בלאט 1 פון 1
איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:23 pm
דורך עדיטאריעל
קרלין סטאלין געדענקט יעדער איינער...
ביי הקפות פאלט נאר איין פארענטשע אין כמעט אלע חצרות הקודש...
אין טאהש ביי די חתונה אין כמעט איינגעפאלן די דאך פון די שטארקע טענצערייען...
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:25 pm
דורך נייעס ליבהאבער
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:23 pm
קרלין סטאלין געדענקט יעדער איינער...
ביי הקפות פאלט נאר איין פארענטשע אין כמעט אלע חצרות הקודש...
אין טאהש ביי די חתונה אין כמעט איינגעפאלן די דאך פון די שטארקע טענצערייען...
דאס קען מען מיטהאלטן ביי יעדע רבישע שמחה אין קרית יואל אין היכל ראזענבערג
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:57 pm
דורך מים חיים
אויך אין וויזשניצע כולל זעט אזוי אויס די דאך ביי יעדע חתונה
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:39 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך האלט למשל אז מען זאל פארבאטן קארס, דו ווייסט וויפיל עקסידענטן עס פאסירן טעגליך?
איך האלט למשל אז מען זאל פארבאטן צו שפילן קעטש אין חדר, דו ווייסט וויפיל קינדער צובלוטיגן זיך דערפון יעדן טאג?
איך האלט למשל אז מען זאל פארבאטן צו נוצן מעסער'ס, דו ווייסט ווי דעינזשרעס עס איז?
אלא מאי? מען דארף טון די מערסטע השתדלות אז עס זאל זיין סעיף, אבער מן הזהירות שלא תרבה להיזהר, ועיין דיין ערשטע ווערטער כמובן.
אן פארענטשעס קען עס קאסטן א סטעמפיד, סאו ביסט אידעוועי אנגעוויזן אין רחמי שמים...
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:46 pm
דורך שטייפע קוגל
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:23 pm
קרלין סטאלין געדענקט יעדער איינער...
ביי הקפות פאלט נאר איין פארענטשע אין כמעט אלע חצרות הקודש...
אין טאהש ביי די חתונה אין כמעט איינגעפאלן די דאך פון די שטארקע טענצערייען...
לייגט אראפ פאר א פאקט אז די דאך איז כמעט איינגעפאלן און ער מאכט שוין אנקעטעס.
מאך ענדערש א אנקעטע אויב מ'זאל ברענגען א אינדשעניר צו זיכער מאכן אז די בנין קען דערהייבן הויכשטאקיגע טאנצענדיגע פארענטשעס, און שוין. פארשטייט זיך אז די פארענטשעס דארף אויך זיין געבויעט סעיף.
כמעט אלע חצרות הקודש פאלט יערליך איין פארענטשע? קיינמאל געהערט.
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:12 pm
דורך בן חיים
גראדע האב איך געהערט אז מען האט גערופן א אינדשיניר פאר די חתונה
און די סיבה פארוואס די פלאר/דאך האט זיך אזוי געשאקלט ווייל ווען מען האט איבערגעבויט די ביהמ"ד האט מען אריינגעלייגט ספרינגס און די פלאר
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:41 pm
דורך איטשע
מ'זאל ווייטער בויען הויכשטאקיגע פארענטשעס און טאנצן ווייטער מיט אן אימפעט, אבער פארדעם זאל מען אראפברענגן אן אינדזשעניר
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:45 pm
דורך טובי' שרייבער
פארוואס איז נישט דא קיין אפציע " ס'גייט מיר נישט אן"?..
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:41 pm
דורך שמח
מ'דארף סתם אזוי אן אינזשעניר צו דעזיינען פון פריש די פארענטשעס לויט די הייעך פון די היינטיגע שטריימלעך....
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:56 pm
דורך עדיטאריעל
ניסים אין אמשינוב: ווען פארענטשע צוזאמגעפאלן אבער קיין געשעדיגטע ב"ה
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=5 ... xA7MgEQar9
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:30 pm
דורך משה רבינו
די סכנה אן פארענטשעס איז איום ונורא, סיי די שטיפערע צו קענען זעהן, און סיי די סכנהדיגע האנט געמאכטע פארענטשעס פון א באנק אויף צוויי טישן
די אלטערנערעוו פון אראפ נעמען פארענטשעס איז א פאר הונטערט פראצענט א גרעסערע סכנה
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 7:12 pm
דורך וואס איך זאג
מעשה פונעם הייליגן צאנז רב זיע ווען מען האט זיך געשטיפט אין איינער האט געשריגן סכנת נפשות האט די הייליגע רב געזאגט תקנת נפשות
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?
געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 8:26 pm
דורך איש ציון
געווען ניסים בעיקר אז קיינער איז נישט געשטאנען אינטער די פארענטשעס
די רבי האט געזאגט מען זאל צוריק שטעלן די פארענטשעס און מען האט ממשיך געווען די טיש כלא היה
(דרך אגב נישט צוזאמגעפאלן, נאר זיך איבערגעדרייט)
Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?
געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 10:00 pm
דורך פופציגער
קודם א לייק פאר @עדיטאריעל פאר די דריטע אפציע...
@משה רבינו זאגט גוט, ס’טאקע נישט גוט, אבער בעסער ווי אן דעם