מען שרייבן ווייל ער ווייסט עס בעומקי דליבא.