בלאט 1 פון 1

הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע - ז' שבט תקע"ד

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:52 pm
דורך דער ידען
די וואך מיטוואך ז' שבט פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי דוד'ל לעלוב'ער זי"ע,
ער איז געבוירן שנת תק"ו צו זיין טאטע רבי שלמה צבי, אין א דערפל נעבן לעלוב.
ער האט געהאט א געוואלדיגע קירבות ביים הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע, שפעטער ער איז נתקרב געוואן צום הייליגען חוזה פון לובלין זי"ע, און ער האט זיך מתבטל געווען פארן חוזה אויף א געוואלדיגע פארנעם עד יומו האחרון.
גאר אסאך צדיקים האט ער נאנט געברענגט פארן הייליגען חוזה זי"ע, צווישן זיי הרה"ק מפרשיסחא זי"ע, הרה"ק רבי ישעי'לע פון פשעדברוז זי"ע.

ער איז געווען א געוואלדיגע עניו ושפל ברך, ער איז געווען מפורסם פאר א געוואלדיגע פרוש מהבלי עוה"ז, און פאר א קדוש וטהור מרחם.

פון זיינע תלמידים ציילט זיך: הרה"ק רבי חיים דוד דוקטור זי"ע, וואס ער האט אים מקרב געווען צום הייליגען חוזה (עס איז א טעות דאס וואס מען זאגט אז ער האט אים מקרב געווען צו אידישקייט, ער האט אים מקרב געווען צום חוזה).

ער איז אוועק בחיי רבו הרה"ק מלובלין זי"ע- ו' שבט תקע"ד - ומנו"כ בלעלוב.

Re: הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע - ז' שבט תקע"ד

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:23 am
דורך מירון
אוהל הקדוש

Re: הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע - ז' שבט תקע"ד

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:46 am
דורך איטשע
דאכצעך אז מ'ווייסט נישט פונקטליך ווי ער ליגט, נאר אין די שפעטערע יארן האט מען געבויעט א אוהל העכער די בערך'דיגע פלאץ ווי ער ליגט

Re: הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע - ז' שבט תקע"ד

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 6:33 pm
דורך דער ידען
איטשע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:46 am דאכצעך אז מ'ווייסט נישט פונקטליך ווי ער ליגט, נאר אין די שפעטערע יארן האט מען געבויעט א אוהל העכער די בערך'דיגע פלאץ ווי ער ליגט
דוכט'זיך אז כהיום ווייסט מען שוין יא מער ווייניגער ווי ער ליגט, עס איז געווען א שטיק צייט נאכן קריג וואס מען האט געמיינט אז ער ליגט אויף גאר א צווייטע ארט.